אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קונע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הגהה)
אין תקציר עריכה
שורה 7: שורה 7:
די קונע פלעגן אידן נוצן קעגן די וואס האבן געזינדיגט קעגן אידישקייט אדער קעגן די אינטערעסן פון דער קהילה, ווי פאר מסירה, ניאוף, חוצפה פאר'ן רב אד"ג{{הערה|זעט למשל דער קראקער פנקס, געברענגט אין {{אוצר החכמה|שמחה אסף|העונשין אחרי חתימת התלמוד|158903|page=131|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תרפ"ב|עמ=133}}}}, און איז געווען פּלאצירט אין א ווינקל פונעם קהל-שטיבל, וואס איז געווענליך געווען נעבן דער שול, ווי אין [[פאליש|פּאָליש]]. דער פארברעכער איז אריינגעשטעלט געווארן אין דער קונע באלד פאר שחרית אדער מנחה פאר א צאל שטונדן; און יעדער מתפלל האט געהאט די רעכט, און אפילו געהאלטן פאר א פליכט, צו שפייען דעם שולדיגן אין פנים, און אים שלאגן און אנדערש באליידיגן.

די נאמען קונע איז פון פוילישער kuna. די סארט שטראף איז געווען פארשפרייט אין קאטוילישע קירכעס און אויף פריצ'ישע גיטער. פונקט ווען די קונע איז איינגעפירט געווארן אין די אידישע געמיינדעס, איז נישט באקאנט. די אידן האבן דאס, ווי עס זעט אויס, גענומען פון זייערע קריסטליכע שכנים{{הערה|1={{אנצ יהודית|9550-kuna|KUNA|Herman Rosenthal}}}}.
די נאמען קונע איז פון פוילישער kuna. די סארט שטראף איז געווען פארשפרייט אין קאטוילישע קירכעס און אויף פריצ'ישע גיטער. פונקט ווען די קונע איז איינגעפירט געווארן אין די אידישע געמיינדעס, איז נישט באקאנט. די אידן האבן דאס, ווי עס זעט אויס, גענומען פון זייערע קריסטליכע שכנים{{הערה|שם=אנצ|{{אנצ יהודית|9550-kuna|KUNA|Herman Rosenthal}}}}.

אזעלכע "קונעס" האבן זיך געפונען אין א סך, אפשר רוב, פּוילישע שולן אבער מיט דער צייט זענען א טייל פון זיי געווארן ליקווידירט. אין די שולן פון: [[לעמבערג]]{{הערה|[https://www.moreshetyahadutpolin.org/he/node/1078 לבוב – מרכז מורשת יהדות פולין]}}, ווילנע, [[ליסע]], [[פינטשעוו|פּינטשעוו]], [[פיעטריקאוו|פּיעטריקאָוו-טריב.]], [[סטריזשעוו]] ביי ריישע און אין די הילצערנע שולן פון פּשעדבאָזש, גאמבין, [[ווארקע|וואָרקע]], [[דווארט|דוואַרט]] (וואַרטאַ), האבן זיך די "קונעס" אפּגעהיטן ביז צו די לעצטע צייטן{{הערה|שם=דאוויד}}. אין פרשיסחא איז עס נאך היינט דא.

שורה 13: שורה 13:
עס זענען אויך באקאנט "קונעס" אויסער פּוילן און ליטא, ווי אין דער [[מאטערסדארף|מאטעסדארפער]] שול (בורגענלאנד, עסטרייך){{הערה|זע מ. גולדשטיין: מאמר שבע קהילות, תל-אביב תשט"ו, ז' 11.}}.
עס זענען אויך באקאנט "קונעס" אויסער פּוילן און ליטא, ווי אין דער [[מאטערסדארף|מאטעסדארפער]] שול (בורגענלאנד, עסטרייך){{הערה|זע מ. גולדשטיין: מאמר שבע קהילות, תל-אביב תשט"ו, ז' 11.}}.

די קונע אין [[מהרש"א]]'ס שול אין אוסטראה איז באשטאנען פון אזא שמאלער, הויכער אַלמער, אין וועלכן עס האט געקענט אריין בלויז איין מענטש, און דאס אױך נאר שטייענדיג, מיט אראפּגעלאזטע הענט. אין דעם טירל פון קונע אויבן איז געווען אַן עפענונג דורך וועלכן מ’האט געקענט אנזען דאס פּנים פונעם פאר'משפּט'ן און דורך איר אריינשפּייען{{הערה|אברהם רעכטמאן, [https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc200744/rechtman-abraham-yidishe-etnografye-un-folklor-zikhroynes-vegn-der?book-page=72&book-mode=1up יידישע עטנאגראפיע און פאלקלאר], זייט 68}}.
די קונע אין [[מהרש"א]]'ס שול אין אוסטראה איז באשטאנען פון אזא שמאלער, הויכער אַלמער, אין וועלכן עס האט געקענט אריין בלויז איין מענטש, און דאס אויך נאר שטייענדיג, מיט אראפּגעלאזטע הענט. אין דעם טירל פון קונע אויבן איז געווען אַן עפענונג דורך וועלכן מ’האט געקענט אנזען דאס פּנים פונעם פאר'משפּט'ן און דורך איר אריינשפּייען{{הערה|אברהם רעכטמאן, [https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc200744/rechtman-abraham-yidishe-etnografye-un-folklor-zikhroynes-vegn-der?book-page=72&book-mode=1up יידישע עטנאגראפיע און פאלקלאר], זייט 68}}.

איינע פון די מנהגים וואס די [[קאראאימער]] האבן איבערגענומען פון די אידן אין ליטע איז געווען די קונע, אין וועלכער זיי פלעגן אריינשטעלן פאר דעם קלענסטן חטא{{הערה|
איינע פון די מנהגים וואס די [[קאראאימער]] האבן איבערגענומען פון די אידן אין ליטע איז געווען די קונע, אין וועלכער זיי פלעגן אריינשטעלן פאר דעם קלענסטן חטא{{הערה|
שורה 25: שורה 25:
אין ווינטער תקל"ב, ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די [[התנגדות צו חסידות]], האבן די פרנסים און צוויי כיתות בית-דין מיטן ווילנער שטאט-רב ארויסגעגעבן א פסק צו פארברענען "ספרי דתיהם" פון די "חשודים" פאר קבלת שבת ביים אריינגאנג פון שול נעבן דעם קונע, און אז דער "מסית ומדיח" רבי איסר, "וואס איז פריער געווען גערימט און געלויבט ביי אידן", דער הויפט פירער פונעם "קארלינער (–חסידישער) מנין" אין ווילנע און תלמיד פון [[רבי מענדעלע וויטעבסקער]], מוז שבת אינדערפרי זיך מתוודה זיין אויף די בימה אין גרויסן שול, און דערנאך זאל ער ווערן געלייגט אין חרם. ביזן אויספירן דעם פסק האט מען ר' איסרן אריינגעזעצט אין תפיסה אין ווילנער שלאס. ווען דער גאון האט זיך דערוויסט פונעם פסק (ער איז דעמאלט געווען אין ווילנער פארשטאט אַנטאָקאָליע), האט ער אויסגעדרוקט שטארקע אומצופרידנהייט אויף דעם גרינגען שטראף, "וואלט איך נאר געהאט כח וואלט איך געטון ווי אליהו הנביא האט געטון מיט די נביאים פון [[בעל (אפגאט)|בעל]]". דער גאון האט געפאדערט מען זאל שטעלן איסר אין קונע אבער די פרנסים האבן דערצו נישט מסכים געווען און אנשטאט האבן זיי פאר קבלת שבת דעם פאר'משפט'ן געשלאגן אין קהל-שטיבל מיט א קאנטשיק, און דערנאך האבן זיי פארברענט די חסידישע כתבים ביי דער קונע. פרייטאג-צו-נאכט איז ר' איסר געווען פארשפארט אין קהל-שטיבל, און אויף מארגן, שבת, בעת תפילת שחרית, איז ער מיט זיינע חברים אויף אויף דער בימה אין און אויסגעהערט דעם נוסח פון [[חרם]], וואס איז אויסגערופן געווארן אויף די חסידים{{הערה|[[שמעון דובנאוו]], '''[https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc206951/dubnow-simon-geshikhte-fun-hasidizm-oyfn-yesod-fun-originele-mekoyrim-gedrukte-vol-1?book-page=209&book-mode=1up געשיכטע פון חסידיזם]''' ווילנע תר"צ, זייט 188-9, לויט ספר "זמיר עריצים וחרבות צורים"}}.

אין יאר 1782 האבן די זקנים פון [[מינסק]]ער קהל, ווערנדיג באשולדיגט פון עטליכע אידישע האנטארבעטער אין אונטערדריקן דעם המון און מיט פארנוצן די פאלקס-געלט, באשטראפט די פירער פון די אומצופרידענע איבערדרייער מיטן זיי אריינלייגן אין די קונע{{הערה|{{אנצ יהודית|9550-kuna|KUNA|Herman Rosenthal}}}}.
אין יאר 1782 האבן די זקנים פון [[מינסק]]ער קהל, ווערנדיג באשולדיגט פון עטליכע אידישע האנטארבעטער אין אונטערדריקן דעם המון און מיט פארנוצן די פאלקס-געלט, באשטראפט די פירער פון די אומצופרידענע איבערדרייער מיטן זיי אריינלייגן אין די קונע{{הערה|שם=אנצ}}.

ס'האט אפילו געטראפן אז א ספר וואס מען האט פאר'משפּט אויף פארברענען, איז פריער אויפגעהאנגען געווארן אויף אזא "קונע", ווי למשל, [[ווייזל]]'ס בוך: "דברי שלום ואמת"{{הערה|שם=דאוויד|דוד דאווידאוויטש, '''שולן אין פוילן''', בוענאס אייראס, תשכ"א, ז' 333–334; 359}}.

ארום תק"נ איז ארויס א געזעץ אז יעדער דרוקער דארף האבן א "ראזרעשעניע" (ערלויבעניש) פון פעטערבורג. איז ער געגאנגען קיין ליאזנא צו [[רבי שניאור זלמן פון לאדי|רבי שניאור זלמן]], וועלכער האט אים געזאגט ער זאל פארן קיין ווילנא, וואו א מלמד משה גיטל'ס וועט אים העלפן. דארט האט ער, נאך גרויס אנשטרענגונג, געטראפן דעם מלמד און אים געדונגען פאר צוויי יאר, און דערווייל געבליבן אין ווילנא. איין טאג האט א שר זיי געזען שפאצירן, און איז צוגעקומען און זיי דערציילט: ער האט אמאל געלערנט אין ישיבה, ער האט זיך פארזינדיגט האט מען אים אריינגעשטעלט אין קונע, און דערצו אנגעטון פילע בזיונות, און אלע בחורים פון ישיבה זענען געשטאנען און געלאכט פון מיר. איך האב געפילט אונמאכט, און דו משה גיטל'ס ביסט אריבער און אנגעשריגן און פארטריבן די בחורים. איך בין שפעטער געגאנגען שטודירן און זיך געטויפט, און יעצט בין איך א מיניסטער אין פעטערבורג. איך וויל דיר עפעס גוטס צוריקטון, און געבן געלט דו זאלסט מער קיין מלמד נישט דארפן זיין. האט אים משה גיטל'ס געזאגט אז ער האט זיך שוין אונטערגענומען אויף צוויי יאר ביים סלאוויטער איד. דאן האט רבי משה סלאוויטער געבעטן דעם שר ער זאל אים ערלעדיגן די ערלויבעניש, און דער שר האט אים דאס ערלעדיגט{{הערה|{{היברובוקס|חיים מאיר היילמאן|בית רבי - תולדות הרב: דער אלטער רבי ר' שניאור זלמן|43250|page=85|מקום הוצאה=ווילנא|שנת הוצאה=תרס"ד|עמ=81-86}}}}.

==רעפערענצן==
==רעפערענצן==

רעוויזיע פון 21:33, 15 יאנואר 2025

א איד אין די "קונע" אין פּאליש פון גרויסן לעמבערגער "מחוץ לעיר" שול, געבויט אין ה'שצ"ב
א קונע ביי א קירכע אין קראקא
א קונע ביים שול אין פשיסחא

דער קונע איז א פארעם פון א קערפערליכע שטראף באנוצט דורך אידן און גוים אין פוילן און ליטא אין שפעט מיטלאלטער, וואס איז באשטאנען פון א שאנד-סלופּ, א רינג אויף א קייט וואס איז געווען צוגעפעסטיגט צו דער וואנט, מיט וועלכע מען האט צוגעבונדן דעם פארזינדיגטן ביים האלז אדער ביי די הענט.

געשיכטע

די קונע פלעגן אידן נוצן קעגן די וואס האבן געזינדיגט קעגן אידישקייט אדער קעגן די אינטערעסן פון דער קהילה, ווי פאר מסירה, ניאוף, חוצפה פאר'ן רב אד"ג[1], און איז געווען פּלאצירט אין א ווינקל פונעם קהל-שטיבל, וואס איז געווענליך געווען נעבן דער שול, ווי אין פּאָליש. דער פארברעכער איז אריינגעשטעלט געווארן אין דער קונע באלד פאר שחרית אדער מנחה פאר א צאל שטונדן; און יעדער מתפלל האט געהאט די רעכט, און אפילו געהאלטן פאר א פליכט, צו שפייען דעם שולדיגן אין פנים, און אים שלאגן און אנדערש באליידיגן.

די נאמען קונע איז פון פוילישער kuna. די סארט שטראף איז געווען פארשפרייט אין קאטוילישע קירכעס און אויף פריצ'ישע גיטער. פונקט ווען די קונע איז איינגעפירט געווארן אין די אידישע געמיינדעס, איז נישט באקאנט. די אידן האבן דאס, ווי עס זעט אויס, גענומען פון זייערע קריסטליכע שכנים[2].

אזעלכע "קונעס" האבן זיך געפונען אין א סך, אפשר רוב, פּוילישע שולן אבער מיט דער צייט זענען א טייל פון זיי געווארן ליקווידירט. אין די שולן פון: לעמבערג[3], ווילנע, ליסע, פּינטשעוו, פּיעטריקאָוו-טריב., סטריזשעוו ביי ריישע און אין די הילצערנע שולן פון פּשעדבאָזש, גאמבין, וואָרקע, דוואַרט (וואַרטאַ), האבן זיך די "קונעס" אפּגעהיטן ביז צו די לעצטע צייטן[4]. אין פרשיסחא איז עס נאך היינט דא.

עס זענען אויך באקאנט "קונעס" אויסער פּוילן און ליטא, ווי אין דער מאטעסדארפער שול (בורגענלאנד, עסטרייך)[5].

די קונע אין מהרש"א'ס שול אין אוסטראה איז באשטאנען פון אזא שמאלער, הויכער אַלמער, אין וועלכן עס האט געקענט אריין בלויז איין מענטש, און דאס אויך נאר שטייענדיג, מיט אראפּגעלאזטע הענט. אין דעם טירל פון קונע אויבן איז געווען אַן עפענונג דורך וועלכן מ’האט געקענט אנזען דאס פּנים פונעם פאר'משפּט'ן און דורך איר אריינשפּייען[6].

איינע פון די מנהגים וואס די קאראאימער האבן איבערגענומען פון די אידן אין ליטע איז געווען די קונע, אין וועלכער זיי פלעגן אריינשטעלן פאר דעם קלענסטן חטא[7].

אנעקדאטן

אין תמ"א איז רבי דוד לידא געווארן רב אין אשכנזישער קהילה אין אמסטערדאם, אבער נאך א קורצער צייט האט אויסגעבראכן א שווערע מחלוקת צווישן אים און די קהילה פירער, וועלכע האבן אויסגעטראכט אויף אים פארשידענע בלבולים, פארשעמט ברבים, און אים געצווינגען צו פארלאזן דעם שטאט. רבי דוד האט זיך געוואנדן צום ועד ארבע ארצות, און נאך אן אויספארשונג האבן זיי ארויסגעגעבן הארבע שטראפן פאר די פארמישטע. איינער פון די פארמישטע איז געווען א לובלינער איד סענדער, וועלכער האט מזייף געווען א צעטל און דאס אנגעלייגט אויפן רב, און דערפאר באקומען פון רבי דוד'ס שונאים 60 ר"ט. צווישן די שטראפן וואס זענען אויסגערופן געווארן אויף סענדער איז "כדי לפרסם קלונו זאל ער שטיין אין די קוני' פארן גרויסן לובלינער שול כל משך זמן התפלה של שחרית"[8].

אין תק"ל איז דער פריידענקער און משכיל אבא גלוסק ("גלוסקער מגיד") באשטראפט געווארן דורך די זקנים פונעם קהל אין ווילנע, וויבאלד ער האט פאר'ן ווילנער גאון געמאכט ביליגע באמערקונגען וועגן מדרש און רש"י. ער איז ארעסטירט געווארן דעם זעלבן טאג; ער האט באקומען פערציג שלעק; און איז דעמאלט אריינגעלייגט געווארן אין דער קונע. נאכן ליידן די געווענליכע באליידיגונגען, האט מען דעם אומגליקליכן מענטש ארויסגעפירט פון שטעטל און באפוילן נישט צוריקצוקומען[9].

אין ווינטער תקל"ב, ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די התנגדות צו חסידות, האבן די פרנסים און צוויי כיתות בית-דין מיטן ווילנער שטאט-רב ארויסגעגעבן א פסק צו פארברענען "ספרי דתיהם" פון די "חשודים" פאר קבלת שבת ביים אריינגאנג פון שול נעבן דעם קונע, און אז דער "מסית ומדיח" רבי איסר, "וואס איז פריער געווען גערימט און געלויבט ביי אידן", דער הויפט פירער פונעם "קארלינער (–חסידישער) מנין" אין ווילנע און תלמיד פון רבי מענדעלע וויטעבסקער, מוז שבת אינדערפרי זיך מתוודה זיין אויף די בימה אין גרויסן שול, און דערנאך זאל ער ווערן געלייגט אין חרם. ביזן אויספירן דעם פסק האט מען ר' איסרן אריינגעזעצט אין תפיסה אין ווילנער שלאס. ווען דער גאון האט זיך דערוויסט פונעם פסק (ער איז דעמאלט געווען אין ווילנער פארשטאט אַנטאָקאָליע), האט ער אויסגעדרוקט שטארקע אומצופרידנהייט אויף דעם גרינגען שטראף, "וואלט איך נאר געהאט כח וואלט איך געטון ווי אליהו הנביא האט געטון מיט די נביאים פון בעל". דער גאון האט געפאדערט מען זאל שטעלן איסר אין קונע אבער די פרנסים האבן דערצו נישט מסכים געווען און אנשטאט האבן זיי פאר קבלת שבת דעם פאר'משפט'ן געשלאגן אין קהל-שטיבל מיט א קאנטשיק, און דערנאך האבן זיי פארברענט די חסידישע כתבים ביי דער קונע. פרייטאג-צו-נאכט איז ר' איסר געווען פארשפארט אין קהל-שטיבל, און אויף מארגן, שבת, בעת תפילת שחרית, איז ער מיט זיינע חברים אויף אויף דער בימה אין און אויסגעהערט דעם נוסח פון חרם, וואס איז אויסגערופן געווארן אויף די חסידים[10].

אין יאר 1782 האבן די זקנים פון מינסקער קהל, ווערנדיג באשולדיגט פון עטליכע אידישע האנטארבעטער אין אונטערדריקן דעם המון און מיט פארנוצן די פאלקס-געלט, באשטראפט די פירער פון די אומצופרידענע איבערדרייער מיטן זיי אריינלייגן אין די קונע[2].

ס'האט אפילו געטראפן אז א ספר וואס מען האט פאר'משפּט אויף פארברענען, איז פריער אויפגעהאנגען געווארן אויף אזא "קונע", ווי למשל, ווייזל'ס בוך: "דברי שלום ואמת"[4].

ארום תק"נ איז ארויס א געזעץ אז יעדער דרוקער דארף האבן א "ראזרעשעניע" (ערלויבעניש) פון פעטערבורג. איז ער געגאנגען קיין ליאזנא צו רבי שניאור זלמן, וועלכער האט אים געזאגט ער זאל פארן קיין ווילנא, וואו א מלמד משה גיטל'ס וועט אים העלפן. דארט האט ער, נאך גרויס אנשטרענגונג, געטראפן דעם מלמד און אים געדונגען פאר צוויי יאר, און דערווייל געבליבן אין ווילנא. איין טאג האט א שר זיי געזען שפאצירן, און איז צוגעקומען און זיי דערציילט: ער האט אמאל געלערנט אין ישיבה, ער האט זיך פארזינדיגט האט מען אים אריינגעשטעלט אין קונע, און דערצו אנגעטון פילע בזיונות, און אלע בחורים פון ישיבה זענען געשטאנען און געלאכט פון מיר. איך האב געפילט אונמאכט, און דו משה גיטל'ס ביסט אריבער און אנגעשריגן און פארטריבן די בחורים. איך בין שפעטער געגאנגען שטודירן און זיך געטויפט, און יעצט בין איך א מיניסטער אין פעטערבורג. איך וויל דיר עפעס גוטס צוריקטון, און געבן געלט דו זאלסט מער קיין מלמד נישט דארפן זיין. האט אים משה גיטל'ס געזאגט אז ער האט זיך שוין אונטערגענומען אויף צוויי יאר ביים סלאוויטער איד. דאן האט רבי משה סלאוויטער געבעטן דעם שר ער זאל אים ערלעדיגן די ערלויבעניש, און דער שר האט אים דאס ערלעדיגט[11].

רעפערענצן

  1. זעט למשל דער קראקער פנקס, געברענגט אין שמחה אסף, העונשין אחרי חתימת התלמוד, ירושלים, תרפ"ב, עמ' 133 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  2. 2.0 2.1 Herman Rosenthal, ‏"KUNA", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).
  3. לבוב – מרכז מורשת יהדות פולין.
  4. 4.0 4.1 דוד דאווידאוויטש, שולן אין פוילן, בוענאס אייראס, תשכ"א, ז' 333–334; 359.
  5. זע מ. גולדשטיין: מאמר שבע קהילות, תל-אביב תשט"ו, ז' 11.
  6. אברהם רעכטמאן, יידישע עטנאגראפיע און פאלקלאר, זייט 68.
  7. מ. אוריאל, "די קאראאימער פאר די לעצטע 150 יאר", ליטע א, ניו יארק: קולטור-געזעלשאפט פון ליטווישע יידן, תשי"א, עמ' 205 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  8. רבי דוד לידא, באר עשק, ווארשא, תרס"ד, עמ' 26.
  9. בריוו פון גלוסק געברענגט אין רבי העשיל לעווין, עליות אליהו, ווילנע, תרל"ד, עמ' 47—50; און איבערגעזעצט אין שמואל מאַלצאַן, אבן שלמה: אדער תולדות הגאון רבינו אליהו זצ"ל מווילנא, ווילנע, תרפ"ד, עמ' 90–98.
  10. שמעון דובנאוו, געשיכטע פון חסידיזם ווילנע תר"צ, זייט 188-9, לויט ספר "זמיר עריצים וחרבות צורים"
  11. חיים מאיר היילמאן, בית רבי - תולדות הרב: דער אלטער רבי ר' שניאור זלמן, ווילנא, תרס"ד, עמ' 81-86.