אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אחז"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 6: שורה 6:


[[קאַטעגאָריע:מלכי יהודה]]
[[קאַטעגאָריע:מלכי יהודה]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 14:03, 25 נאוועמבער 2022

אחז מלך יהודה

אָחָז איז געווען מלך פון מלכות יהודה אין דער צײַט פון ערשטן בית המקדש. אחז האָט געקעניקט אומגעפער אין די יאָרן 720–735 פאַר דער געווײנלעכער צײַט–רעכענונג. וועגן די מעשים פון אחז ווערט דערצײלט אין ספר מלכים ב' קאַפיטל ט”ז (ווי אויך אין דבֿרי הימים און ספר ישעיה). דאָרט ווערט אָנגעגעבן, אַז ער האָט אײַנגעפירט אין לאַנד יהודה און ירושלים די געצן–דינערײַ און האָט געטאָן „דאָס שלעכטע אין די אויגן פון גאָט“. אין זײַן צײַט האָבן די מלכים פון מלכות ישראל (אפרים) און פון לאַנד ארם אַנגעהויבן אַ מלחמה קעגן לאַנד יהודה און זענען צוגעקומען מיטן מיליטער ביז ירושלים. אחז האָט זיך געווענדעט נאָך הילף צו תגלת פלאסר דעם מלך פון אשור. פון דעמאָלט אָן איז יהודה געוואָרן אָפהענגיק פון אשור: דער נאָמען פון אחז ווערט אויך דערמאָנט אין די פלעקלשריפטן פון אשור. ער הײסט דאָרט „יאַ–חאַ–זו“, דאָס הײסט „יהואחז“. און עס איז פאַראַן אַ מײנונג, אַז דעריבער האָט מען אין תנ"ך אים גערופן נאָר אחז כּדי נישט צו דערמאָנען אויף דעם געצן–דינער דעם נאָמען פון גאָט. אין זײַן צײַט פאַלט אויס אַ טײל פון נבֿיאות–זאָגן פון ישעיה הנביא.

מוסטער:מלכות יהודה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!