אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עליע פאלקאוויטש"
אין תקציר עריכה צייכן: רויע רעדאגירונג |
|||
שורה 19: | שורה 19: | ||
שטודירנדיג [[לינגוויסטיק|פילאָלאָגיע]] אין דער [[מאסקווע שטאט אוניווערסיטעט|מאסקווער שטאַט אוניווערזיטעט]] אין 1921 און 1922, האט פאלקאוויטש געארבעט פאר דעם קאמיסאריאט פון אויפקלערונג. שפעטער האט ער פארגעלערנט איבער יידישער [[לינגוויסטיק]] ביי דער צווייטער מאסקווער שטאַט אוניווערזיטעט (שפעטער באקאנט אלס דער מאסקווער פּעדאַגאָגישער אינסטיטוט) און ביים קאמוניסטישן אוניווערזיטעט פאַר נאציאנאלע מינאָריטעטן פון מערב (וואָס די ייִדיש־רעדער האָבן גערופן "מערב'קע"){{הערה|שם=ייווא}}. | שטודירנדיג [[לינגוויסטיק|פילאָלאָגיע]] אין דער [[מאסקווע שטאט אוניווערסיטעט|מאסקווער שטאַט אוניווערזיטעט]] אין 1921 און 1922, האט פאלקאוויטש געארבעט פאר דעם קאמיסאריאט פון אויפקלערונג. שפעטער האט ער פארגעלערנט איבער יידישער [[לינגוויסטיק]] ביי דער צווייטער מאסקווער שטאַט אוניווערזיטעט (שפעטער באקאנט אלס דער מאסקווער פּעדאַגאָגישער אינסטיטוט) און ביים קאמוניסטישן אוניווערזיטעט פאַר נאציאנאלע מינאָריטעטן פון מערב (וואָס די ייִדיש־רעדער האָבן גערופן "מערב'קע"){{הערה|שם=ייווא}}. | ||
אין מערץ 1937, נאכן פארטיידיגן דאס לערנען [[חומש]] און די ווערק פון [[חיים נחמן ביאליק]] און [[שלום אש]], איז פאלקאוויטש אויסגעשטאנען שאַרפער קריטיק מצד זיינע קאָלעגעס | אין מערץ 1937, נאכן פארטיידיגן דאס לערנען [[חומש]] און די ווערק פון [[חיים נחמן ביאליק]] און [[שלום אש]], איז פאלקאוויטש אויסגעשטאנען שאַרפער קריטיק מצד זיינע קאָלעגעס פארן האבן "שטריכן פון א בורזשואַזנע אינטעלעקטואַל", און האט צייטווייליג פארלוירן זיינע שטעלעס{{הערה|שם=ייווא}}. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט מען פאַרמאַכט דעם אידישן אָפּטייל אינעם אינסטיטוט{{הערה|[https://www.nli.org.il/he/archives/NNL_ARCHIVE_AL990040498560205171/NLI מכתב פיטורין, ארכיון אליהו פלקוביץ'], NLI}}. | ||
צוזאמען מיט [[אייזיק זארעצקי]], איז פאלקאוויטש געווען צענטראל אין פארמירן די סטאנדארטן פון סאוויעטישן יידיש אין באצוג צו לעקסיקאן, [[גראמאטיק]], סטיל, און אויסלייג{{הערה|שם=ייווא}}. ער האט אנגעהויבן פארעפנטליכן שטודיעס דערוועגן אין 1927. אין די 1930ער יארן האט ער אָפט געשריבן אינעם קיעווער לינגוויסטישן זשורנאל "[[די יידישע שפראך|אפנ שפּראַכפראָנט]]". אין דעצעמבער 15, 1936 האט ער אנטיילגענומען אין א זיצונג אין מאסקווע, וועלכע איז געווען געווידמעט צו באהאנדלען דער פראגע וועגן דער סאָציאַלער סטאַטוס פון דער אידישער שפראך – אין צוזאמהאנג מיט א פלאן צו שאפן א אידישע רעפובליק אין [[ביראבידזשאן]]{{הערה|שם=eleven|{{ענצ רוסיש|14250|Фалькович Элияху}}}}. | צוזאמען מיט [[אייזיק זארעצקי]], איז פאלקאוויטש געווען צענטראל אין פארמירן די סטאנדארטן פון סאוויעטישן יידיש אין באצוג צו לעקסיקאן, [[גראמאטיק]], סטיל, און אויסלייג{{הערה|שם=ייווא}}. ער האט אנגעהויבן פארעפנטליכן שטודיעס דערוועגן אין 1927. אין די 1930ער יארן האט ער אָפט געשריבן אינעם קיעווער לינגוויסטישן זשורנאל "[[די יידישע שפראך|אפנ שפּראַכפראָנט]]". אין דעצעמבער 15, 1936 האט ער אנטיילגענומען אין א זיצונג אין מאסקווע, וועלכע איז געווען געווידמעט צו באהאנדלען דער פראגע וועגן דער סאָציאַלער סטאַטוס פון דער אידישער שפראך – אין צוזאמהאנג מיט א פלאן צו שאפן א אידישע רעפובליק אין [[ביראבידזשאן]]{{הערה|שם=eleven|{{ענצ רוסיש|14250|Фалькович Элияху}}}}. |
רעוויזיע פון 18:30, 2 יולי 2024
געבורט |
1898 האָמעל, ווייסרוסלאַנד, רוסישע אימפעריע |
---|---|
פטירה |
1979 (אלט: 81 בערך) מאָסקווע |
פאך | לינגוויסט |
אליהו "עליע"[1] פאַלקאָוויטש (רוסיש: Эли Маркович Фалькович; 1898, האָמעל, ווייסרוסלאַנד, רוסישע אימפעריע – 1979, מאָסקווע) איז געווען א בעלארוסיש-אידישער יידיש לינגוויסט. ער האט באקומען דעם "אָרדן פון לענין" פאר זיין ארבעט אלס א מעדיצינישער העלפער אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. פאלקאוויטש האט ארויסגעגעבן ווערק וועגן יידיש אויסלייג און גראמאטיק.
יונגע יארן
פאלקאוויטש איז געבוירן אין האָמליע אין דער מאָהילעווער גובערניע פון רוסישן אימפעריע (היינט בעלאַרוס), און האט דארט געוואוינט ביז צו די ניינצן יאר אלט. ביי די 15 יאר האט ער אנגעהויבן געבן פּריוואטע לעקציעס אלס לערער און האט זיך אנגעשלאסן אין די 'צעירי ציון' ארגאניזאציע. אין 1917 און 1918 איז ער געווען דער שולע-פירער פון א אידישע שולע אין סאַראַפּול, דערנאך האט ער זיך צייטווייליג אריבערגעצויגן קיין קיעוו, וואו ער איז אין 1918 און 1919 געווען דער פארוואלטער פון א קינדער-קלוב, איידער ער איז אין 1920 און 1921 געווארן א קולטור-ארבעטער פאר דער רויטער ארמיי, סטאַנציאנירט אין דער מאָסקווער געגנט[2].
מיטעלע יארן
שטודירנדיג פילאָלאָגיע אין דער מאסקווער שטאַט אוניווערזיטעט אין 1921 און 1922, האט פאלקאוויטש געארבעט פאר דעם קאמיסאריאט פון אויפקלערונג. שפעטער האט ער פארגעלערנט איבער יידישער לינגוויסטיק ביי דער צווייטער מאסקווער שטאַט אוניווערזיטעט (שפעטער באקאנט אלס דער מאסקווער פּעדאַגאָגישער אינסטיטוט) און ביים קאמוניסטישן אוניווערזיטעט פאַר נאציאנאלע מינאָריטעטן פון מערב (וואָס די ייִדיש־רעדער האָבן גערופן "מערב'קע")[2].
אין מערץ 1937, נאכן פארטיידיגן דאס לערנען חומש און די ווערק פון חיים נחמן ביאליק און שלום אש, איז פאלקאוויטש אויסגעשטאנען שאַרפער קריטיק מצד זיינע קאָלעגעס פארן האבן "שטריכן פון א בורזשואַזנע אינטעלעקטואַל", און האט צייטווייליג פארלוירן זיינע שטעלעס[2]. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט מען פאַרמאַכט דעם אידישן אָפּטייל אינעם אינסטיטוט[3].
צוזאמען מיט אייזיק זארעצקי, איז פאלקאוויטש געווען צענטראל אין פארמירן די סטאנדארטן פון סאוויעטישן יידיש אין באצוג צו לעקסיקאן, גראמאטיק, סטיל, און אויסלייג[2]. ער האט אנגעהויבן פארעפנטליכן שטודיעס דערוועגן אין 1927. אין די 1930ער יארן האט ער אָפט געשריבן אינעם קיעווער לינגוויסטישן זשורנאל "אפנ שפּראַכפראָנט". אין דעצעמבער 15, 1936 האט ער אנטיילגענומען אין א זיצונג אין מאסקווע, וועלכע איז געווען געווידמעט צו באהאנדלען דער פראגע וועגן דער סאָציאַלער סטאַטוס פון דער אידישער שפראך – אין צוזאמהאנג מיט א פלאן צו שאפן א אידישע רעפובליק אין ביראבידזשאן[4].
ביים צווייטן וועלט קריג און דערנאך
בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, אין יולי 1941, האט זיך פאלקאוויטש פרייוויליג אנגעשלאסן אין די 'אָפּאָלטשעניע' (מיליטערישע רעזערוו). דערנאך, אלס א מעדיצינישער העלפער אין דער רויטער ארמיי, האט ער אין שלאכטן ארום מאסקווע געראטעוועט די לעבנס פון 88 פארוואונדעטע[2]. זיין העראאיזם אין הרג'ענען דייטשן איז פובליצירט געווארן, ווארשיינליך מוגזם'דיג, אין אן ארטיקל דורך איליע עהרנבורג אינעם רויטן ארמיי צייטונג Krasnaia zvezda, נאוועמבער 1942[5]
אין דעצעמבער 1941 האבן די דייטשע קרעפטן פארכאפּט די מעדיצינשע איינהייט אין וואס פאלקאוויטש האט געדינט, און זיי איינגעשפארט. פאלקאוויטש איז געלונגען צו אנטלויפן און העלפן א רויטע ארמיי איינהייט אטאקירן די דייטשן און פאנגען 37 פון זיי. אין יולי 1942 האט ער דערפאר באקומען דאס לאַנד'ס העכסטע באלוין, דער "אָרדן פון לענין"[6][7].
ער איז שפעטער געווארן א מיליטערישער איבערזעצער, און פון 1943 ביז 1948 איז ער געווען אַ מיטגליד פונעם אידישן אנטי-פאשיסטישן קאמיטעט, און א רעדאקטאר פון די דאס שווארצע בוך[7][4].
נאך דער מלחמה איז פאלקאוויטש געווען דער הויפט רעדאקטאר פון דער מאסקווער אידישער פארלאג "דער עמעס" ביז איר ליקווידירונג אין 1948[2]. אין די 1950ער יארן, נאך דער פארניכטונג פון דער סאוויעטיש-אידישער קולטור, האט ער געארבעט אלס לערער אויף דער רוסישער שפראך.
פון 1961, ווען עס האָט אָנגעהויבן צו ערשיינען דער זשורנאַל "סאוועטיש היימלאנד", פלעגט ער פארעפנטליכן אויף אירע שפאלטן פאפולערע ארטיקלען איבער די פראגעס פונעם סטיל פון אידישער ליטעראטור[4]. אין יענע יארן האט פאלקאוויטש געהאלפן פארמירן א רעווידירטע יידישע אויסלייג[2]. אין 1974–1978 האָט ער געפירט אין "סאוועטיש היימלאַנד" די רובריק "פאַר די, וואָס לערנען ייִדיש".
פאלקאוויטש האט אויך פארעפנטליכט צוויי גראמאטישע סקיצן פון יידיש, איינס אין א מאנאגראפיע וועגן סאוויעטישע נאציאנאלע שפראכן (1966) און די אנדערע, געדרוקט נאך זיין טויט אלס א צוגאב צום "רוסיש-יידישער ווערטערבוך" (משה שפירא; 1984)[8].
אין אקטאבער 2014 איז זיין ארכיוו ליציטירט געווארן דורך קדם[9], און אפגעקויפט געווארן דורך דער נאציאנאלער ביבליאטעק פון מדינת ישראל[10].
וויכטיגע ווערק
- גראמאטיק פאר דערוואקסענע: ווארט-בילדונג, באהעפט, צונויפגעזעצטע פראזע, מאסקווע, 1929–1930
- יידיש פאר דערוואקסענע, מאסקווע: עמעס, 1936
- ייִדיש, מאסקווע: עמעס, 1940
- רוסיש-ייִדיש ווערטערביכל פאַר דער אָנפאנגשול, מאָסקווע: עמעס, 1941
- Искусство лектора, מאסקווע, 1960
- «Еврейский язык (идиш)», Языки народов СССР, т. 1. М., 1966
- «О языке идиш», רוסיש-ייִדישער ווערטערבוך (אונטער דער רעדאקציע פון מ.שפּירא, א.ספּיוואַק און מ. שולמאַן), מאָסקווע, 1984 און מאָסקווע, 1989
- (צוזאַמען מיט מ. שפּירא) В помощь изучающим идиш, פעטערבורג, 2006
דרויסנדע לינקס
- זוך אויף פאלקאוויטש, אליהו אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
- [https://www.yadvashem.org/research/research-projects/soldiers/eli-falkovich.html
רעפערענצן
- ↑ לויט די כללים פון דער סאָוויעטישער אידישער אָרטאָגראַפיע.
- ↑ 2.0 2.1 2.2 2.3 2.4 2.5 2.6 Falkovitsh, Elye, אויף ייווא ענציקלאפּעדיע
- ↑ מכתב פיטורין, ארכיון אליהו פלקוביץ', NLI
- ↑ 4.0 4.1 4.2 Фалькович Элияху, אין די אידישע ענציקלאָפּעדיע אין רוסיש אויפ'ן געוועב (רוסיש)
- ↑ Joshua Rubenstein, "Il'ia Ehrenburg and the Holocaust in the Soviet Press," in Harriet Murav and Gennady Estraikh, eds., Soviet Jews in World War II: Fighting, Witnessing, Remembering, Boston: Academic Studies Press, 2014, p. 40.
- ↑ Фалькович Элья Мордухович 1898г.р. (רוסיש)
- ↑ 7.0 7.1 עלי פאלקאוויטש, אין די אידן אין די רויטע ארמיי פראיעקט אויף יד ושם זייטל (ענגליש)
- ↑ Nath, Holger (December 2009). "The Passive in Soviet Yiddish" (in ענגליש). Center for Language and Cognition Groningen. pp. 182–199. Retrieved 2016-05-09.
- ↑ "ארכיון סופר וחוקר היידיש אליהו פלקוביץ – רוסיה". קדם ליציטאציע הויז. Retrieved July 12, 2019.
- ↑ "ארכיון אליהו פלקוביץ'", NLI