אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קהל פון זעלבסטשטענדיגע שטאטן"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022
די געמיינשאפט פון אומאפהענגיקע שטאטן (גאָש) (רוסיש: Содружество Независимых Государств, СНГ, סאדרוזשעסטווא נעזאַוויסימיך גאסודאַרסטוו) איז א ראיאן-ארגאניזאציע וועמענס מיטגלידער לענדער זענען געוועזענע סאוועטן רעפובליקן.
די גאָש ארבעט צוזאמען אין דעם שטח פון דעמאקראטיזאציע און פארמיידן פארברעכן.
דער סעקרעטאר פון דער געמיינשאפט איז (2012) סערגיי לעבעדעוו.
היסטאריע
די ארגאניזאציע איז געגרינדעט אין 1991 דורך בעלארוס, רוסלאנד און אוקראינע.
אום 21סטן דעצעמבער 1991, האבן די פירער פון נאך אכט סאוועטן רעפובליקן— ארמעניע, אזערביידזשאן, קאזאכסטאן, קירגיזסטאן, מאלדאווע, טורקמעניסטאן, טאדזשיקיסטאן און —מסכים געווען צו באטיילן אין דעם גאש, אזוי איז געווארן די צאל מיטגליד לענדער 11.[1] גרוזיע האט זיך באהאפטן צוויי יאר נאכהער, אין דעצעמבער 1993.[2] די אנדערע דריי געוועזענע סאוועטישע רעפובליקן, די באלטישע שטאטן פון עסטלאנד, ליטע און לעטלאנד האבן זיך נישט באהאפטן.
מיטגלידערשאפט
די געמיינשאפט פון אומאפהענגיקע שטאַטן איז אַ קאָנפֿעדעראַציע געהערן אַלע נאָכפֿאָלגעשטאַטן פֿון דעם סאוועטן פארבאנד אױסער די באַלטישע שטאַטן (לעטלאַנד, ליטע און עסטלאַנד) און טורקמעניסטאַן:
- אַרמעניע
- אַזערבײַדזשאַן
- בעלארוס
- קאַזאַכסטאַן
- קירגיזסטאַן
- מאלדאווע
- רוסלאַנד
- טאַדזשיקיסטאַן
- אוזבעקיסטאַן
דעם 19טן מערץ 2014 האט אוקראינע געמאלדן אז זי ציט זיך ארויס פון דער געמיינשאפט נאך דער אומלעגאלישער אנעקסירונג פונעם קרים, א טייל פון אוקראינע, דורך רוסלאנד.
רעפערענצן
- ↑ Alma-Ata Declaration: 11 countries accede to the CIS, 21 December 1991 (איבערזעץ אויף ענגליש). רוסישער טעקסט דא
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןratification