אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אורחות צדיקים"

1,757 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 11 חדשים
קיין רעדאגירונג באמערקונג
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 12: שורה 12:
כאָטש עס איז געווען א פארזוך צו אידענטיפיצירן דעם מחבר מיטן מאָראַליסט און פּאָלעמיקער, [[רבי יום טוב ליפמאן מילהויזן]], שיינט אבער דיזע היפּאטעז צו זיין אומבאגרינדעט. איין היסטארישער פאקט וואס ווערט ערווענט אינעם ספר, איז דער ארויסטרייבונג פון די אידן פון פראנקרייך אינעם 14טן יארהונדערט.
כאָטש עס איז געווען א פארזוך צו אידענטיפיצירן דעם מחבר מיטן מאָראַליסט און פּאָלעמיקער, [[רבי יום טוב ליפמאן מילהויזן]], שיינט אבער דיזע היפּאטעז צו זיין אומבאגרינדעט. איין היסטארישער פאקט וואס ווערט ערווענט אינעם ספר, איז דער ארויסטרייבונג פון די אידן פון פראנקרייך אינעם 14טן יארהונדערט.


וויבאלד אורחות צדיקים אין פיל הינזיכטן פאלגט נאך די לערעס פון [[חסידי אשכנז]], איז מעגליך אז דער מחבר האט בכוונה געהאלטן דעם בוך אנאנים, נאכפאלגנדיג דערמיט די אנווייז פון [[רבי יהודה החסיד]] פון [[רעגענסבורג]] אין ספר חסידים (אויך ארויסגעגעבן אנאנים) אז שרייבער זאלן זיך נישט באקאנט מאכן אין זייערע ווערק, כדי זייערע יוצאי חלציהם זאלן זיך נישט שטאלצירן מיט זייער פאטער'ס דערגרייכונגען.
וויבאלד אורחות צדיקים אין פיל הינזיכטן פאלגט נאך די לערעס פון [[חסידי אשכנז]], איז מעגליך אז דער מחבר האט בכוונה געהאלטן דעם ספר אנאנים, נאכפאלגנדיג דערמיט די אנווייז פון [[רבי יהודה החסיד]] פון [[רעגענסבורג]] אין ספר חסידים (אויך ארויסגעגעבן אנאנים) אז שרייבער זאלן זיך נישט באקאנט מאכן אין זייערע ווערק, כדי זייערע יוצאי חלציהם זאלן זיך נישט שטאלצירן מיט זייער פאטער'ס דערגרייכונגען.
 
טראץ איר אנאנימיטעט איז אורחות צדיקים געווארן איינע פון ​​די פאפולערסטע ווערק צווישן די ספרי קודש, און זינט דעם 16טן יארהונדערט זענען ארויסגעקומען איבער 80 אויסגאבעס, אריינגערעכנט פארקירצטע ווערסיעס און איבערזעצונגען. דער ערשטער איז געווען א פארקירצטע ווערסיע אויף אידיש (איסני; Isny im Allgäu, 1542); דער פולער לשון-קודש'ער טעקסט איז ערשינען צום ערשטן מאל אין פּראַג עטליכע יאר שפּעטער (1581).
 
דער אריגינעלער טיטל איז מסתמא נישט "אורחות צדיקים", וועלכע איז לכאורה געגעבן געווארן דערצו דורך די קאפּיסטן און פארלאגן. די איסני אויסגאבע (1542) הייסט "ספר המדות", א נאמען וואס איז טראדיציאנעל געלייגט געווארן אויף ספרי מוסר. אין דער הקדמה באצייכנט דער מחבר דעם ספר אלס 'ספר המדות' און אינעם אפשליסנדן פאראגראף פון דער הקדמה דערקלערט ער "זה הספר נקרא ספר המידות והוא נכתב ונחתם בטבעת החכמה" ("דער ספר איז גערופן ספר המידות און עס איז געשריבן און גע'חתמ'עט געווארן מיטן זיגל פון חכמה"). דער טיטל פּאסט אויך צום סטרוקטור פונעם חיבור, זינט עס רעכנט אויס עטישע קוואליטעטן און זייער כאראקטעריסטיק.


=== געבוי ===
=== געבוי ===