בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,390
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 23: | שורה 23: | ||
געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר איז אויך אנגענומען אלס א סגולה צו געפינען פארלוירענע חפצים. עס ווערט שוין געברענגט אין מדרש תלפיות (איזמיר תצ"ו) פון [[רבי אליהו הכהן האיתמרי]] א סגולה צו טרעפן אן אבידה דורך צוזאגן ליכט לנשמתו פון רבי מאיר{{הערה|[https://tashma.jewishoffice.co.il/books/learn/2023/מדרש_תלפיות/א/אבידה_ומציאה מדרש תלפיות], ענף אבידה ומציאה.}}. | געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר איז אויך אנגענומען אלס א סגולה צו געפינען פארלוירענע חפצים. עס ווערט שוין געברענגט אין מדרש תלפיות (איזמיר תצ"ו) פון [[רבי אליהו הכהן האיתמרי]] א סגולה צו טרעפן אן אבידה דורך צוזאגן ליכט לנשמתו פון רבי מאיר{{הערה|[https://tashma.jewishoffice.co.il/books/learn/2023/מדרש_תלפיות/א/אבידה_ומציאה מדרש תלפיות], ענף אבידה ומציאה.}}. | ||
==פושקע און כוללים== | ==פושקע און כוללים== | ||
[[טעקע:127263 gush halab jish PikiWiki Israel.jpg|קליין|אריינגאנג צום ציון אין גוש חלב]] | [[טעקע:127263 gush halab jish PikiWiki Israel.jpg|קליין|אריינגאנג צום ציון אין גוש חלב]] | ||
{{זעט אויך|חלוקה}} | {{זעט אויך|חלוקה}} | ||
אין אנהויב איז די סגולה געווען צו צוזאגן צו צינדן ליכט לעילוי נשמתו פון רמבעה"נ{{הערה|כן הוא בכש"ט וחיד"א}}. שפעטער{{הבהרה|ווען?}} האבן די גבאי ארץ-ישראל פארגעשלאגן עס צו שיקן קיין א"י און דארטן צינדן דערמיט לע"נ רבי מאיר. הערשט אין די | אין אנהויב איז די סגולה געווען צו צוזאגן צו צינדן ליכט לעילוי נשמתו פון רמבעה"נ{{הערה|כן הוא בכש"ט וחיד"א}}. שפעטער{{הבהרה|ווען?}} האבן די גבאי ארץ-ישראל פארגעשלאגן עס צו שיקן קיין א"י און דארטן צינדן דערמיט לע"נ רבי מאיר. הערשט אין די שפּעטערע ת"ק יארן איז אנגענומען געווארן אז צדקה פאר רמבעה"נ זאל גיין פארן ישוב אין ארץ ישראל. אין אנהייב איז דאס געלט געגאנגען הויפּטזעכליך צום באנייטן ישוב אין טבריה, וואו עס געפינט זיך דער קבר פון רבי מאיר בעל הנס. אין די מזרח-לענדער איז עס טאקע געבליבן א מקור פון הכנסה פאר טבריה. אין אייראפעאישע לענדער (מערב און מזרח), פון די מיטעלע ת"ק יארן, איז די הכנסה געגאנגען פארן גאנצן אשכנז'ישן ישוב אין ארץ־ישראל, וואס האט זיך דאן בעיקר קאנצענטרירט אין די פיר הייליגע שטעט: ירושלים, חברון, צפת און טבריה. | ||
===היסטאריע=== | |||
דער אידישער ישוב אין ארץ ישראל איז מתחילה באשטאנען בעיקר פון ספרדישע אידן, וועלכע האבן קאנטראלירט די כוללים און שטיצע אפאראטן. די אשכנזים זענען געווען ווייניג, און האבן זיך אויסגעהאלטן פון געלט וואס זיי האבן מיטגעברענגט מיט זיך אדער האבן זיי זיך ארגאניזירט שטיצע איידערן ארויפקומען. נאך דער חסידישע עליה פון [[רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק]], [[רבי אברהם פון קאליסק]], און [[רבי ישראל פלאצקער|רבי ישראל פּלאצקער]] אין תקל"ז, האבן זיך דער אשכנזישער ציבור פארברייטערט און דער פינאנציעלער מצב איז געווארן אומדערטרעגליך. זיי האבן געמוזט שיקן שליחים צו איינזאמלען געלט אין חוץ-לארץ. רבי ישראל פלאצקער איז געשיקט געווארן קיין חוץ לארץ צו ארגאניזירן פינאנציעלע קוועלער, און אין רוסלאנד האט ער באשטימט [[רבי שניאור זלמן פון ליאדי]] צו פירן דאס איינזאמלען פון "מעות ארץ הקודש". רבי שניאור זלמן האט דאן אוועקגעשטעלט א ברייטע סיסטעם מיט גובים, גבאים און שד"רים אין הונדערטער שטעט צו זאמלען דאס געלט און שיקן קיין ארץ ישראל, און איז אפילו איינגעזעצט געווארן צוליב דעם (תקנ"ח–תקנ"ט), ווערנדיג באשולדיגט אז ער שיקט געלט קיין ארץ ישראל, וואס איז דאן געווען א חלק פון דער אטאמאנישער אימפעריע, וועלכע איז געווען א שונא פון רוסלאנד{{הערה|בלוי, זז' קכח–קכט.}}. | |||
אין די מיטעלע ת"ק יארן האט זיך אנטוויקלט א פארבינדונג צווישן די געלט וואס מען שיידט אפ אויפ'ן נאמען פון רבי מאיר בעל הנס און די צדקה פאר'ן ישוב אין ארץ ישראל. נישט אימער איז דאס געלט פון דער רבי מאיר בעל־הנס פּושקע געווען קלאר פארבונדן מיט צדקה פאר ארץ־ישראל אדער פאר אָרעמע לייט. אין גאליציע, למשל, איז עס געניצט געווארן פאר אייל צום לייכטן אין שולן. אין ליטע האָט רבי אַריה לייב קאַצנעלבויגן פון בריסק פאַרבאָטן צו באַנוצן געלט פון רבי מאיר בעל־הנס פאַר לייכטן ליכט אין שולן. דאָס ווייזט אויף אַן אייגענעם פאָנד אויף רבי מאיר בעל־הנס, הויפּטזעכליך פאַר אייל, נישט דווקא פאַרבונדן מיט ארץ־ישׂראל{{הערה|בלוי, אור ישראל, ז' קלז.}}. | |||
פון די תק"ע יארן און ווייטער איז איינגעפירט געווארן, אז אין יעדן אידישן הויז זאל זיך געפונען א ספעציעלער "רבי מאיר בעל הנס פושקע", אריינצואווארפן געלט ביי יעדע געלעגנהייט. בעיקר איז שטארק פארשפרייט געווארן אריינצולייגן געלט אין דער פושקע פארן צינדן שבת ליכט, א מנהג וואס האלט אן ביזן הייטיגן טאג. | פון די תק"ע יארן און ווייטער איז איינגעפירט געווארן, אז אין יעדן אידישן הויז זאל זיך געפונען א ספעציעלער "רבי מאיר בעל הנס פושקע", אריינצואווארפן געלט ביי יעדע געלעגנהייט. בעיקר איז שטארק פארשפרייט געווארן אריינצולייגן געלט אין דער פושקע פארן צינדן שבת ליכט, א מנהג וואס האלט אן ביזן הייטיגן טאג. | ||
| שורה 41: | שורה 38: | ||
ארום יאר תקע"ד-ה האט דער [[רבי דובער פון ליובאוויטש|מיטעלער רבי]], איינגעפירט אין חב"ד צו שטעלן א פושקע אין אלע הייזער אויפ'ן וואנט נעבן דעם טיש, און מען זאל געבן איידער יעדע מאלצייט, ארויסהייבנדיג דעם חלק פון מתן בסתר. ער האט אויך פעסטגעשטעלט א יערליכע סכום לויט דריי עקאנאמישע ניוואען, וואס מען האט געקענט געבן ביסלעכווייז טעגליך אין דער פושקע{{הערה|אגרות קודש אדמו"ר האמצעי, [https://chabadlibrary.org/books/6602220034 אגרת כא] און [https://chabadlibrary.org/books/6602220048 אגרת לה]. זעט אויך קונטרס פוקח עורים (שקלאוו, תקצ"ג), [https://chabadlibrary.org/books/1900640325 פרק לב].}}. | ארום יאר תקע"ד-ה האט דער [[רבי דובער פון ליובאוויטש|מיטעלער רבי]], איינגעפירט אין חב"ד צו שטעלן א פושקע אין אלע הייזער אויפ'ן וואנט נעבן דעם טיש, און מען זאל געבן איידער יעדע מאלצייט, ארויסהייבנדיג דעם חלק פון מתן בסתר. ער האט אויך פעסטגעשטעלט א יערליכע סכום לויט דריי עקאנאמישע ניוואען, וואס מען האט געקענט געבן ביסלעכווייז טעגליך אין דער פושקע{{הערה|אגרות קודש אדמו"ר האמצעי, [https://chabadlibrary.org/books/6602220034 אגרת כא] און [https://chabadlibrary.org/books/6602220048 אגרת לה]. זעט אויך קונטרס פוקח עורים (שקלאוו, תקצ"ג), [https://chabadlibrary.org/books/1900640325 פרק לב].}}. | ||
די הויז צדקה [[צדקה-פושקע|פושקע]]ס זענען געווען א זייער וויכטיגער מקור פאר די כוללים. איינע פון די ערשטע עדות פון באניצן א "פושקע" געפינט זיך אין א באשרייבונג פון ליטע און די וואלאזשינער ישיבה דורך א פּוילישער רייזנדער אין די תק"צ יארן. עס ווערט דארט דערמאנט א באניץ פון "ירושלימער" און "וואלאזשינער" פּושקעס נעבן די טיר אין יעדע אידישע הויז, בפרט אין די שטעטלעך{{הערה|יעקב שאצקי, קולטור-געשיכטע פון דער השכלה אין ליטע, בוענאס איירעס, 1950, זז'181–185. זעט אויך: שאול שטמפפר, "[https://files.ybz.org.il/periodicals/Cathedra/21/Article_21.10.pdf ה’פושקע’ וגלגוליה – קופות ארץ-ישראל כתופעה חברתית]", '''קתדרה''' 21, תשרי תשמ"ב, זז' 89–102.}}. | |||
די הויז צדקה | |||
אין יאר תקפ"א האבן די רבנים פון ליטא געמאכט א תקנה אז דאס געלט מוז גיין דווקא קיין א"י, צוליב וואס די ישוב איז אין חשש פקוח נפש. שפעטער האבן די פוילישע/חסידישע גדולים זיך אויך צוגעשטעלט דערצו<ref>זע בלוי. עס זענען געדרוקט בריוו פון די חסידישע רביס אין א"י וכו' און קדו"ל, אז מ'מוז שיקן דאס געלט קיין א"י און נישט צינדן דערמיט קיין לעכט אין בית הכנסת. אבער די קראנטקייט פון די בריוו איז שטארק פראגליך. סייווי האבן די בריוו נישט געהאט קיין השפעה כמעט. זע בלוי </ref>. | אין יאר תקפ"א האבן די רבנים פון ליטא געמאכט א תקנה אז דאס געלט מוז גיין דווקא קיין א"י, צוליב וואס די ישוב איז אין חשש פקוח נפש. שפעטער האבן די פוילישע/חסידישע גדולים זיך אויך צוגעשטעלט דערצו<ref>זע בלוי. עס זענען געדרוקט בריוו פון די חסידישע רביס אין א"י וכו' און קדו"ל, אז מ'מוז שיקן דאס געלט קיין א"י און נישט צינדן דערמיט קיין לעכט אין בית הכנסת. אבער די קראנטקייט פון די בריוו איז שטארק פראגליך. סייווי האבן די בריוו נישט געהאט קיין השפעה כמעט. זע בלוי </ref>. | ||
טייל גדולים זענען שארף געשטאנען דערויף, אז געלט וואס איז געגעבן אויפן נאמען פון רבי מאיר מעג גיין בלויז פאר די ארעמע אין ארץ ישראל. אנדערע זאגן אז ס'דארף גיין דווקא קיין טבריא, פארן כולל וואס לערנט אינעם בית המדרש אויפן ציון פון רבי מאיר בעל הנס{{הערה|זעט אן אריכות אין [https://tashma.jewishoffice.co.il/books/learn/26012/שדי_חמד/אסיפת_דינים/מערכת_ארץ_ישראל/אות_ז שדי חמד], אסיפת דינים, ארץ ישראל סימנים ז-ח; {{אוצר החכמה|יצחק זאב כהנא|סיני|16186|page=129|קעפל=מעות רבי מאיר בעל הנס בספרות ההלכה|באנד=מג|שנת הוצאה=תשי"ח|עמ=קכה–קמד|מג}}, איבערגעדרוקט אין {{אוצר החכמה||מחקרים בספרות התשובות|157013|page=249|מו"ל=מוסד הרב קוק|מהדורה=תשל"ג|עמ=239}}; היכל הבעש"ט יא.}}. | |||
די פושקע האט אויך סימבאליזירט די בענקשאפט צו ארץ ישראל. פון [[רבי אהרן פון קארלין (צווייטער)|רבי אהרן קארלינער]] ווערט געברענגט צו געבן צדקה אינעם רבי מאיר בעל הנס פושקע פארן דאווענען, כדי דורכן געבן צדקה פאר תושבי ארץ ישראל זאל ער זיך דערמאנען אז די תפלה זאל גיין דורך ארץ ישראל, ווי עס שטייט "והתפללו דרך ארצם"{{הערה|[https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=4706&st=&pgnum=24 דברי תורה], מהדורא קמא אות י"ד.}}. ענליך דערצו שרייבט [[רבי אהרן פון סטראשעלע|רבי אהרן סטראשעלער]]{{הערה|עבודת הלוי, חלק ג', ליקוטים, אגרת לכלל (בלוי עמוד קנז)}}. | די פושקע האט אויך סימבאליזירט די בענקשאפט צו ארץ ישראל. פון [[רבי אהרן פון קארלין (צווייטער)|רבי אהרן קארלינער]] ווערט געברענגט צו געבן צדקה אינעם רבי מאיר בעל הנס פושקע פארן דאווענען, כדי דורכן געבן צדקה פאר תושבי ארץ ישראל זאל ער זיך דערמאנען אז די תפלה זאל גיין דורך ארץ ישראל, ווי עס שטייט "והתפללו דרך ארצם"{{הערה|[https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=4706&st=&pgnum=24 דברי תורה], מהדורא קמא אות י"ד.}}. ענליך דערצו שרייבט [[רבי אהרן פון סטראשעלע|רבי אהרן סטראשעלער]]{{הערה|עבודת הלוי, חלק ג', ליקוטים, אגרת לכלל (בלוי עמוד קנז)}}. | ||
| שורה 67: | שורה 62: | ||
אין תרמ"ז האבן רבנים, אריינגערעכנט [[רבי יצחק אלחנן ספעקטאר|רבי יצחק אלחנן ספּעקטאר]], ארויסגעגעבן א קול קורא קעגן גרינדן נייע צדקה פּושקעס פאר פּריוואטע מוסדות פאר ארץ ישראל אין חוץ לארץ, ווייל דאס קען שאטן דער קופת רבי מאיר בעל הנס, וואס איז געווען זייער וויכטיג פאר די כוללים{{הערה|{{היברובוקס|אברהם משה לונץ|החלוקה: מקורה השתלשלותה תקנותיה וסדריה|36711|page=86|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תרע"ב|עמ=פג}}}}. | אין תרמ"ז האבן רבנים, אריינגערעכנט [[רבי יצחק אלחנן ספעקטאר|רבי יצחק אלחנן ספּעקטאר]], ארויסגעגעבן א קול קורא קעגן גרינדן נייע צדקה פּושקעס פאר פּריוואטע מוסדות פאר ארץ ישראל אין חוץ לארץ, ווייל דאס קען שאטן דער קופת רבי מאיר בעל הנס, וואס איז געווען זייער וויכטיג פאר די כוללים{{הערה|{{היברובוקס|אברהם משה לונץ|החלוקה: מקורה השתלשלותה תקנותיה וסדריה|36711|page=86|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תרע"ב|עמ=פג}}}}. | ||
==רבי מאיר לשיטתו== | |||
[[טעקע:Rabbi Meir tomb 1315.png|קליין|מאלעריי פון קבר רבי מאיר אין טבריא, אינעם מגילת פירענצע {{העב| מגילת פירנצה}}, ארום ה'ע"ה.]] | |||
פארשידענע ערקלערונגען זענען אנגעגעבן געווארן אויף די שייכות פון דער צדקה מיטן תנא רבי מאיר. די באקאנטע צווישן זיי: | |||
*[[רבי יעקב שאלתיאל ניניו]] ערקלערט דעם מנהג, לויט דער גמרא אז באמת וואלט מען נישט געמעגט געבן צדקה ווייל השי"ת האט יענעם בדווקא פארארעמט און ער וויל נישט אז מ'זאל אים אויפרעכטן, נאר וויבאלד אידן הייסן "בנים למקום" וויל דער אויבערשטער אז מ'זאל זיי העלפן{{הערה|{{בבלי|בבא בתרא|י|א}}.}}. דערפאר צוליב וואס רבי מאיר האלט אז "בין כך ובין כך קרויים בנים" - אידן ווערן אלעמאל באטראכט ווי ג-ט'ס קינדער, אומאפהענגיג פון זייערע מעשים{{הערה|{{בבלי|קידושין|לו|א}}.}}, איז לשיטתו געבן צדקה א מעלה און א זכות{{הערה|{{היברובוקס|רבי יעקב שאלתיאל ניניו|אמת ליעקב|22599|page=192|מערכת רי"ש, עץ חיים אות עד, דף צ"א ע"א}}.}}. | |||
*דער [[רבי חיים אלעזר שפירא|מונקאטשער רב]] ברענגט איבער דעם [[רבי צבי הירש אייכנשטיין|עטרת צבי]], אז זייענדיג קראנק ל"ע אזש ער איז שוין געווען אין א מצב פון גסיסה, האט ער אנגעוויזן צו געבן צדקה פאר דער רבי מאיר בעל הנס פושקע, אנגעבנדיג א הסבר, ווייל דער כלל איז "רוב גוססין למיתה"{{הערה|{{בבלי|גיטין|כח|א}}.}}, אבער רבי מאיר איז "חושש למיעוטא", ער גייט נישט דווקא מיטן רוב{{הערה|{{בבלי|יבמות|קיט|א}}.}}. דערפאר נוצט מען רבי מאיר'ס זכות און שיטה וואס נעמט ערנסט דעם מיעוט, אז אפילו א גוסס קען איבערלעבן. דער [[רבי שלמה שפירא|שם שלמה]] האט צוגעלייגט צו דעם אויך ווען דער מענטש פארמאגט רוב זינד, וועט אין דער זכות פון רבי מאיר די מיעוט מצוות איבערוועגן און ער וועט פאררעכנט ווערן אלס ערליכער איד{{הערה|[https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=4706&st=&pgnum=20 דברי תורה, מהדורה קמא אות ט].}}. | |||
==אידענטיטעט און קבר== | ==אידענטיטעט און קבר== | ||
| שורה 135: | שורה 137: | ||
*{{אייוועלט|11510|תולדות הכוללים לצדקת רמבעה"נ והמסתעף}} | *{{אייוועלט|11510|תולדות הכוללים לצדקת רמבעה"נ והמסתעף}} | ||
*[https://tora-forum.co.il/threads/הילולת-רבי-מאיר-בעל-הנס-ביום-י-ד-אייר.5429/ הילולת רבי מאיר בעל הנס ביום י"ד אייר], פורום לתורה | *[https://tora-forum.co.il/threads/הילולת-רבי-מאיר-בעל-הנס-ביום-י-ד-אייר.5429/ הילולת רבי מאיר בעל הנס ביום י"ד אייר], פורום לתורה | ||
*{{כיכר השבת|2=רבי מאיר בעל הנס|3=tags/רבי%20מאיר%20בעל%20הנס}} | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
[[he:רבי מאיר בעל הנס]] | [[he:רבי מאיר בעל הנס]] | ||
{{הערות שוליים}} | {{הערות שוליים}} | ||
רעדאגירונגען