אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:באטאניק"

2,605 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 3 חדשים
קיין רעדאגירונג באמערקונג
קאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
 
שורה 9: שורה 9:




== היסטאָריע ==


אנגעהויבן פון די אור-אלטע צייטן איז די מענטשהייט געווען אינטערעסירט איבער געוויקסן, וויאזוי זיי צו פארוואנדלען אין עסן, וויאזוי זיי צו נוצן פאר היילונגען, אא"ו. אין מצרים און אין בבל האט מען געשריבן פארפירוסן מיט נעמען פון הייל-געוויקסן. אויך אין כינע און אין אינדיע האט מען געשריבן וועגן מעדיצין.


ביי די גריכן איז געווען א פילאזאף [[טהעאפראסטוס]], אַ תלמיד פון [[אריסטאטעלעס]], וועלכער האָט געשריבן צוויי ביכער וועגן געוויקסן. מענטשן רופן אים ביז הײנט "דער פאָטער פון באטאניק".
אין די 18טע יאָרהונדערט האָט דער שוועדישער געלערנטער קאַראָלוס ליננעוס אַײנגעפירט אַ סיסטעם פון לאַטיינישע נעמען פאַר יעדן געוויקס, וואס איז נאָך די אנגענומענע וועג פון קלאסיפיקאציע ביז היינט.
== נושאים אין באטאניקע  ==
אין די לערע פון באטאניקע לערנט מען וויאזוי געוויקסן ווערן אָרגאַניזירט: צו וועלכע משפּחה אָדער קאַטעגאָריע זיי געהערן; וויאזוי זיי זעען אויס: די סטרוקטור, די רויזן, בלומען און זאמען; וויאזוי זיי לעבן: פאָטאָסינטעז, באוואסערן, רעאַקציעס אויף זון און קלימאַט; די היסטאריע און אנטוויקלונג פון געוויקסן במשך די יארן און כעמיע פון געוויקסן, מיט'ן שטודירן סובסטאַנצן וואָס קענען היילן אָדער שאַפן נײע מעדיצינען.
== היינטצייטיגע פארשונעגן  ==
הײנט ניצט באָטאַניק מאָדערנע טעכנאָלאָגיע: מיקראָסקאָפּן, גענעטישע טעסטס און סאַטעליט־בילדער. מען פאָרשט וויאזוי געוויקסן קענען זיך צוגעפּאַסן צו קלימאַט־באַוואוסטע ענדערונגען, וויאזוי צו מאַכן די פלאנצונגען שטערקער קעגן קרענקען, און וויאזוי צו באַשיצן זעלטענע אדער אויסגעראטענע מינים.




29

רעדאגירונגען