בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,367
רעדאגירונגען
(ראזמארין) |
(אפשר זאל מען מאכן א באזונדערע אפטיילונג פאר לעגענדעס) |
||
| שורה 7: | שורה 7: | ||
רש"י שטאמט פון א גאר יחוס'דיגער משפּחה. זיין פאטער ר' יצחק איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, און רש"י ברענגט פון זיין נאמען א פּירוש מיט כבוד: "לשון אבא מורי, מנוחתו כבוד"{{הערה|{{בבלי|עבודה זרה|עה|א|מפרש=רש"י}}. ער ווערט דערמאנט דארט אין תוספות: "לכך נראה לרש"י בענין אחר שפּירש אביו", אזוי זעט עס אויס פאר רש"י'ן אין אַן אנדער ענין, וועלכן זיין פאטער האט ערקלערט…}}. זיין מוטער, זאגט מען, האט אנגעפירט מיט א ישיבה, און אז זי פלעגט לערנען מיט די תלמידים פון הינטער א פאָרהאַנג{{הבהרה|מסתמא הכוונה למרים לוריא סבתו של המהרש"ל. לא נמצא מקור לכך על אמה של רש"י}}. | רש"י שטאמט פון א גאר יחוס'דיגער משפּחה. זיין פאטער ר' יצחק איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, און רש"י ברענגט פון זיין נאמען א פּירוש מיט כבוד: "לשון אבא מורי, מנוחתו כבוד"{{הערה|{{בבלי|עבודה זרה|עה|א|מפרש=רש"י}}. ער ווערט דערמאנט דארט אין תוספות: "לכך נראה לרש"י בענין אחר שפּירש אביו", אזוי זעט עס אויס פאר רש"י'ן אין אַן אנדער ענין, וועלכן זיין פאטער האט ערקלערט…}}. זיין מוטער, זאגט מען, האט אנגעפירט מיט א ישיבה, און אז זי פלעגט לערנען מיט די תלמידים פון הינטער א פאָרהאַנג{{הבהרה|מסתמא הכוונה למרים לוריא סבתו של המהרש"ל. לא נמצא מקור לכך על אמה של רש"י}}. | ||
ווי עס איז געווענליך דער פאל מיט גרויסע פּערזענליכקייטן, אזוי אויך איז די געשיכטע פון רש"י'ס לעבן באצירט מיט לעגענדעס. עס ווערט דערציילט אז זיין פאטער ר' יצחק האט פארמאגט א קאסטבארן | ווי עס איז געווענליך דער פאל מיט גרויסע פּערזענליכקייטן, אזוי אויך איז די געשיכטע פון רש"י'ס לעבן באצירט מיט לעגענדעס. עס ווערט דערציילט אז זיין פאטער ר' יצחק האט פארמאגט א קאסטבארן בריליאנט, וועלכע גלחים האבן שטארק געגארט עס צו קויפן פאר רעליגיעזע צוועקן, אבער ר' יצחק האט נישט געוואלט זיך שיידן מיט עס. איין מאל האבן זיי אים פארלאָקט אין א שיף אריין, און זיי האבן געפאדערט פון אים ער זאל פארקויפן זיי דעם דימענט. ער האט נישט געטראכט לאנג, און ער האט אריינגעווארפן דעם בריליאנט אין וואסער אריין. א מיסטעריעזע שטימע האט אויסגערופן: "אה, יצחק, דיר וועט געבוירן ווערן א זון וועלכער וועט באלייכטן די אויגן פון אלע אידן". | ||
ווען רש"י | מען דערציילט אויך וועגן רשי"ס מוטער, אז ווען זי איז געווען שוואנגער מיט רש"י, איז זי געגאנגען אמאל אין א שמאלן געסל פון דער שטאט [[ווארמס]], דייטשלאנד און א וואגן איז דורכגעפארן און איר געדראעט צו טויטן, און איר איז געשען א נס, אַז בשעת זי האט זיך צוגעדריקט צו דער וואנט איז די וואנט געווארן אריינגעדרוקט און זי איז דארט אריין און געווארן באשיצט. היסטאריש, אגב, ווייסן מיר בלויז אז רש"י האט געלערנט אין ווארמס. | ||
זיין פעטער רבי שמשון הזקן, זיין מוטער'ס ברודער, איז געווען א בארימטער תלמוד'יסט. זיין שוועסטער חיליט איז געווען א מלומדת. רש"י'ס ערשטע רביים זענען געווען זיין פאטער און זיין פעטער. | זיין פעטער רבי שמשון הזקן, זיין מוטער'ס ברודער, איז געווען א בארימטער תלמוד'יסט. זיין שוועסטער חיליט איז געווען א מלומדת. רש"י'ס ערשטע רביים זענען געווען זיין פאטער און זיין פעטער. | ||
| שורה 34: | שורה 34: | ||
אין דעם יאָר 1070 האָט רש"י געגרינדעט זיין אייגענע ישיבה, וועלכע האט צוגעצויגן פילע תלמידים. ער האָט אָנגעהאלטן אויך א כסא הרבנות, אבער ער האט אפּגעזאגט שכירות, געהאלט. ער האט געצויגן פּרנסה פון זיין וויין גארטן. | אין דעם יאָר 1070 האָט רש"י געגרינדעט זיין אייגענע ישיבה, וועלכע האט צוגעצויגן פילע תלמידים. ער האָט אָנגעהאלטן אויך א כסא הרבנות, אבער ער האט אפּגעזאגט שכירות, געהאלט. ער האט געצויגן פּרנסה פון זיין וויין גארטן. | ||
די לעצטע יארן פון רש"י זענען געווען פארוואלקנט דורך די | די לעצטע יארן פון רש"י זענען געווען פארוואלקנט דורך די שרעקליכע גזרות פון דעם ערשטן [[קרייץ צוג]] פון תתנ"ו–תתנ"ט, אין וועלכן עס זענען אויסגעשאכטן געווארן פיל אידישע קהלות, און פילע פון זיינע אייגענע און פריינט זענען אומגעקומען. | ||
רש"י'ס פּטירה ווי זיין געבורט איז פארוויקלט אין אַ לעגענדע. עס ווערט דערציילט אז גאדפרי פון בואיאָן, דער פירער פונעם ערשטן קרייץ צוג האט גערופן רש"י'ן צו זיך פאר זיין צוג קיין ארץ ישראל ער זאל אים זאגן מיט וואס דער צוג וועט זיך ענדיגן. רש"י האָט אפּגעזאגט צו גיין. דער אויפגערעגטער ריטער איז אוועק צו רש"י'ן אים צו באַשטראָפן. ווען ער איז געקומען אין ישיבה אריין איז זי געווען ליידיג, אבער ער האט געהערט א שטימע. "שלמה וואו ביזטו" האט ער געפרעגט. און דאס קול האָט געענטפערט אים "אָט בין איך", אבער ער האט קיינעם געזען. | |||
דער ריטער איז אוועק זייער אין כעס. אויפן וועג האט ער באגעגנט רש"י'ס א תלמיד וועמען ער האט צוגעזאגט נישט צו באשטראפן רש"י'ן אויב ער וועט בלויז זיך באווייזן צו אים. רש"י האט צוגעשטימט. דער ריטער האט געזאגט צו רש"י'ן: "איך ווייס אז דו ביזט א קלוגער מענטש, בעט איך דיך, זאג מיר צי מיין עקספּעדיציע צום הייליגן לאנד וועט זיין ערפאלגרייך, צי נישט". | |||
און רש"י האָט געענטפערט אים: "דו וועסט אייננעמען די הייליגע שטאט ירושלים, און דו וועסט הערשן איבער איר דריי טעג, דעם פערטן טאג וועלן די מוסולמענער דיך ארויסטרייבן, און דו וועסט אומקערן זיך אהיים מיט דריי פערד. דערצאָרענט פון דער דאזיגער נבואה, האט דער ריטער אויסגעשריען: "טאמער קער איך זיך צוריק אהיים מיט בלויז איין פערד מער, וועל איך ווארפן דיין קערפּער צו די הינט, און איך וועל אויס הרג'ענען אלע אידן אין פראנקרייך". | |||
דער ריטער האט זיך אומגעקערט מיט פיר פערד. ער איז געווען אנטשלאסן דורך צו פירן זיין נדר צו נקמה נעמען. אבער ווען ער איז אריינגעפארן אין דער שטאט טראָי, איז אראפּגעפאלן א פעלז און האט געטויט איינעם פון זיינע ריטערס מיטן פערד. גערירט פון דער דאזיגער געשעעניש, האט ער באשלאסן צו באערן דעם דאזיגן חכם. אבער ער איז געוואָר געווארן אז רש"י איז שוין נפטר געווארן. היסטאריש, אבער, איז אנגענומען אז דער ריטער האט זיך קיינמאל אומגעקערט קיין פראנקרייך, און אז ער איז געשטארבן אין ירושלים אינעם יאר 1100. | |||
רש"י איז דער באַרימטסטער רבי פון אַלע אידן. ער איז דער מייסטער אויסטייטשער פון תנ"כ און תלמוד, אויף וועלכער ער האָט אַוועק געלייגט דעם שטעמפּל פון זיין בריליאַנטענעם מוח. | |||
רש"י איז נפטר געוואָרן ניין און צוואַנציג טעג אין תמוז, אינעם יאָר 1105 אין דער שטאָט טראָי, פראַנקרייך, אינעם עלטער פון פינף און זעכציג יאָר. | |||
==פירוש== | ==פירוש== | ||
| שורה 95: | שורה 100: | ||
רש"י פאַרנעמט אַ ספּעציעלן פּלאַץ אין דער אידישער געשיכטע. ער איז איינער פון די בויער פון אידישקייט, און אפשר די באַרימטסטע, פּאָפּולערסטע פּערזענליכקייט ביי אידן. זיין איינגעבוירענע עניוות, באַשיידנקייט, פּשוט'קייט, איינפאַכקייט און פולקאָמע צדקות, גערעכטיקייט האָט געמאַכט אים פאַר די קרוין פון די אידן שוין אין זיין צייט. | רש"י פאַרנעמט אַ ספּעציעלן פּלאַץ אין דער אידישער געשיכטע. ער איז איינער פון די בויער פון אידישקייט, און אפשר די באַרימטסטע, פּאָפּולערסטע פּערזענליכקייט ביי אידן. זיין איינגעבוירענע עניוות, באַשיידנקייט, פּשוט'קייט, איינפאַכקייט און פולקאָמע צדקות, גערעכטיקייט האָט געמאַכט אים פאַר די קרוין פון די אידן שוין אין זיין צייט. | ||
==ביבליאגראפיע== | ==ביבליאגראפיע== | ||
רעדאגירונגען