אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הרב חיים העליר"
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 7: | שורה 7: | ||
== ביאָגראַפיע == | == ביאָגראַפיע == | ||
ר' חיים איז געבוירן געווארן אין [[ביאליסטאק|ביאַליסטאָק]] אין כ' תמוז תרל"ח{{הערה|1=10 יולי 1878 אין [[יוליאנישער קאלענדאר|יוליאנישן קאלענדאר]]. {{לינק|אדרעס=https://asif.co.il/wpfb-file/קווים-לדמותו-של-הגאון-ר-חיים-הלר/|קעפל=קווים לדמותו של הגאון ר' חיים הלר|זייטל=ספריית אסיף|שפראך=he}}. אומריכטיגע דאטומען ווערן אנגעגעבן אין פארשידענע קוועלער}}. זיין פאטער ר' ישראל פּינסקער, איז געווען א תלמיד חכם{{הערה|1={{Cite web|title=Bialystok, Poland (Volume 1, Pages 191-198)|url=https://www.jewishgen.org/yizkor/bialystok/bia1_191.html}}|כיוון=שמאל}} וועלכער האט זיך באשעפטיגט מיט האנדל און לויט זיין מצבה האט ער געענדיגט [[גמרא|ש"ס]] 70 מאל<ref name=":4">{{לינק|אדרעס=https://asif.co.il/wpfb-file/קווים-לדמותו-של-הגאון-ר-חיים-הלר/|קעפל=קווים לדמותו של הגאון ר' חיים הלר|זייטל=ספריית אסיף|שפראך=he}}</ref>. ער איז געווען דער אייניקל פון ר' חיים ברודא, מחבר פון 'זרע חיים' (געדרוקט דורך ר' חיים העליר){{הערה|{{היברובוקס|רבי חיים ברודא|זרע חיים|549|מקום הוצאה=פיעטרקוב|שנת הוצאה=תרס"ז}}}}. | ר' חיים איז געבוירן געווארן אין [[ביאליסטאק|ביאַליסטאָק]] אין כ' תמוז תרל"ח{{הערה|1=10 יולי 1878 אין [[יוליאנישער קאלענדאר|יוליאנישן קאלענדאר]]. {{לינק|אדרעס=https://asif.co.il/wpfb-file/קווים-לדמותו-של-הגאון-ר-חיים-הלר/|קעפל=קווים לדמותו של הגאון ר' חיים הלר|זייטל=ספריית אסיף|שפראך=he}}. אומריכטיגע דאטומען ווערן אנגעגעבן אין פארשידענע קוועלער}}. זיין פאטער ר' ישראל פּינסקער, איז געווען א תלמיד חכם{{הערה|1={{Cite web|title=Bialystok, Poland (Volume 1, Pages 191-198)|url=https://www.jewishgen.org/yizkor/bialystok/bia1_191.html}}|כיוון=שמאל}} וועלכער האט זיך באשעפטיגט מיט האנדל און לויט זיין מצבה האט ער געענדיגט [[גמרא|ש"ס]] 70 מאל<ref name=":4">{{לינק|אדרעס=https://asif.co.il/wpfb-file/קווים-לדמותו-של-הגאון-ר-חיים-הלר/|קעפל=קווים לדמותו של הגאון ר' חיים הלר|זייטל=ספריית אסיף|שפראך=he}}</ref>. ער איז געווען דער אייניקל פון ר' חיים ברודא, מחבר פון 'זרע חיים' (געדרוקט דורך ר' חיים העליר){{הערה|{{היברובוקס|רבי חיים ברודא|זרע חיים|549|מקום הוצאה=פיעטרקוב|שנת הוצאה=תרס"ז}}}}. העליר'ס עלטערער ברודער איז געווען ר' נחמן העליר, וואס איז שפעטער אויך געווארן אַן אמעריקאנער רב. נאך דעם טויט פון ר' חיים'ס מוטער, איז ער אויפגעצויגן געווארן אין [[ווארשע]] דורך זיין פעטער ר' יעקב יוסף ברודא. ער האט נישט געלערנט אין קיין ישיבה, ער האט נישט געהאט קיין רבי’ן, און שוין אלס צען יעריג בחור’ל איז ער געווען באוואוסט אלס "ווארשעווער עילוי". דער הויז פון זיין רייכן פעטער אין ווארשע האט געדינט אלס בית ועד פאר די גרעסטע תלמידי חכמים פון יענע יארן ווען זיי האבן געוויילט אין ווארשע, אריינגערעכנט [[רבי יאשע בער הלוי סאלאווייטשיק|רבי יאשע בער סאלאווייטשיק]], זיין זון [[רבי חיים סאלאווייטשיק|רבי חיים]], דער [[רבי ישראל מאיר הכהן|חפץ חיים]]{{הערה|1={{Cite book |last=Rakeffet-Rothkoff |first=Aaron |url=https://books.google.com/books?id=3y9QBzS-MhMC |title=The Rav: The World of Rabbi Joseph B. Soloveitchik |date=1999 |publisher=KTAV Publishing House, Inc. |isbn=978-0-88125-614-7 |language=en}}|שם=:1|כיוון=שמאל}}, [[רבי יצחק אלחנן ספעקטאר|רבי יצחק אלחנן ספּעקטאָר]], [[רבי נפתלי צבי יהודה בערלין]], און זיין זון רבי חיים בערלין{{הערה|רבי חיים בערלין רעפערירט אין אַ תשובה צו "דער דערמאַנונג פון אונזער יוגנט פריינדשאַפט, ווען יחדיו נמתיק סוד אין פילע ענינים אין טיפעניש פון הלכה אין הויז פון [העלער'ס] פעטער". {{אוצר החכמה|חיים ברלין|שו"ת נשמת חיים - חושן משפט|176453|סי' עב|page=128}}}}, וועלכע פלעגן רעדן מיט דעם יונגן עילוי אין לערנען{{הערה|שם=ראזמארין|אהרן ראזמארין'ס תנ"ך ענציקלאפעדיע, באנד 1, עמ' עה-עט}}. אויסער די גרעניצן פון ווארשע, האט ר' חיים געפירט הלכה'דיגע משא ומתן מיט דער [[רבי חיים חזקיהו מדיני|'שדי חמד']]{{הערה|רח"ח מדיני, שדי חמד, טו, וורשה תרס"ז, עמ' 289 (= כללים, מערכת מ, כלל קפז); הנ"ל, שם, יז, וורשה תרס"ח, עמ' 473 (= פאת השדה, כללים, מערכת ח, כלל יג); הנ"ל, שם, יח, וורשה תרע"ב, עמ' 280 (= שיורי הפאה, מערכת ה, כלל ח).}}, דער [[רבי ברוך לאווסקי|'מנחת ברוך']], דער [[רבי מאיר דן פלאצקי|'כלי חמדה']], דער [[רבי אליהו דוד ראבינאוויץ-תאומים|אדר"ת]], [[רבי אליעזר גארדאן]] פון טעלז, רבי אליהו קלאַצקין פון לובלין, רבי יוסף ענגיל, און אנדערע. | ||
ארום יאר תר"ס האט ער חתונה געהאט מיט פריידה דער טאכטער פון אלכסנדר סנדר דיסקין, א רייכער איד פון [[לאדזש]]. אין תרס"ז האט ער א קורץ וויילע שטודירט געזעץ אין דער אוניווערסיטעט אין [[פעטערבורג|סעינט־פּעטערבורג]]. אין יענער צייט האט ער ארויסגעגעבן דעם קונטרס "פרי חיים", חידושים און ערקלערונגען אויף פארשידענע הלכות אין [[חושן משפט]]{{הערה|1={{היברובוקס|2=קונטרס פרי חיים|3=549|page=81|מקום הוצאה=פיעטרקוב|שנת הוצאה=תרס"ז|4=ענדע פון ספר זרע חיים}}}} וועלכע האבן איבערראשט די לומד'ישע וועלט{{הערה|שם=ראזמארין|אהרן ראזמארין'ס תנ"ך ענציקלאפעדיע, באנד 1, עמ' עה-עט}}. דעם נאכפאלגנדן יאר האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין [[בערלין]], וואו ער האט שטודירט מזרח'דיגע שטודיעס אינעם אוניווערסיטעט, אריינגערעכנט די [[סעמיטישע שפראכן]] פון די אלטע תנ"ך איבערזעצונגען - גריכיש, לאטיין, אראמיש-סיריש, אראביש, און נאך. דארטן האט ער זיך באגעגנט מיט דער '[[ביבל קריטיק]]', און האט אנגעהויבן זיין לעבנס מיסיע וואס האט געדויערט א יובל יארן – פארטיידיגן דאס אריגינאליטעט פון תנ"ך און זיין קדושה פון זיינע אטאקירער. | ארום יאר תר"ס האט ער חתונה געהאט מיט פריידה דער טאכטער פון אלכסנדר סנדר דיסקין, א רייכער איד פון [[לאדזש]]. אין תרס"ז האט ער א קורץ וויילע שטודירט געזעץ אין דער אוניווערסיטעט אין [[פעטערבורג|סעינט־פּעטערבורג]]. אין יענער צייט האט ער ארויסגעגעבן דעם קונטרס "פרי חיים", חידושים און ערקלערונגען אויף פארשידענע הלכות אין [[חושן משפט]]{{הערה|1={{היברובוקס|2=קונטרס פרי חיים|3=549|page=81|מקום הוצאה=פיעטרקוב|שנת הוצאה=תרס"ז|4=ענדע פון ספר זרע חיים}}}} וועלכע האבן איבערראשט די לומד'ישע וועלט{{הערה|שם=ראזמארין|אהרן ראזמארין'ס תנ"ך ענציקלאפעדיע, באנד 1, עמ' עה-עט}}. דעם נאכפאלגנדן יאר האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין [[בערלין]], וואו ער האט שטודירט מזרח'דיגע שטודיעס אינעם אוניווערסיטעט, אריינגערעכנט די [[סעמיטישע שפראכן]] פון די אלטע תנ"ך איבערזעצונגען - גריכיש, לאטיין, אראמיש-סיריש, אראביש, און נאך. דארטן האט ער זיך באגעגנט מיט דער '[[ביבל קריטיק]]', און האט אנגעהויבן זיין לעבנס מיסיע וואס האט געדויערט א יובל יארן – פארטיידיגן דאס אריגינאליטעט פון תנ"ך און זיין קדושה פון זיינע אטאקירער. אין תרע"א איז אין בערלין פארעפנטליכט געווארן זיין פארשונג אויף דייטש וועגן דער [[פשיטתא|פשיטא]] – די סירישע איבערזעצונג פון תנ"ך, א פארשונג וואס האט אים פארדינט א [[דאקטאראט]] פונעם אוניווערסיטעט פון [[ווירצבורג]]. | ||
אין תר"ע, מיט דעם פטירה פון רבי מלכיאל צבי טענענענבוים, האט די קהילה פון לאָמזשע אויסדערוועלט ר' חיים אים צו איבערנעמען. אין דער צייט האט ר' חיים שוין אנגעהויבן ארויסגעבן באגריסנדע פארשונגען וועגן די [[סעפטואגינטא|סעפּטואַגינטא]] און וועגן דעם רמב"ם. כאטש וואס ער איז געווען א שטודירטער דאקטאר, דאך, מיט די השתדלות פון [[רבי אליהו חיים מייזל]] וואס האט דארט געדינט אלס רב אין די פארגאנגענהייט, און מיט'ן הסכמה פון [[רבי אברהם מרדכי אלטער|גערער רבי'ן]] איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין דעם עיר ואם בישראל{{הערה|{{עיתונות יהודית היסטורית 2|1=המצפה|2=MZP|4=הסכמת החסידים לרב־דקטור|5=19120329|6=9}}}}. הרב מייזל האט זיך אויסגעדריקט אויף אים "סוקר את כל הש"ס בסקירה אחת"{{הערה|ספר זיכרון לקהילת לומז'ה, בעריכת [[יום טוב לוינסקי]], 1952, עמ' 115}}. טראץ דעם, האט ער באלד פארלאזט דאס רבנות. סאלאווייטשיק האט דערציילט אז ר' חיים האט אים געזאגט אז ער איז באזארגט אז זיין שטעלע אלס קהילה רב וועט אים צווינגען צו האנדלען מיט נשמה-ברעכנדע באזארגן<ref>בסוד היחיד והיחד, פליטת סופריהם</ref>. | |||
אין נאוועמבער 1920 איז ר' חיים געפארן קיין ניו יארק ווייטער ארבעטן אויף זיין אויסגאבע פון דער [[פשיטתא]]{{הערה|{{Cite book |url=https://books.google.com/books?id=M1xAAQAAMAAJ |title=The American Hebrew & Jewish Messenger |date=1920 |publisher=American Hebrew Publishing Company |language=en}}}}. העליר האט זיך דערנאך באזעצט אין [[בערלין]], וואו ער האט אין 1922 געגרינדעט א נייע סארט ישיבה ('בית המדרש העליון') און געפירט סעמינארן, וואס האבן אקאדעמיש געפארשט די תנ"ך און תלמוד. די ישיבה האט זיך נישט אויסגעארבעט, נישט געפונענדיג גענוג תלמידים וואס קומען נאך אירע סטאנדארטן<ref name=":1" />. זיינע שיעורים האבן צוגעצויגן א צאל גראדואנטן פון מזרח-אייראפּעאישע ישיבות, ווי שמואל ביאַלאָבאָצקי, י.ב. סאָלאָווייטשיק, אברהם אהרן פרייס און [[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן]], העליר'ס פריינט{{הערה|1={{Cite web |date=2022-04-28 |title=An Important Historical Discovery From 1868-9: “I Knew Him Personally…” |url=https://crownheights.info/chabad-news/772063/an-important-historical-discovery-from-1868-9-i-knew-him-personally/ |access-date=2023-06-04 |website=CrownHeights.info - Chabad News, Crown Heights News, Lubavitch News |language=en}}|כיוון=שמאל}}{{הערה|{{Cite book |last=Deutsch |first=Shaul Shimon |url=https://books.google.com/books?id=X_gRAQAAIAAJ |title=Larger Than Life: The Life and Times of the Lubavitcher Rebbe Rabbi Menachem Mendel Schneerson |date=1995 |publisher=Chasidic Historical Productions |isbn=978-0-9647243-1-0 |language=en}}|כיוון=שמאל}}. | אין נאוועמבער 1920 איז ר' חיים געפארן קיין ניו יארק ווייטער ארבעטן אויף זיין אויסגאבע פון דער [[פשיטתא]]{{הערה|{{Cite book |url=https://books.google.com/books?id=M1xAAQAAMAAJ |title=The American Hebrew & Jewish Messenger |date=1920 |publisher=American Hebrew Publishing Company |language=en}}}}. העליר האט זיך דערנאך באזעצט אין [[בערלין]], וואו ער האט אין 1922 געגרינדעט א נייע סארט ישיבה ('בית המדרש העליון') און געפירט סעמינארן, וואס האבן אקאדעמיש געפארשט די תנ"ך און תלמוד. די ישיבה האט זיך נישט אויסגעארבעט, נישט געפונענדיג גענוג תלמידים וואס קומען נאך אירע סטאנדארטן<ref name=":1" />. זיינע שיעורים האבן צוגעצויגן א צאל גראדואנטן פון מזרח-אייראפּעאישע ישיבות, ווי שמואל ביאַלאָבאָצקי, י.ב. סאָלאָווייטשיק, אברהם אהרן פרייס און [[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן]], העליר'ס פריינט{{הערה|1={{Cite web |date=2022-04-28 |title=An Important Historical Discovery From 1868-9: “I Knew Him Personally…” |url=https://crownheights.info/chabad-news/772063/an-important-historical-discovery-from-1868-9-i-knew-him-personally/ |access-date=2023-06-04 |website=CrownHeights.info - Chabad News, Crown Heights News, Lubavitch News |language=en}}|כיוון=שמאל}}{{הערה|{{Cite book |last=Deutsch |first=Shaul Shimon |url=https://books.google.com/books?id=X_gRAQAAIAAJ |title=Larger Than Life: The Life and Times of the Lubavitcher Rebbe Rabbi Menachem Mendel Schneerson |date=1995 |publisher=Chasidic Historical Productions |isbn=978-0-9647243-1-0 |language=en}}|כיוון=שמאל}}. | ||
רעוויזיע פון 01:40, 17 פעברואר 2025
![]() | |
| געבורט | כ' תמוז תרל"ח |
|---|---|
| פטירה | י"ד בניסן תש"כ |
רבי חיים העליר (תרל"ח–תש"כ) איז געווען א פּראמינענטער גאון אין תורה און פארשער פון תנ"ך איבערזעצונגען וועלכער האט קאמבינירט טראדיציאנעלן רבנישער ערודיציע מיט עקספּערטיז אין מאָדערנער טעקסטואַלער פארשונג[1]. ער האט פארמאגט א דאָקטאָראַט און איז געווען בארימט פאר זיין געוועלטיגונג אין אור-אלטע שפּראכן[2].
ביאָגראַפיע
ר' חיים איז געבוירן געווארן אין ביאַליסטאָק אין כ' תמוז תרל"ח[3]. זיין פאטער ר' ישראל פּינסקער, איז געווען א תלמיד חכם[4] וועלכער האט זיך באשעפטיגט מיט האנדל און לויט זיין מצבה האט ער געענדיגט ש"ס 70 מאל[5]. ער איז געווען דער אייניקל פון ר' חיים ברודא, מחבר פון 'זרע חיים' (געדרוקט דורך ר' חיים העליר)[6]. העליר'ס עלטערער ברודער איז געווען ר' נחמן העליר, וואס איז שפעטער אויך געווארן אַן אמעריקאנער רב. נאך דעם טויט פון ר' חיים'ס מוטער, איז ער אויפגעצויגן געווארן אין ווארשע דורך זיין פעטער ר' יעקב יוסף ברודא. ער האט נישט געלערנט אין קיין ישיבה, ער האט נישט געהאט קיין רבי’ן, און שוין אלס צען יעריג בחור’ל איז ער געווען באוואוסט אלס "ווארשעווער עילוי". דער הויז פון זיין רייכן פעטער אין ווארשע האט געדינט אלס בית ועד פאר די גרעסטע תלמידי חכמים פון יענע יארן ווען זיי האבן געוויילט אין ווארשע, אריינגערעכנט רבי יאשע בער סאלאווייטשיק, זיין זון רבי חיים, דער חפץ חיים[1], רבי יצחק אלחנן ספּעקטאָר, רבי נפתלי צבי יהודה בערלין, און זיין זון רבי חיים בערלין[7], וועלכע פלעגן רעדן מיט דעם יונגן עילוי אין לערנען[8]. אויסער די גרעניצן פון ווארשע, האט ר' חיים געפירט הלכה'דיגע משא ומתן מיט דער 'שדי חמד'[9], דער 'מנחת ברוך', דער 'כלי חמדה', דער אדר"ת, רבי אליעזר גארדאן פון טעלז, רבי אליהו קלאַצקין פון לובלין, רבי יוסף ענגיל, און אנדערע.
ארום יאר תר"ס האט ער חתונה געהאט מיט פריידה דער טאכטער פון אלכסנדר סנדר דיסקין, א רייכער איד פון לאדזש. אין תרס"ז האט ער א קורץ וויילע שטודירט געזעץ אין דער אוניווערסיטעט אין סעינט־פּעטערבורג. אין יענער צייט האט ער ארויסגעגעבן דעם קונטרס "פרי חיים", חידושים און ערקלערונגען אויף פארשידענע הלכות אין חושן משפט[10] וועלכע האבן איבערראשט די לומד'ישע וועלט[8]. דעם נאכפאלגנדן יאר האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בערלין, וואו ער האט שטודירט מזרח'דיגע שטודיעס אינעם אוניווערסיטעט, אריינגערעכנט די סעמיטישע שפראכן פון די אלטע תנ"ך איבערזעצונגען - גריכיש, לאטיין, אראמיש-סיריש, אראביש, און נאך. דארטן האט ער זיך באגעגנט מיט דער 'ביבל קריטיק', און האט אנגעהויבן זיין לעבנס מיסיע וואס האט געדויערט א יובל יארן – פארטיידיגן דאס אריגינאליטעט פון תנ"ך און זיין קדושה פון זיינע אטאקירער. אין תרע"א איז אין בערלין פארעפנטליכט געווארן זיין פארשונג אויף דייטש וועגן דער פשיטא – די סירישע איבערזעצונג פון תנ"ך, א פארשונג וואס האט אים פארדינט א דאקטאראט פונעם אוניווערסיטעט פון ווירצבורג.
אין תר"ע, מיט דעם פטירה פון רבי מלכיאל צבי טענענענבוים, האט די קהילה פון לאָמזשע אויסדערוועלט ר' חיים אים צו איבערנעמען. אין דער צייט האט ר' חיים שוין אנגעהויבן ארויסגעבן באגריסנדע פארשונגען וועגן די סעפּטואַגינטא און וועגן דעם רמב"ם. כאטש וואס ער איז געווען א שטודירטער דאקטאר, דאך, מיט די השתדלות פון רבי אליהו חיים מייזל וואס האט דארט געדינט אלס רב אין די פארגאנגענהייט, און מיט'ן הסכמה פון גערער רבי'ן איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין דעם עיר ואם בישראל[11]. הרב מייזל האט זיך אויסגעדריקט אויף אים "סוקר את כל הש"ס בסקירה אחת"[12]. טראץ דעם, האט ער באלד פארלאזט דאס רבנות. סאלאווייטשיק האט דערציילט אז ר' חיים האט אים געזאגט אז ער איז באזארגט אז זיין שטעלע אלס קהילה רב וועט אים צווינגען צו האנדלען מיט נשמה-ברעכנדע באזארגן[13].
אין נאוועמבער 1920 איז ר' חיים געפארן קיין ניו יארק ווייטער ארבעטן אויף זיין אויסגאבע פון דער פשיטתא[14]. העליר האט זיך דערנאך באזעצט אין בערלין, וואו ער האט אין 1922 געגרינדעט א נייע סארט ישיבה ('בית המדרש העליון') און געפירט סעמינארן, וואס האבן אקאדעמיש געפארשט די תנ"ך און תלמוד. די ישיבה האט זיך נישט אויסגעארבעט, נישט געפונענדיג גענוג תלמידים וואס קומען נאך אירע סטאנדארטן[1]. זיינע שיעורים האבן צוגעצויגן א צאל גראדואנטן פון מזרח-אייראפּעאישע ישיבות, ווי שמואל ביאַלאָבאָצקי, י.ב. סאָלאָווייטשיק, אברהם אהרן פרייס און רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, העליר'ס פריינט[15][16].
אין 1929 האט ער זיך אנגעשלאסן אין די פאקולטעט פונעם רבי יצחק אלחנן טעאלאגישן סעמינאר, ניו יארק. נאך א קורצער אויפהאלט אין ארץ ישראל, האט ער זיך אומגעקערט קיין אמעריקע, וואוינענדיג ערשט אין שיקאגא און דאן ניו־יארק.
אין תרצ"ז, ווען די נאציס זענן אויפגעקומען צו דער מאכט, איז ר' חיים אוועק קיין ניו־יארק, וואו ער האט פאָרגעזעצט זיין אקאדעמישע ארבעט בעת ער האט פארגעלערנט אינעם רבי יצחק אלחנן טעאלאגישן סעמינאַר. העלער איז געווען באַרימט פאַר זיין פעאיגקייט צו ברענגען אור־אַלטע דערציילונגען צו לעבן. סאָלאָווייטשיק האָט געהאַט אַזאַ רעספּעקט פאַר העלער, אַז ער פלעגט איבערברעכן עפנטליכע רעפעראַטן, ווען ער האָט געזען אַז העלער איז אָנגעקומען, אים צו העלפן מיט זיין מאַנטל און אים באַגלייטן צו זיין זיצפּלאַץ.[1] צום סוף פון זיין לעבן איז העלער'ס שטימע אַזוי שוואך געוואָרן, אַז ער האָט נישט געקענט פאָרלערנען פאַר גרופּעס אַפילו מיט דער הילף פון אַ מיקראָפאָן. אַנשטאָט, פלעגט סאָלאָווייטשיק זיצן נעבן אים און איבער'חזר'ן זיינע רעפעראַטן ווערטליך פאַרן עולם[17].
ער איז געווען אַן עהרן־פּרעזידענט פון דער אָרטאָדאָקסער פאַרבאַנד און דער קאָ־פארזיצער פון דער רבנישער קאָונסיל פון אַמעריקע'ס הלכה־קאָמיסיע.[1] ער איז געוואָרן באַלוינט מיט דעם הרב קוק פּרייז פאר רבני'שע ליטעראטור אין 1947. אייניגע הויכע מדינת ישראל באאמטע האבן מערערע מאל אים איינגעלאַדן זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל און אויסגעהאלטן ווערן פון דער רעגירונג בלויז צו טון זיין אייגענע ארבעט אין תנ"ך און תלמוד[8].
ר' חיים איז געשטארבן אין 1960, איבערגעלאזט זיין ווייב און דריי טעכטער, אריינגערעכנט מרים העליר און רבקה זינגער. ער איז באגראבן אין די מוינט יהודה קברות אין רידזשוואוד, קווינס. ביי זיין לוי' האבן זיך באטייליגט הונדערטער רבנים, געפירט דורך ר' יאשע בער סאלאווייטשיק[18].
שאסייען אין רחובות און גבעת מרדכי זענען גערופן נאך אים.
ווערק
ר' חיים האט זיך אפּגעגעבן מיט פילע פארשידענע געביטן פון תנ"ך, תלמוד און הלכה. אין זיין פארשונג האט ער געזוכט צו אויסקלארן טעקסטן מיט ריכטיגע מאנוסקריפּטן־ליינונגען. אין אלגעמיין איז זיין צוגאַנג געווען קאנסערוואטיוו, אבער ער איז נישט אוועקגעשטאנען פון מאדערנע פארשונגען פון אידישע און נישט־אידישע ווערק. ער האט געזען זיינע אויספארשונגען פון די אלטע ביבלישע ווערסיעס ווי א הייליגער מיסיע צו אויפווייזן דאס אינטעגריטעט פון דעם מסורה'דיגן טעקסט[2]. ער האט געשריבן פופצן ספרים, מערסטנס אויף העברעאיש[18].
זיינע ווערק נעמען אריין אַן אויסגאבע פון ספר המצוות, א צוויי-באנד אַרבעט אויף שולחן ערוך, חושן משפט מיטן טיטל 'לחקרי הלכות', 'נוסח השומרוני', און אנדערע ווערק.[19] פּאָסטהום ארויסגעגעבענע ווערק רעכענען אריין עטליכע בריוון און אַ פאָטאָסקאַן פון העליר'ס פערזענליכע ביבליאַ העבראיקאַ, אַריינגערעכנט זיינע קרייץ־רעפערענצן, ארויס דורך העליר'ס איידעם יוסף זינגער אין פיר בענדער אלס 'ספר מסורות התנ"ך' (1996). העליר, וואס האט אויך פאַרלוירן גאנצע מאנוסקריפּטן אין דער האלאקאוסט, האט אנגעבליך איבערגעלאזט א באדייטנדער הויפן פון אומפּובליצירטע מאטעריאל, אבער עס זענען נישט באקאנט צו זיין איבערגעבליבן קיינע מאנוסקריפטן.
דרויסנדיגע לינקס
- Rabbi Chaim Heller, kevarim.com, דעצעמבער 18, 2007
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 1.3 1.4 Rakeffet-Rothkoff, Aaron (1999). The Rav: The World of Rabbi Joseph B. Soloveitchik (in ענגליש). KTAV Publishing House, Inc. ISBN 978-0-88125-614-7.
- ↑ 2.0 2.1 Shapiro, Marc B. (17 March 2022). Between the Yeshiva World and Modern Orthodoxy (in ענגליש). Liverpool University Press. ISBN 978-1-80085-846-6.
- ↑ 10 יולי 1878 אין יוליאנישן קאלענדאר. קווים לדמותו של הגאון ר' חיים הלר, אויף ספריית אסיף (העברעאיש). אומריכטיגע דאטומען ווערן אנגעגעבן אין פארשידענע קוועלער.
- ↑ "Bialystok, Poland (Volume 1, Pages 191-198)".
- ↑ קווים לדמותו של הגאון ר' חיים הלר, אויף ספריית אסיף (העברעאיש)
- ↑ רבי חיים ברודא, זרע חיים, פיעטרקוב, תרס"ז.
- ↑ רבי חיים בערלין רעפערירט אין אַ תשובה צו "דער דערמאַנונג פון אונזער יוגנט פריינדשאַפט, ווען יחדיו נמתיק סוד אין פילע ענינים אין טיפעניש פון הלכה אין הויז פון [העלער'ס] פעטער". חיים ברלין, שו"ת נשמת חיים - חושן משפט, סי' עב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ 8.0 8.1 8.2 אהרן ראזמארין'ס תנ"ך ענציקלאפעדיע, באנד 1, עמ' עה-עט.
- ↑ רח"ח מדיני, שדי חמד, טו, וורשה תרס"ז, עמ' 289 (=כללים, מערכת מ, כלל קפז); הנ"ל, שם, יז, וורשה תרס"ח, עמ' 473 (= פאת השדה, כללים, מערכת ח, כלל יג); הנ"ל, שם, יח, וורשה תרע"ב, עמ' 280 (= שיורי הפאה, מערכת ה, כלל ח).
- ↑ קונטרס פרי חיים, פיעטרקוב, תרס"ז, ענדע פון ספר זרע חיים.
- ↑ הסכמת החסידים לרב־דקטור, המצפה, מערץ 29, 1912.
- ↑ ספר זיכרון לקהילת לומז'ה, בעריכת יום טוב לוינסקי, 1952, עמ' 115.
- ↑ בסוד היחיד והיחד, פליטת סופריהם
- ↑ The American Hebrew & Jewish Messenger (in ענגליש). American Hebrew Publishing Company. 1920.
- ↑ "An Important Historical Discovery From 1868-9: "I Knew Him Personally…"". CrownHeights.info - Chabad News, Crown Heights News, Lubavitch News (in ענגליש). 2022-04-28. Retrieved 2023-06-04.
- ↑ Deutsch, Shaul Shimon (1995). Larger Than Life: The Life and Times of the Lubavitcher Rebbe Rabbi Menachem Mendel Schneerson (in ענגליש). Chasidic Historical Productions. ISBN 978-0-9647243-1-0.
- ↑ Eleff, Zev (2008). Mentor of Generations: Reflections on Rabbi Joseph B. Soloveitchik (in ענגליש). KTAV Publishing House, Inc. ISBN 978-1-60280-011-3.
- ↑ 18.0 18.1 Rabbi Chaim Heller, Noted Talmudic Scholar, Dies in New York, JTA, April 13, 1960.
- ↑ "Mission & History". Yeshiva University
