אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי עקיבא ראבינאוויטש"
(דעסקריפציע געטוישט פון "פאריסובער רבי אין ירושלים" צו "פאריסובער רבי אין ירושלים (ה'תרצ"ט–)") |
ק (שווערמער האט אריבערגעפירט בלאט רבי חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש צו רבי עקיבא ראבינאוויטש) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 19:19, 23 מאי 2024
געבורט | י' טבת תרצ"ט |
---|---|
וואוין אָרט | ירושלים |
תחומי עיסוק | אדמו"ר |
תפקידים נוספים | ראש ישיבה און ראש הכולל לימוד הקבלה |
ספרים | דרכי צדק, האדרת והאמונה, היחוד והיראה, און נאך |
ווייב | אסתר |
דינאסטיע | פאריסוב |
טאטע | רבי בנימין ראבינאוויטש |
מאמע | רוחמה ליבא |
רבי חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש (באקאנט אלס "רבי עקיבא"; געבוירן י' טבת, תרצ"ט) איז דער פאריסובער רבי, א מקובל, וועלכער שטייט אין שפיץ פון א ישיבה פאר מקובלים אין זיין בית מדרש אין ירושלים, און א מחבר פון א רייע ספרים אין חסידות און קבלה.
ביאגראפיע
רבי עקיבא איז געבוירן געווארן אין ירושלים י' טבת תרצ"ט, א צווייטער זון פאר רבי בנימין, א דיין אין דער עדה החרדית און מייסד פון קהל "משכנות הרועים", און מרת רוחמה ליבא. ער איז גערופן געווארן "חנניה יוסף עקיבא" נאך צוויי זיידעס, רבי עקיבא יוסף שלעזינגער און רבי חנניה יוסף האלפרין.
ער האט חתונה געהאט מיט מרת אסתר, א טאכטער פון רבי שלמה צבי אטיק, א קארלינער חסיד, פאטער פון רבי מענדל און רבי אברהם.
אין זיינע יונגע יארן האט ער זיך מסתופף געווען ביים ביאלער רבי'ן רבי יחיאל יהושע ראבינאוויטש[1], וואו ער איז געווען א ראש חבורה פאר יונגעלייט, און א מדריך פאר חתנים אינעם חסידות. נאך דעם ביאלער רבי'נס פטירה איז ער געווען א תלמיד פון רבי אשר פריינד.
נאך בחיי אביו האט ער אויפגעשטעלט זיין בית מדרש "דרכי צדק פאריסוב" – זייענדיג אן אייניקל בן אחר בן פון רבי אריה מרדכי ראבינאוויטש (תקצ"ג–תרמ"ה), אדמו"ר פון פאריסוב-ירושלים – אין די בתי ווארשע געגנט אין ירושלים. דער בית המדרש האט אויך געדינט אלס א ישיבה פאר תורת הנסתר, וואו דער רבי פלעגט אלץ איבערגעבן שיעורים אין קבלה. אויך זענען געגרינדעט געווארן א הכנסת אורחים און א קאסע פאר נויטבאדערפטיגע אין די קהילה. ער האט אויך א בית מדרש אין לאנדאן און אין בארא פארק[2], און שטייט בנשיאות פון 'כתר מלכות' מיידל שולע אין ירושלים[3] ער גיבט שיעורים אין קבלה און חסידות, און בפרט אינעם ספר פרי הארץ, זיך זעענדיג צוגעבונדן צום מחבר, רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק[4].
ער איז א קעגנער צו מדינת ישראל[אויסקלארונג פארלאנגט], ער אסר'ט וועלן פאר די וואלן אין מדינת ישראל און ער שטיצט אז פרויען זאלן גיין אנגעטון א "שאל", אן אויבערקלייד וואס באהאלט דעם קערפער געשטעל, נאכזאגנדיג פון זיין פאטער אז מ'קען דורכדעם פועל'ן ישועות און מקרב זיין די גאולה[5].
צווישן זיינע תלמידים ציילן זיך רבי דוד אייכנשטיין, בורשטינער רבי פון בארא פארק און רבי אברהם יחזקאל פריעדמאנן, מקובל און קאמאדער רב אין מאנסי.
משפחה
- זיין זון הרב אברהם, איידעם פון רבי יוסף לייפער.
- זיין זון הרב הלל, ראש הכוללים פון פאריסוב אין ניו יארק, איידעם פון רבי יהושע לייפער נשיא פון מכון עוז והדר.
- זיין זון רבי יהושע אשר (ז' ניסן ה'תש"ל - אייר ה'תשע"ד), נפטר געווארן פון קענסער. אויף זיין נאמען איז נתייסד געווארן 'קרן ישועות יהושע אשר'.
- זיין איידעם רבי דוד משה ראזענבוים, קרעטשניפער רבי פון קרית גת.
- זיין איידעם הרב מנחם יהודה כהנא, ספינקער רבי אין בני ברק, זון פון רבי משה אליקים בריעה כהנא פון ספינקא.
- זיין איידעם הרב צבי אלימלך לייפער פון טעמעשוואר, זון פון רבי יחיאל לייפער פון טעמעשוואר ירושלים.
ספרים
- דרכי צדק - א ביאור אויף ספר שער הכוונות
- פרי הארץ - שיעורים
- דרכי אמונה
- האדרת והאמונה, ירושלים, תשע"ח, אמונה
- הדעה והדיבור, ירושלים, תשע"ה, תורה און תפילה
- ההוד וההדר, ירושלים, תשע"ה, ל"ג בעומר
- החיל והחוסן, ירושלים, תשע"ה, חנוכה און פורים
- הלקח והליבוב, ירושלים, תשע"ו, סוכות
- המלוכה והממשלה, ירושלים, תשע"ד, חודש אלול ועשרת ימי תשובה
- הנוי והנצח, ירושלים, תשע"ד, תיקון המידות
- הפדות והפאר, ירושלים, תשע"ו, פסח
- השיר והשבח, ירושלים, תשע"ד, שבת
- זמירות שבת, ירושלים, תשע"ד, נוסח פוריסוב וליקוט מדברי תורתו
רעפערענצן
- ↑ דוד ירחמיאל צבי רבינוביץ, עיוני הלכות ב, עמ' קב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ העדה, עמ' ג
- ↑ בטאון העדה, דורות - 158, שלח תשע"ג
- ↑ המבשר תורני - 67, עמ' 16, חוה"מ פסח
- ↑ קול קורא אין ארגון נפשנו, בדרך המלך נלך, עמ' 73 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע); כ"ק אדמו"ר מפוריסוב בדברי חיזוק בערוץ SiataDishmaya אויף יוטיוב (לענג: 05:09)