אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דאקטאר"
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
[[קאַטעגאָריע:דיפלאמען]] | [[קאַטעגאָריע:דיפלאמען]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 12:21, 27 נאוועמבער 2022
דאָקטאָר (דאָקטאָר פון פילאָסאָפיע אָדער PhD) איז דער העכסטער אַקאַדעמישער טיטל, געשאָנקען דורך אַן אוניווערסיטעט אָדער ענלעכע אינסטיטוציע. "דאָקטאָר" איז געניצט צו רעפערירן צו אַ מענטש מיט אַ דאָקטאָראַט. צו באַקומען דעם דיפלאם, דאַרפן מען שרייבן אַ טעזיס (אַ דאָקומענט געשריבן אין שטיצע פון אַ געדאַנק וואָס איז פרעזעטירט פאַר דיסקוסיע אָדער אפפרעגן). די באדערפענישן בייטן זיך לויט דער טעמע.
מען באַקומט דעם טיטל װען מען באווייזט אַז מען האָט אַלײן געפארשט עפּעס אַ טעמע און דערין געצײגט נײקײטן פאַר די װיסנשאַפט. די שטודיִע פאַרפאַסט מען אין אַ דיסערטאַציע (צוזאַמענזאַץ) װאָס װערט איבערגעקוקט דורך פּראָפעסארן, און מען זאָל אױך קענען די אַרבעט פאַרטיידיגן.
אריגינעל האט מען באקומען דעם דיפלאם פאר שטודיעס אין פילאסאפיע אבער היינט גיט מען דעם טיטל אין אלע לערנונגען ווי ליטעראטור, היסטאריע, וויסנשאפט, מאטעמאטיק און אינזשעניריע.
אין רוב לענדער איז דער דאקטאראט דער דיפלאם וועלכע אויטאריזירט דעם מענטש צו אויסלערנען אנדערע אין דעם ספעציפישין פעלד אין וועלכע ער האט באקומען דעם דאקטאראט.
דאס ווארט "דאקטאראט" קומט פונעם לאטיינישן "דאקערע" וואס מיינט "צו אויסלערנען".
זע אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!