אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי גרשון חיות"
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 8: | שורה 8: | ||
| טערמין ענדע = תקמ"ט | | טערמין ענדע = תקמ"ט | ||
| פארגייער = [[רבי שמואל שמעלקא הורוויץ (ניקלשבורג)|רבי שמעלקא הורוויץ]] | | פארגייער = [[רבי שמואל שמעלקא הורוויץ (ניקלשבורג)|רבי שמעלקא הורוויץ]] | ||
| נאכפאלגער = [[רבי מרדכי | | נאכפאלגער = [[רבי מרדכי בנעט]] | ||
}} | }} | ||
| תפקיד2 = {{פירער פאזיציע | | תפקיד2 = {{פירער פאזיציע | ||
| שורה 32: | שורה 32: | ||
טראץ זיין אנגעזעענער שטעלע, האט רבי גרשון געליטן פון קאנפליקטן מיט די ניקלשבורגער ראשי קהילה, אבער צוליב דער "יודענאָרדנונג" פון 1753, וואס האט באשטימט ניקלשבורג אלס זיץ פון לאַנדעס-ראַבינאַט, איז אים נישט ערלויבט געווען צו גיין אין אן אנדער קהילה טראץ די קאנפליקטן{{הערה|מילער, [https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=coo.31924028589202&seq=172&q1=Gerson+Abraham אורקונדליכע בייטראגע צו מעהרישע יודענשאפט], ז' 164–165.}}. | טראץ זיין אנגעזעענער שטעלע, האט רבי גרשון געליטן פון קאנפליקטן מיט די ניקלשבורגער ראשי קהילה, אבער צוליב דער "יודענאָרדנונג" פון 1753, וואס האט באשטימט ניקלשבורג אלס זיץ פון לאַנדעס-ראַבינאַט, איז אים נישט ערלויבט געווען צו גיין אין אן אנדער קהילה טראץ די קאנפליקטן{{הערה|מילער, [https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=coo.31924028589202&seq=172&q1=Gerson+Abraham אורקונדליכע בייטראגע צו מעהרישע יודענשאפט], ז' 164–165.}}. | ||
אויסער זיין גרויסקייט אין נגלה, איז ער געווען אויך א געטליכער מקובל | אויסער זיין גרויסקייט אין נגלה, איז ער געווען אויך א געטליכער מקובל{{הערה|{{היברובוקס|רבי שמעון סופר|מכתב סופר|1039|page=175|באנד=ב|לינק טעקסט=יו"ד סי' כח}}, באצייכנט אים אלס "הגאון המקובל איש אלקים".}}, און א וואונדערליכער געשיכטע ווערט דערציילט וויאזוי ס'איז אים געלונגען צוזאמען מיט זיין בית דין – צווישן זיי דער יונגער דיין רבי מרדכי בנעט (וואס איז דאן געווען בערך 32 יאר אלט און שפעטער איבערגענומען רבי גרשון אין די רבנות) – צו ארויסטרייבן א דיבוק פון א בחור אין ניקלשבורג. די מעשה וואס איז דעמאלט געווארן זייער נתפרסם, איז געדרוקט געווארן אין ביכלעך אין לשון-קודש און אידיש 'רוח חיים' אין תקמ"ה, מיטן הסכמה פון רבי גרשון אין זיין בית דין{{הערה|1={{הספרייה הדיגיטלית|2=ספר רוח חיים (אידיש)|3=990017827870205171}}; {{הספרייה הדיגיטלית|2=ספר רוח חיים (לשון קודש)|3=990019157740205171}}}}. | ||
אין זיינע לעצטע יארן איז אים צוגעגעבן געווארן דעם נאמען יוסף, און ער איז נפטר געווארן אין פרייטאג, שושן פורים תקמ"ט. | אין זיינע לעצטע יארן איז אים צוגעגעבן געווארן דעם נאמען יוסף, און ער איז נפטר געווארן אין פרייטאג, שושן פורים תקמ"ט. | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:35, 23 מאי 2025
| געבורט | ה'תע"ב | ||||
|---|---|---|---|---|---|
| פטירה | ט"ו אדר ה'תקמ"ט (אלט: 77 בערך) | ||||
| |||||
| |||||
רבי גרשון בן אברהם חיות (מב"ש, ראשי תיבות פאר מבורקנשטאדט; תע"ב–תקמ"ט) איז געווען א בארימטער גאון און מקובל, רב אין ניקלשבורג און הויפט רב פון מעהרן. ער איז געווען אן אייניקל פון רבי מנחם מענדל קראכמאל.
ביאגראפיע
רבי גרשון חיות איז געבוירן אין דער שטאט בורגקונשטאט (Burgkunstadt) אין צפון בייערן אין תע"ב צו זיין פאטער רבי אברהם ב"ר יוסף באקשטט, איידעם פון רבי מנחם מענדל, אייניקל פון רבי מנחם מענדל קראכמאל, ניקלשבורגער רב.
רבי גרשון האט געדינט אין עטליכע רבנישע שטעלעס דורכאויס זיין לעבן. אין תק"י איז ער געווען דער רב פון האָצענפּלאָץ (Osoblaha) אויף דער גרעניץ פון שלעזיע און מעהרן. דארט האט ער געשטיצט רבי יהונתן אייבעשיץ אין זיין מחלוקת מיט רבי יעקב עמדין און ז' מרחשון תקי"ב האט ער אויסגערופן א חרם אויף דער יעב"ץ[1].
אין יאר תקי"ג (בערך) האבן די איינוואוינער פון צילץ (Zülz) אים געוואלט אננעמען אלס זייער רב, אבער ער איז קראנק געווארן, און געהאט א חלום וואו מ'ווארנט אים פון הימל אז די רבנות קומט זיך פאר רבי יעקב יצחק לאנדא פון דוקלא, און אויב וועט ער עס צונעמען וועט ער נפטר ווערן פון די קרענק[2].
אין תקכ"ח איז רבי גרשון געווארן דער רב פון מאטערסדארף. אין זומער תקל"ח איז ער ערוועלט געווארן צו ווערן רב פון ניקלשבורג, אויפ'ן ארט פון רבי שמעלקא, צו וואו ער איז אנגעקומען צוויי יאר שפעטער, אין דאנערשטאג, ט' אדר ב' תק"מ[3]. שפּעטער איז ער געקרוינט געווארן מיט דער פאזיציע פון "לאַנדעסראַבינער" (הויפט רב) פון מעהרן.
טראץ זיין אנגעזעענער שטעלע, האט רבי גרשון געליטן פון קאנפליקטן מיט די ניקלשבורגער ראשי קהילה, אבער צוליב דער "יודענאָרדנונג" פון 1753, וואס האט באשטימט ניקלשבורג אלס זיץ פון לאַנדעס-ראַבינאַט, איז אים נישט ערלויבט געווען צו גיין אין אן אנדער קהילה טראץ די קאנפליקטן[4].
אויסער זיין גרויסקייט אין נגלה, איז ער געווען אויך א געטליכער מקובל[5], און א וואונדערליכער געשיכטע ווערט דערציילט וויאזוי ס'איז אים געלונגען צוזאמען מיט זיין בית דין – צווישן זיי דער יונגער דיין רבי מרדכי בנעט (וואס איז דאן געווען בערך 32 יאר אלט און שפעטער איבערגענומען רבי גרשון אין די רבנות) – צו ארויסטרייבן א דיבוק פון א בחור אין ניקלשבורג. די מעשה וואס איז דעמאלט געווארן זייער נתפרסם, איז געדרוקט געווארן אין ביכלעך אין לשון-קודש און אידיש 'רוח חיים' אין תקמ"ה, מיטן הסכמה פון רבי גרשון אין זיין בית דין[6].
אין זיינע לעצטע יארן איז אים צוגעגעבן געווארן דעם נאמען יוסף, און ער איז נפטר געווארן אין פרייטאג, שושן פורים תקמ"ט.
ביבליאגראפיע
- יקותיאל יהודה גרינוואלד, מצבת קודש, תשי"ב, עמ' 116–118
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענצן
- ↑ געדרוקט אין ספר 'לוחת עדות', אלטונא תקט"ו, דף כט:
- ↑ ר' פנחס קאצינלבויגן, יש מנחילין, ירושלים: מכון חת"ס, תשמ"ו, עמ' קסו, סי' סו.
- ↑ רבי אברהם טרעביטש, קורות העתים, ברין, תקס"א, אות מז.
- ↑ מילער, אורקונדליכע בייטראגע צו מעהרישע יודענשאפט, ז' 164–165.
- ↑ רבי שמעון סופר, מכתב סופר ב, יו"ד סי' כח, באצייכנט אים אלס "הגאון המקובל איש אלקים".
- ↑ ספר רוח חיים (אידיש), געסקענטע ספר אויף מד"י ביבליאטעק וועבזייטל; ספר רוח חיים (לשון קודש), געסקענטע ספר אויף מד"י ביבליאטעק וועבזייטל.