אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי דוד טווערסקי (אוקראינע)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
שורה 49: שורה 49:
* הרב '''[[יעקב יוסף טווערסקי]]''' ( - [[ב' ניסן]] [[ה'תשכ"ח]]), פון [[שיכון סקווירא]].
* הרב '''[[יעקב יוסף טווערסקי]]''' ( - [[ב' ניסן]] [[ה'תשכ"ח]]), פון [[שיכון סקווירא]].


{{סעריע|פֿריערער= רבי [[יצחק טווערסקי]]|נעקסטער= רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]]|ליסטע=דער [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] [[רבי]]}}
{{סעריע|פריערער= רבי [[יצחק טווערסקי]]|נעקסטער= רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]]|ליסטע=דער [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] [[רבי]]}}


{{גרונטסארטיר:טווערסקי, דוד}}
{{גרונטסארטיר:טווערסקי, דוד}}

רעוויזיע פון 08:11, 25 נאוועמבער 2022

סקווערער רבי
רבי דוד טווערסקי
פטירה קיעוו

רבי דוד טווערסקי (ערב פסח ה'תר"ח - ט"ו כסלו ה'תר"ף), באקאנט מיטן נאמען ר' דוד'ל סקווערער, איז געווען דער צווייטער סקווערער רבי. ער איז געווען א זון פון רבי יצחק טווערסקי פון סקווירא, זון פונעם טשערנאבלער מגיד - ר' מאטעלע.

ביאגראפיע

רבי דוד איז געבוירן ערב פסח אין יאר תר"ח צו זיין פאטער ר' איציקל סקווערער און זיין מוטער חנה סימא (א טאכטער פון ר' הערשל סקווערער, אן אייניקל פון בעל שם טוב). ער האט געוואוינט אין סקווירא ביז די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן אין תרע"ד. שפעטער האט ער געוואוינט אין קיעוו (היינט אוקראינע) ביז זיין פטירה אום ט"ו כסלו תר"ף.

רעביסטעווע

זיין פאטער האט געזאגט אויף אים; 'ווען מיין דוד'ל איז געבוירן, איז שוין קיין שום חמץ נישט געווען אין שטוב', מיינענדיג צו זאגן, אז ער איז געווען א דערהויבן קינד.

ר' דוד משה פון טשארטקאוו האט געזאגט, 'צוויי דוד'לעך שיינען ארויס פון אוקראינע, ר' דוד'ל סקווערער, און ר' דוד'ל זלאטיפאלער.

ער איז געווען א געוואלדיגער שווייגער, ער האט אמאל געזאגט פאר א פרעגער, וויאזוי ער קען אזוי שווייגן, אפילו ביי די שווערסטע צייטן זיך נישט באקלאגן און נישט רעאגירן אויף קיין שום מחלוקה אדער ווייטאג. 'מען שווייגט און מען שווייגט, מען רוהט זיך אפ אביסל און מען שווייגט ווידער'..

דער אלטער סקווערער רבי ר' יעקב יוסף (זיין זון) האט געזאגט אויפן פאטער, 'א יוד וואס האט געארבעט א יאר זיבעציג, מ'זאל נישט האבן וואס צו פארציילן נאך אים'.

פאמיליע

הרב דוד טווערסקי פון סקווירא האט געהייראט בזיווג ראשון חוה גאלדא, א טאכטער פון זיין פעטער הרב שלמה פון סאווראן. זייערע קינדער:

בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט צפורה, א טאכטער פון ר' אליקים געציל פון אוסטראה, אן איידעם ביי רבי יוסף דוד פון אליק. זייערע קינדער:

פריערדיגער:
רבי יצחק טווערסקי
דער סקווערער רבי נאָכפאלגער:
רבי יעקב יוסף טווערסקי