בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,362
רעדאגירונגען
(פורים ענצ (ווארשיינליך פון אוצר ישראל)) צייכן: רויע רעדאגירונג |
(גרעץ) צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 8: | שורה 8: | ||
[[טעקע:1614jews.jpg|קליין|פארטרייבונג פון די אידן פון פראנקפורט דעם 23טן אויגוסט 1614 נאך דעם פעטמילך אויפשטאנד, "ווען מען האט פאר זיי געעפנט דעם פישערפעלד-טויער און מען האט זיי געלאזט זעגלן אויפן וואסער, האבן זיך גערעכנט 1380 מענטשן, יונג און אלט, וואס זענען ארויסגעגאנגען פונעם טויער."]] | [[טעקע:1614jews.jpg|קליין|פארטרייבונג פון די אידן פון פראנקפורט דעם 23טן אויגוסט 1614 נאך דעם פעטמילך אויפשטאנד, "ווען מען האט פאר זיי געעפנט דעם פישערפעלד-טויער און מען האט זיי געלאזט זעגלן אויפן וואסער, האבן זיך גערעכנט 1380 מענטשן, יונג און אלט, וואס זענען ארויסגעגאנגען פונעם טויער."]] | ||
===פעטמילך אויפשטאנד=== | ===פעטמילך אויפשטאנד=== | ||
אין יאר [[ה'שע"ב]] האט אין פראַנקפורט־אַם־מאין, דייטשלאנד, אויסגעבראכן אַן אויפשטאנד קעגן דעם שטאָט־ראַט, וואס איז באפרייט געווארן פון די אריסטאקראטן. דער טרויעריג־בארימטער אנטיסעמיט, ווינצענז פעטמילך, איז | אין יאר [[ה'שע"ב]] האט אין פראַנקפורט־אַם־מאין, דייטשלאנד, אויסגעבראכן אַן אויפשטאנד דורך דער גויאישער המון קעגן דעם שטאָט־ראַט, וואס איז באפרייט געווארן פון די אריסטאקראטן. דער אנפירער פונעם דאזיגן אויפשטאנד איז געווען דער טרויעריג־בארימטער אנטיסעמיט, ווינצענז פעטמילך, אַן איינפאכער בעקער, וועלכער האט זיך אליין א נאמען געגעבן "דער נייער המן", און האט דעם נאמען כשר פארדינט. אדאנק זיין ענערגיע און געבוירענער פעאיגקייט צו זיין אַן אנפירער פון המון, האט דאס פּראסטע פאלק אים כמעט פארגעטערט און אין אים שטארק געגלויבט. ער איז געווארן דער אנפירער פון דער דעמאקראטיע און אויפן ערשטן פּלאן געשטעלט דעם קאמף קעגן אידן. | ||
אינמיטן מאי 1612 האבן די פירשטן זיך פארזאמלט אין | אינמיטן מאי 1612 האבן די פירשטן זיך פארזאמלט אין פראנקפורט־אם־מאין צו קרוינען דעם קעניג מאַטהיאַס. דערווייל האבן געוויסע גרופּן זיך געווענדעט צום קעניג מיט פארשידענע פּעטיציעס. איין פּעטיציע האט געבעטן אז מ'זאל פארקלענערן די צאל אידן אין פראנקפורט און אז זיי זאלן נישט טארן נעמען מער ווי פינף פּראצענט פאר הלואות, וואס איז אגב געווען זייער איינציגער מיטל צום לעבן. דער קייזער האט די דאזיגע פּעטיציע צוריקגעוויזן. | ||
די אידן־פרעסער האבן אבער נישט אויפגעגעבן זייער רשעות. עטליכע יאר כסדר האבן זיי זיך געהאלטן אין איין באמיען ביים קייזער, אז מ'זאל ארויסטרייבן די אידן פון פראנקפורט־אם־מאין, אבער דער קייזער האט אלע מאל אפּגעלייגט. איז געגאנגען ווינצענז פעטמילך און האט אליין אנגעהויבן דורכפירן זאכן, וואס זענען געווען קעגן דעם קייזער'ס באשלוס. | |||
די | ער האט אפּגעדרוקט א בראָשור, אין וועלכער עס זענען אויסגערעכנט געווארן אלע געזעצן און דינים וועגן די אידן און זיך באמיט צו באווייזן, אז די אלע געזעצן וועגן אידן ווערט נישט אפּגעהיט. די בראשור איז אין פיל עקזעמפּלאַרן פאנאנדערגעטיילט געווארן צווישן די קריסטליכע קרעמער און האנטווערקער און געהאט א גרויסע ווירקונג. מען האט עפנטליך אנגעהויבן רעדן, אז מען דארף מאכן א פּאָגראָם אויף אידן און זיי ארויסטרייבן פון שטאט, און מען האט שוין אפילו עטליכע מאל באשטימט דעם טאג פון דעם פּאגראם. וואס ווייטער איז די לאגע געווארן אלץ ערגער. פעטמילך און זיין חבריא האבן אלץ העכער אויפגעהויבן דעם קאפּ און אנגעהויבן ביסלעכווייז פארכאפּן אין זייערע הענט די ממשלה איבער די שטאט־אָנגעלעגנהייטן. קיין פראנקפורט זענען געקומען די קאָמיסאַרן פון קייסער און דעלעגאטן פון דעם פירשט לודוויק פון העססען־דאַרמשטאַט, וועלכע האבן זיך באמיט צו מאכן שלום צווישן די שטאט־ראַטן און די בירגער און דערמיט פארהיט פון אנפאלן אויף אידן, אבער עס האט נישט געהאלפן. | ||
דעם ערשטן טאג שבועות האבן פעטמילכ'ס חברים זיך אריינגעריסן אין דעם אידישן געטאָ. די אידן האבן שוין פריער געוואוסט, אז עס שטייט זיי פאָר א סכנה, און דערווייל ארויסגעשיקט זייערע פרויען און קינדער. די לאגע איז נאך ערגער געווארן דערמיט, וואס די קאָמיסאַרן, וועלכע האבן געוואלט איינשטילן די אומרוען, האבן געסטראשעט דעם המון, אז מען וועט אים שטרענג באשטראפן. פעטמילך און זיין חבריא זענען געווארן נאך מער אויפגערעגט און באשטימט א טאג, ווען עס וועט זיך אנהייבן דער אמת'ער פּאגראם. אידן איז מער נישט געבליבן, ווי פאסטן, תפילה טון און ווארטן שטיל אויף דעם נאנטן שטורעם, וואס דארף קומען. דער טאג פון פאלקס־צארן און נקמה איז ענדליך געקומען. | |||
דערווייל האט זיך דעם איין־און־צוואנציגסטן אויגוסט, 1614, דערטראגן א קלאנג צו די פראנקפורטער אידן, וועלכע האבן געלעבט אפּגעשלאסן אין געטא, אז מ'וועט פּלינדערן די "יודען־גאַסע". האבן א טייל אידן זיך אויסבאהאלטן ביי פריינטליכע קריסטן. אזוי האט, למשל, איין קריסט אליין באהאלטן ביי זיך אומגעפער זעכציג אידישע נפשות. דער גרויסער עולם אבער איז געבליבן אין דער היים און מיט טויט־שרעק געווארט אויפ'ן אומגליק. דעם גרעסטן טייל קינדער און פרויען האבן זיי אוועקגעפירט אויפ'ן בית עולם, און די מענער האבן זיך א נעם געטון פארריגלען די טויערן. זיי האבן אויך אויפגעשטעלט באריקאדן פון פענסטער און פון אלץ וואס ס'האט זיך נאר געלאזט, און זיי האבן זיך אויך באַוואפנט מיט וואס ס'האט זיך געלאזט. | דערווייל האט זיך דעם איין־און־צוואנציגסטן אויגוסט, 1614, דערטראגן א קלאנג צו די פראנקפורטער אידן, וועלכע האבן געלעבט אפּגעשלאסן אין געטא, אז מ'וועט פּלינדערן די "יודען־גאַסע". האבן א טייל אידן זיך אויסבאהאלטן ביי פריינטליכע קריסטן. אזוי האט, למשל, איין קריסט אליין באהאלטן ביי זיך אומגעפער זעכציג אידישע נפשות. דער גרויסער עולם אבער איז געבליבן אין דער היים און מיט טויט־שרעק געווארט אויפ'ן אומגליק. דעם גרעסטן טייל קינדער און פרויען האבן זיי אוועקגעפירט אויפ'ן בית עולם, און די מענער האבן זיך א נעם געטון פארריגלען די טויערן. זיי האבן אויך אויפגעשטעלט באריקאדן פון פענסטער און פון אלץ וואס ס'האט זיך נאר געלאזט, און זיי האבן זיך אויך באַוואפנט מיט וואס ס'האט זיך געלאזט. | ||
רעדאגירונגען