אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:לאנגזאם און פעלדמאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
צייכן: מאנועל צוריקשטעל
שורה 29: שורה 29:
* {{יוטיוב|PKBxIdG0SxM|שם=בוני עולם פענסילוועניע}}
* {{יוטיוב|PKBxIdG0SxM|שם=בוני עולם פענסילוועניע}}
* אליעזר ראזען, "צוויי בדחנים פון שטעטל", '''מאמענט''' ויקרא תשע"ו; "[https://anyflip.com/ouyk/whrn/ געקליבענע ארטיקלעך פון מאמענט"] זייטן 158-171.
* אליעזר ראזען, "צוויי בדחנים פון שטעטל", '''מאמענט''' ויקרא תשע"ו; "[https://anyflip.com/ouyk/whrn/ געקליבענע ארטיקלעך פון מאמענט"] זייטן 158-171.
* {{יוטיוב|_3QtFXdNtZ0|שם=[[שמילי קעסט]] מיט וועלוול פעלדמאן}}
* {{יוטיוב|_3QtFXdNtZ0|שם=שמילי קעסט מיט וועלוול פעלדמאן}}
* {{אייוועלט|45729|ר' יעקב יוסף לאנגסאם}}
* {{אייוועלט|45729|ר' יעקב יוסף לאנגסאם}}



רעוויזיע פון 22:18, 10 יוני 2024

לאנגזאם און פעלדמאן (יעקב יוסף לאנגזאם און וועלוועל פעלדמאן) זענען צוויי פאפולערע חסיד'ישע קאמעדיאנטן אין אמעריקע. די צוויי, סקווירער חסידים, ווערן באטראכט ווי פיאנירן אין דער פעלד פון סאטיר-פארשטעלונג פאר די חרדי'שער עולם אויף אידיש.

זייערע פארשטעלונגען

זיי האבן אנגעהויבן אלס טייל פון די אקטיארן ביי די פארשטעלונגען ביים סקווירער רבינ'ס טיש יעדעס יאר פורים, היינט צו טאג שטעלן זיי פאר צוזאמען קאמעדיע שטיקלעך ביי פריוואטע מסיבות אדער עפנטליכע מעמדים ווי דער "בוני עולם" דינער[1] אד"ג. אין צוגאב, טוען די צוויי מאכן ווידעא רעקלאמעס פאר געשעפטן[2][3][4], ווי אויך פאר ארגאניזאציעס און צדקה צוועקן[5][6].

די ארבעט איז געווענליך איינגעטיילט צווישן די צוויי: פעלדמאן איז דער ארגאניזירער און דער וואס פירט אן מיט די פארשטעלונגען, אין דער צייט וואס לאנגזאם איז דער עיקר קאמעדיאנט[7]. דאס שרייבן די סקריפטס ווערט געטון דורך יקותיאל פנחס ("פיני") גליק פון שיכון סקווירא, צוזאמען מיט לאנגזאם און פעלדמאן.

פאר עטליכע יאר האבן זיי אויך געשפילט יעדעס יאר מיט מנשה לוסטיג ביים סקווירער פורים טיש, און לאנגזאם שפילט נאך ביים טיש ביז היינט. די פּאָר טרעטן אויך אויף יערליך ביים שושן פורים טיש אין תולדות צבי ספינקא אין וויליאמסבורג. צומאל טרעטן זיי אויף באזונדער[8] אלס בדחנים ביי פארשידענע געשעענישן.

ליפא שמעלצער האט ארויפגעברענגט די פּאָר פאר'ן ניגון "הני תרי בדחנא", אויף זיין אלבום "בבליפא", וואו די צוויי שטעלן פאר קאמעדיע שטיקלעך אין הונטערגרונט.

כאראקטער פון פארשטעלונגען

לאנגזאם שטעלט געווענליך פאר דעם כאראקטער פונעם שלימזל, אומבאלומפערטן און נארישן מענטש. פעלדמאן שטעלט געווענליך פאר דעם ערנסטן אחריות'דיגן ערוואקסענעם. לאנגזאם איז על פיר רוב אנגעטון אין זיין אייגנארטיגע פארשטעלעכץ[9] - א צעריסענע געלע ציצית, אן אלטע צעריסענע היטל, א צעקנייטשטע אנצוג אן קנעפלעך, און א נאכגעלאזטע בארד און פאות. פעלדמאן איז געווענליך מינימאל פארשטעלט, ווי א דאקטער אדער רב, וכדומה ווי עס פאדערט זיך, און אמאל אויך אן קיין שום פארשטעלעכץ.

רוב פון זייערע קאמעדיעס זענען געווענליך דיאלאגן צווישן דאקטער-פאציענט, שווער-איידעם, אינטערוויוער-אפליקאנט, אא"וו, ווען דער ערנסטער פעלדמאן ברענגט ארויס די קאנטראסט פון לאנגזאם'ס מאדנע אויפפירונג. א טייל שטיקלעך ענדיגן זיך מיט גראמען.

גרעסערע פארשטעלונגען

אין די "אונטער'ן" שפילן

דער צוויי טרעטן אויף אין די סעריע "אונטער'ן" שפילן אונטער די בינע-נעמען "סענדער" (לאנגזאם) און "משה איטשע" (פעלדמאן). זיי האבן אנגעהויבן צוזאמען שפילן אין די "אונטער'ן" אנגעהויבן פון "אונטער'ן שריפט", און זינט דאן שפילן זיי אין יעדע "אונטער'ן" פראדוקציע, אויך אין די אנדערע פארשטעלונגען פראדוצירט דורך "שטיינהויז פראדאקשן" - "איבער'ן בילד" און "א קהילה פארכאפט".

זעלבסטשטענדיגע אויפטריטן

חול המועד סוכות תשפ"ד האבן זיי זעלבסטשטענדיג פארגעשטעלט א קאמעדיע פארשטעלונג "דראמאדי", אריינגעפלאכטן מיט זינג-שטיקלעך[10].

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. YouTube Play Button.png לאנגזאם פעלדמאן "קוואטער" פארשטעלונג אויף יוטיוב
  2. YouTube Play Button.png אן אנאנס פאר די מפואר פירמע אויף יוטיוב
  3. YouTube Play Button.png לי עוועניו פאטא - קאראנע אויף יוטיוב
  4. YouTube Play Button.png Langsam Touring Israel With Ari Ungar אויף יוטיוב
  5. YouTube Play Button.png די פרייז פאר א קינד אויף יוטיוב, 6 ביולי 2020
  6. YouTube Play Button.png רעקארדירונג אין שטיצע פון צדקת ישעיה אויף יוטיוב
  7. זעט צום ביישפיל אויף די "הונטער די קוליסן" ווידעאויס פון די "אונטער'ן" שפילן וואו מען זען פעלדמאן צייגן פאר לאנגזאם ווי אזוי אויסצופירן די קאמעדיע
  8. בעיקר פעלדמן וועלכער איז אויך א גראמער
  9. א פארשטעלעכץ וועלכע ער נוצט אויך ביי די "אונטער'ן" שפילן
  10. "א שמועס איבער די לאנגזאם-פעלדמאן "דראמאדי" פארשטעלונג", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24; "דראמאדי - לאנגזאם & פעלדמאן חוה"מ סוכות פ"ד", אשכול אויף אייוועלט

קאַטעגאָריע:חרדישע הומאריסטן קאַטעגאָריע:קאמיקער קאַטעגאָריע:סקווירער חסידים