אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שבע מצוות דרבנן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
שורה 24: שורה 24:




== דרויסנדיגע לינקס ==
== צו לערנען מער ==
* {{HebrewBooks|הרב שמואל אשכנזי|בית אהרן וישראל|13035|עמוד=93|כותרת=שבע מצוות דרבנן|קובץ לה תשנ"א, עמ' צז - קטו|ללא}}.
* {{היברובוקס|הרב שמואל אשכנזי|קובץ בית אהרן וישראל|13035|page=93|קעפל=שבע מצוות דרבנן|באנד=לה|שנת הוצאה=תשנ"א|עמ=צז–קטו}}
* {{HebrewBooks|הרב שמואל אשכנזי|בית אהרן וישראל|13066|עמוד=141|כותרת=השלמות לשבע מצוות דרבנן|קובץ לח תשנ"ב, עמ' קלט - קנד|ללא}}.
* {{היברובוקס|הרב שמואל אשכנזי|קובץ בית אהרן וישראל|13066|page=141|קעפל=השלמות לשבע מצוות דרבנן|באנד=לח|שנת הוצאה=תשנ"ב|עמ=קלט–קנד}}
* [https://beta.hebrewbooks.org/reader/reader.aspx?sfid=13024#p=110&fitMode=fitwidth&hlts=&ocr= הרב שמואל אשכנזי, "השלמות לשבע מצוות דרבנן", בית אהרן וישראל, קובץ מ, עמ' קי - קטו].
* {{היברובוקס|הרב שמואל אשכנזי|קובץ בית אהרן וישראל|13024|page=110|קעפל=מלואים|באנד=מ|שנת הוצאה=תשנ"ב|עמ=קי–קטו}}


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==

רעוויזיע פון 20:48, 13 דעצעמבער 2024

שבע מצוות דרבנן
The10Commandments.png
Menorah7a.png
הללמגילת אסתרחנוכה ליכט
נרות שבתנטילת ידייםברכהעירובין

שבע מצוות דרבנן זענען זיבן מצוות עשה געגרינדעט דורך חכמים. דער נומער זיבן ווערט צום ערשטן מאל דערמאנט אינעם ספר "כתר תורה" פון רבי דוד וויטאל[1]. זינט דאן איז עס דערמאנט געווארן אין אסאך ספרים, און אפילו צוגעלייגט צו די פארשפרייטע אויסגאבעס פון ספר החינוך ביים סוף פון די מצוות. די געמיינזאמקייט צווישן די מצוות וואס זענען אויסגערעכנט צווישן די זיבן איז אז זיי זענען נייע מצות, און זענען נישט גזירות 'להרחיק את האדם מן העבירה' אדער פארברייטערונגען פון אן עקזיסטירנדע מצוה (למשל: מרור בזמן הזה; יום טוב שני של גליות).

די מצוות

  1. הלל: צולייגן קאפיטלען קי"ג-קי"ח פון תהלים מיט א ברכה בעפאר און דערנאך צו דאנקען און לויבן, נאך תפילת שחרית אום ימים טובים, חנוכה און ראש חודש. אוועקגעשטעלט דורך די נביאים[2].
  2. מגילה: ליינען מגילת אסתר אין פורים בייטאג און ביינאכט. חכמים האבן אזוי ארויסגעלערנט[3].
  3. עירובין: פארבאטן צו טראגן אין א געמיינזאמער הויף אום שבת, אין א פאל וואס עס איז נישט פארהאן קיין עירובי חצרות, פארבאטן ארויסצוגיין פון שטאט אום שבת מער ווי צוויי טויזנט אמה אין א פאל וואס עס איז נישט פארהאן קיין עירובי תחומין, און פארבאטן קאכן אום יום טוב פאר צומארגנס'דיגן שבת אין א פאל וואס עס איז נישט פארהאן קיין עירובי תבשילין. אוועקגעשטעלט דורך שלמה המלך[4].
  4. ברכות: צו בענטשן אויף מצוות[5], בעפאר יעדער הנאה אויף די וועלט, און אויף פארשידענע געשעענישן. חכמים האבן פון אייגענעם פארשטאנד אזוי ארויסגעלערנט[6].
  5. שבת ליכט: צו צינדן אין יעדן שטוב ליכט פרייטאג און ערב יום טוב צונאכטס. חכמים האבן אזוי אוועקגעשטעלט[7].
  6. חנוכה: צינדן ליכט יעדן נאכט דורכאויס די אכט טעג חנוכה. אין יאר פון נס חנוכה האבן חכמים אזוי אוועקגעשטעלט אויף די קומענדיגן יאר, אין ליכט פון די נס מיט די ליכט וואס איז דארט געווען[8].
  7. נטילת ידים: זיך וואשן די הענט מיט וואסער בעפאר עסן ברויט. חכמים האבן אזוי אוועקגעשטעלט צוליב ריינקייט אדער צו היטן די תרומה[4].

די סימן דערויף איז שמ"ע בנ"י:

ש - שבח (הלל)
מ - מגילה (ליינען)
ע - עירובין
ב - ברכות
נ - נרות שבת; נרות חנוכה (צוויי מצוות)
י - ידיים (וואשן די הענט)


צו לערנען מער

  • הרב שמואל אשכנזי, "שבע מצוות דרבנן", קובץ בית אהרן וישראל לה, תשנ"א, עמ' צז–קטו
  • הרב שמואל אשכנזי, "השלמות לשבע מצוות דרבנן", קובץ בית אהרן וישראל לח, תשנ"ב, עמ' קלט–קנד
  • הרב שמואל אשכנזי, "מלואים", קובץ בית אהרן וישראל מ, תשנ"ב, עמ' קי–קטו

רעפערענצן

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.