אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספר יוסיפון"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
({{אבן הפינה ארטיקל}})
שורה 109: שורה 109:
[[קאַטעגאָריע:אנאנימע ווערק]]
[[קאַטעגאָריע:אנאנימע ווערק]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
{{אבן הפינה ארטיקל}}
[[he:יוסיפון (ספר)]]
[[he:יוסיפון (ספר)]]

רעוויזיע פון 15:47, 29 נאוועמבער 2023

יוסיפון
דרוק פון ווענעציע יאר ד"ש
דרוק פון ווענעציע יאר ד"ש
אלגעמיינע אינפארמאציע
סוגה אידישע היסטאריע

ספר יוסיפון (אויך: ספר יוסף בן גוריון, ספר בן גוריון, ספר יוסף הכהן) איז א כראניק פון אידישע היסטאריע וואס איז מיוחס צו "יוסף בן גוריון", וואס איז וויאזוי דער חיבור רופט אן יוסף בן מתתיהו. דער ספר דעקט בעיקר די צייט פון בית שני, מיט א גרויסע געוויכט אויפן חורבן. ווי פארשער נעמען היינט אן, איז עס געשריבן געווארן אין דרום איטאליע ארום יאר ד'ת"ש, באזירט אויף שטיקלעך פון די ווערק פון יוסף בן מתתיהו דורך זייער לאטיינישער איבערזעצונג.

טראץ געוויסע קאנטראווערסיעס, איז דער ספר געווען אנגענומען אלס פארלעסליך נאך פון די צייטן פון די ערשטע ראשונים.

אין היינטיגן אויסשטעל איז דער ספר איינגעטיילט אין זעקס ביכער, וואס אין זיי 97 קאפיטלען.

נאמען

אין די כתבי יד, אין די פריע דרוקן און אין די ראשונים[1], הייסט דער ספר בעיקר "ספר יוסף בן גוריון", צו דער זייט פון "יוסיפון"; אין די שפעטערע דרוקן האט דער נאמען "יוסיפון" אינגאנצן איבערגענומען. דאס ווארט "יוסיפון" איז א לשון קודש ווערסיע פון "יאָסעפוס", וואס איז דער נאמען פון יוסף בן מתתיהו אין גריכיש[2]. רבי יהודה משקיני און רבי תם ב"ר דוד אבן יחיא (ה'ר"ל-ה'ש"ב) שרייבן אין זייערע הקדמות צו ספר יוסיפון, אז יוסף בן גוריון האט זיך גערופן מיטן לשון-קודש'דיגן פארקלענערונגס פארעם "יוסיפון", אויס ענווה[3].

מחבר

פילע נעמען אן אז דער מחבר פון ספר יוסיפון איז יוסף בן מתתיהו, וואס ווערט אנגערופן אין יוסיפון "יוסף בן גוריון"[4] (אין די צייטן פונעם חורבן איז אייגנטליך געווען א הויכראנגיגער פערזענליכקייט מיט דעם נאמען[5]). די מיינוג שטאמט פון די פארשפרייטע ווערסיע פון ספר יוסיפון, וואס איז א שפעטערע און פארברייטערטע. אין דעם ווערסיע ווערן רעפערירט יוסף בן מתתיהו'ס ווערק אין א לשון מדבר בעדו, אנדייטנדיג אז יוסף בן מתתיהו זעלבסט איז דער מחבר פון ספר יוסיפון[6]. יוסף בן מתתיהו דערציילט אין זיין גריכישע ווערק איבער א אידישע היסטאריע בוך וואס ער האט פארפאסט "אין די שפראך פון די עלטערן"[7], און ספר יוסיפון געבט זיך אן אלס יענער חיבור

ויתר דבריו הלא הם כתובים על ספר מלכי מדי ופרס, ועל ספרי אני יוסף הכהן בן גוריון הכהן אשר כתבתיו לרומיים, והוא הספר הנקרא יוסיפוס. ואני הוא יוסף בן גוריון אשר הגלו אותו טיטוס ואספסינוס מירושלים. גם דברי כורש כתובים עוד על ספרי מלכי הרומיים. והנה זה הספר אני יוסף בן גוריון הכהן כתבתיו לישראל

ספר יוסיפון פרק שלישי

.

דער חיד"א שרייבט, אז "יוסף הכהן" וואס ווערט דערמאנט אין די משנה אין מסכת מקואות אלס שרייבער[8], איז יוסף בן גוריון דער מחבר פון ספר יוסיפון[9]. ענליך שרייבט רבי יוסף שאול נאטאנזאהן לגבי "יוסף הכהן" וואס ווערט דערמאנט אין די גמרא מסכת זבחים[10]. רבי תם ב"ר דוד אבן יחיא (ה'ר"ל-ה'ש"ב) שרייבט אין זיין הקדמה צו ספר יוסיפון[11], אז יוסף איז געווען א ברודער פון נקדימון בן גוריון, איינער פון די דריי עשירים אין די צייטן פון די חורבן וואס ווערן דערמאנט אין פרק הניזקין[12]. דער אברבנאל שרייבט אז ער איז גאר געווען רבי יוסי הכהן, איינער פון די פינף גרויסע תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי[13].

אין די עלטערע ווערסיעס פון ספר יוסיפון איז אבער קלאר אז דער חיבור איז בלויז א זאמלונג פון שטיקלעך, וואס דער מלקט האט איבערגעזעצט פון די גריכישע ווערק פון יוסף בן מתתיהו – "יוסף בן גוריון"[14]. דער מחבר טוט רעפערירן צו די ווערק פון "יוסף בן גוריון" בלשון נסתר, ער טוט פונאנדערשיידן צווישן זיך און יוסף. אויף איין פלאץ דערציילט ער קלאר איבער די מהות פון זיין ווערק:

ואני ליקטתי דברים מספר יוסף בן גוריון ומספרי סופרים אחרים אשר כתבו מעשה אבותינו, ואיגדתי אותם במגילה אחת.

ספר יוסיפון, כתב יד ירושלים[15]

ווי עס איז אנגענומען ביי א מערהייט פארשער, איז ספר יוסיפון פארפאסט געווארן אין דרום איטאליע. דוד פלוסער צייגט אויף איין כתב יד, וואו עס ווערט אנגעגעבן אז דער מחבר האט עס געשריבן אין יאר תתפ"ה לחורבן הבית (ד'תשי"ד)[14]. פון די אנדערע זייט, ווערט "ספר יוסף בן גריון כהן גדול" שוין דערמאנט אין די פירוש אוף ספר יצירה פון רבי דונש בן תמים וואס איז געשריבן געווארן ארום יאר דתש"כ[16]; און געוויסע האלטן אז רב סעדיה גאון האט שוין געהאט ספר יוסיפון פאר זיך[2.1][4]. אנדערע פעדערן די צייט פונעם מחבר צום פערטן יארהונדערט למספרם[17], אדער גאר בעפאר חתימת התלמוד[16].

אינהאלט

אין די פארשפרייטע ווערסיע, אנגעהויבן פון די קאנסטאנטינאפאלער אויפלאגע פון יאר ה'ר"ע, איז דער חיבור צעטיילט אין זעקס ביכער וואס אין זיי 97 קאפיטלען.

דער ספר איז באזירט מערסטענס אויף די ווערק פון יוסף בן מתתיהו אין גריכיש, פון וועלכע דער מחבר האט לכאורה גענוצט א לאטיינישע איבערזעצונג, און די ווערק פון העגעסיפוס[17][18]. דער מחבר האט זיך אבער אויך באזירט אויף אנדערע קוועלער, ווי תנ"ך, מדרשי חז"ל, די ספרים חיצונים[19] און אלגעמיינע היסטאריע ביכער[20]. די שילדערונג פון א קרוינונג פון א רוימישן קייזער וואס יוסיפון דעטאלירט אין קאפיטל עו, איז לויט טייל אן ערשטהאנטיגן באריכט פון דער קרוינונג פון אטא דער ערשטער, קייזער פון די "הייליגע" רוימישע אימפעריע (912-973)[21].

דער ספר איז געשריבן אין א לויטערע תנ"כ'ישע לשון קודש, אריבערגייענדיג צו פאעזישע פראזעס ביי הויכפונקטן. דער ספר האט אויך אייגנארטיגע אומבאקאנטע ווערטער, שרשים און מארפאלאגיעס[22].

ווערסיעס

די עלטסטע ווערסיע, וואס איז ווארשיינליך די נענטסטע צו די אריגינעלע, געפונט זיך אין עטליכע כתבי יד וואס זענען מעתיק פון "רבינו גרשום הגדול מכתיבת ידו", ווי אויך אין ספר הזכרונות לירחמיאל. אין די ווערסיע ווערט "יוסף בן גוריון" דערמאנט ווי א מקור צום אינהאלט פונעם ספר, נישט ווי דער פארפאסער זעלבסט. גאר ענליך איז די ווערסיע אין די מאנטאווער דרוק פון יאר ה'ר"מ דורך אברהם כונת; עס איז ענליך צום ערשטן, אבער יוסף בן גוריון'ס נאמען ווערט אינגאנצן נישט דערמאנט אין אינהאלט[23].

די פארשפרייטע ווערסיע איז די פון רבי יהודה אבן משקוני (געבוירן ה'קפ"ח). די ווערסיע איז פיל מער פארברייטערט, ענטהאלט פילע שינויים און טוישונגען, און איז מיט א דריטל גרעסער ווי דער מאנטאווער דרוק[24]. אזוי אויך זענען די ערווענונגען צו יוסף בן גוריון געטוישט געווארן, אזוי אז זיי טוען אנדייטן אז יוסף בן גוריון זעלבסט איז דער מחבר[6]. רבי יהודה אבן משקוני שרייבט אין זיין הקדמה, אז ער האט געהאט פאר זיך עטליכע נוסחאות, און ער האט פון זיי צוזאמען געשטעלט זיין נוסח וואס ענטהאלט אלע געשיכטעס און אלע דעטאלן פון אלע ווערסיעס[25]. דער קאנסטאנטינאפאלער דרוק פון יאר ה'ר"ע דורך רבי תם אבן יחיא, איז באזירט אויף רבי יהודה'ס כתב יד[26].

די ווערסיע פון די ווענעציער דרוק איז באזירט אויף דער קאנסטאנטינאפאלער; אבער איז מוגה און איבערגעארבעט לויט די מאנטאווער דרוק, און לכאורה אויך לויט כתבי יד וואס זיי האבן געהאט. אלע שפעטערע מהדורות האבן איבערגעדרוקט די ווענעציער דרוק[26].

אין יאר תש"ז האט דוד פלוסער אנגעהויבן ארבעטן אויף א וויסנשאפטליכע אויפלאגע פון ספר יוסיפון. יענער יאר איז ערשינען א "קונטרס לדוגמא של ספר יוסיפון במהדורה מתוקנת ומוגהת על פי כתבי יד שונים ושני הדפוסים הראשונים בידי דוד פלוסר בעריכת יצחק בער", און אין יאר תשל"ח איז ערשינען אן עקלעקטישע אויפלאגע פון ספר יוסיפון, וואו פלוסער פרובירט צו ערצייגן דעם אריגינעלן נוסח פונעם ספר[27]. אינצווישן איז ערשינען מהדורת הומינר, רעדאגירט דורך אברהם יוסף ווערטהיימער און שמואל דוד מונק, וועלכע איז געווארן זייער פראמינענט און באקאנט[16].

איבערזעצונגען

ספר יוסיפון איז איבערגעזעצט געווארן אין אסאך שפראכן. גרויסע טיילן דערפון זענען איבערגעזעצט געווארן אויף אראביש שוין אזוי פרי ווי אין דער 11'טער יארהונדערט, און עס ווערט שוין דערמאנט דורכן שפאנישן מוסלעמענער געלערנטער אבן חאזם[28]. אין אראביש הייסט דער ספר "כתאב יוסף בן קוריון", און עס איז איבערגעזעצט געווארן דורך א תימנ'ער איד מיטן נאמען זכריא בן סעיד[2]. פון אראביש איז עס איבערגעזעצט געווארן אויף געז אלץ "זיינא איהוד"[29], און האט באקומען א פראמינענטע פארהייליגטע ארט ביי די עטיאפישע קריסטן.

ספר יוסיפון איז איבערגעזעצט געווארן אויף לאטייניש אין באזעל אין יאר 1541[30], אויף דייטש אין יאר 1530, און אויף אידיש-דייטש אין יאר 1546 אין ציריך[31].

יוסיפון אין אידיש 1546

דער איבערזעצער אויף אידיש איז געווען א משומד מיטן נאמען מיכאל אדם, און עס איז געדרוקט געווארן מיט אילוסטראציעס. אין אמסטערדאם אין יאר 1743 איז געדרוקט געווארן נאך א אידישע אויפלאגע, אונטער דער נאמען "כתר כהונה", און צו דעם בייגעלייגט דעם חיבור "שארית ישראל-כתר מלכות" פון רבי מנחם מן אמלנדר, איבער די אידישע היסטאריע נאכן חורבן בית שני[32]. א היינטיגע אידישע אויפלאגע פון יוסיפון איז ערשינען אין יאר תש"פ דורך פנחס גלויבער אונטער הוצאת געוואלדיג. עס איז באזונדער איבערגעארבעט לויט מסורת חז"ל, פארברייטערט לויט די אריגינעלע ווערק פון יוסף בן מתתיהו, און באגלייט מיט מאפעס און בילדער[33].

א פארקורצטע ווערסיע פון דעם ספר איז געווארן איבערגעטייטשט אויף ענגליש אין יאר 1558 און איז געווארן גאר פאפולער, ווערנדיג איבערגעדרוקט אין אויפלאגע נאך אויפלאגע. לויט היסטאריקער האבן די ערשטע איבערזעצונגען פון תנ"ך אויף פריע-מאדערנע ענגליש ערוועקט אינטערעסע צו וויסן מער איבער אידן, צוברענגענדיג די פילע אויפלאגעס פון יוסיפון, וואס האט אלזא געדינט אלס רינגל אין די קייט פון געשעענישן וועלכע האבן קולמינירט אין אליווער קראמוועל'ס ערלויבעניש פאר אידן זיך צוריק צו באזעצן אין ענגלאנד[34][35].

פארלעסליכקייט און קאנטראווערסיע

ספר יוסיפון איז קענטיג געווען פאררעכנט אלס א פארלעסליכע מקור ביי די ראשונים, וואס האבן עס אראפגעברענגט מערערע מאל אין זייערע חיבורים. ספר יוסיפון ווערט שוין געברענגט אין מדרש לקח טוב[36], און דורך רש"י פילע מאל[37], בפרט אין זיין פירוש אויף ספר דניאל[1]. אזוי אויך ברענגען אים די בעלי התוספות[38], אבן עזרא[39], רד"ק, רז"ה, רמב"ן[40] און נאך פילע[41].

פון די אנדערע זייט שרייבט רבי יצחק אברבנאל אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף יוסיפון, ווייל ער זיך סותר מיט די ווערטער פון חז"ל, און צומאל אויך מיט אפענע פסוקים. דער אברבנאל שרייבט אז יוסף בן מתתיהו האט זיך פרובירט צו חנפ'נען צו די רוימער, און דערפאר האט ער געשריבן זאכן וואס זאלן זיי שמעקן[42]. אויך רבי אברהם זכות אין ספר היוחסין זאגט אז ער פארלאזט זיך נישט אויף יוסיפון, טראץ וואס אנדערע טוען יא, ווייל ער שרייבט גרויסע גוזמאות און מאכט חשבונות וואס שטימען נישט מיט די פשוט פשט אין די תורה[43]. רבי עזריה מן האדומים האט געשריבן, אז אנדערש ווי דער ספר געבט אן (אין די ווערסיע פון ר"י משקוני), איז דער ספר נישט קיין אריגינעלע ווערק פון יוסף בן מתתיהו, און ער ווייזט אויך אן אויף פילע סתירות און שינויים צווישן די דרוקן[44].

רבי צדוק הכהן פון לובלין נעמט אן, אז אין יוסיפון ווערט ערליך נאכגעשריבן וואס יוסף האט מיטגעהאלטן און פארשטאנען; נאר עס איז אוממעגליך אפילו פאר איינער פון יענע צייט צו וויסן אלע פרטים גענוי. נאר חז"ל האבן מיט רוח הקודש געקענט שרייבן אלעס מיט א פונקטליכקייט[45]. דער צמח דוד שרייבט, אז כאטש וואס טייל פון זיינע ווערטער זענען זיך סותר מיט חז"ל, דארף מען וויסן אז יוסף איז געווען א גרויסער מאן, און דערפאר האבן געוויסע חכמים זיך באמיהט צו פארענטפערן די אלע שינויים[46].

א צענטראלע פונקט אין די קאנטראווערסיע איז דאס וואס אין יוסיפון ווערט טיטוס אויסגעלויבט אלס א פיינער און ארנטליכער מאן, דערביי אנגעבנדיג אז ער האט לכתחילה נישט געוואלט חרוב מאכן דעם בית המקדש. דאס איז אנדערש ווי וואס ווערט דערציילט אין גמרא איבער די רשעות פון טיטוס. געוויסע שרייבן אז יוסף איז געווען געצווינגען אזוי צו שרייבן, זייענדיג אונטער די רוימער[47]. דער מהר"ל מפראג ברענגט אויף א מעגליכקייט אז כלפי חוץ האט טיטוס טאקע זיך אויפגעפירט ווי א פיינער מאן, ווי פארציילט אין ספר יוסיפון. אויך שרייבט דער מהר"ל, אז יתכן אז טיטוס האט טאקע נישט געוואלט חרוב מאכן דעם בית המקדש, כדי זיך צו בארימען דערמיט, און דער מהר"ל גייט אריין מסביר צו זיין די גמרא'ס שילדערונג בדרך משל צו טיפערע ענינים[48]. פון די אנדערע זייט שרייבט רבי יוסף שאול נאטאנזאהן אז עס איז א וואונדער אז יוסיפון איז אזוי אנגענומען נאך וואס עס שטייט דערין אזוי אויף טיטוס, און אז יוסף איז ווארשיינליך נאכגעשלעפט געווארן נאך די גריכישע פילאזאפיע[10].

דער ב"ח שרייבט אז מען מעג ליינען ספר יוסיפון אום שבת, ווייל מען לערנט דערפון מוסר און יראת שמים, און מען מעג עס ליינען אויך אין לשון לע"ז[49]. אזוי פסק'נט אויך דער שולחן ערוך הרב[50]. דער לבוש[51] שרייבט אז מען מעג ליינען יוסיפון אין תשעה באב, און דער משנה ברורה ברענגט אראפ זיינע ווערטער[52]. פון די אנדערע זייט שרייבט רבי אברהם גאלאנטי, אז ליינען אין ספר יוסיפון ברענגט גארנישט, און ער האט קיינמאל געזען איינער וואס איז נתעורר געווארן דערפון[53].

דער יעב"ץ שרייבט אז גרויסע טיילן פון ספר יוסיפון זענען הוספות פון מעתיקים וואס האבן צוגעלייגט פוסטע לעגענדעס איבער נקתניבור און אלכסנדרוס מוקודון, און דאס טאר מען נישט ליינען אפילו אינדערוואכן. דער זעקסטער ספר איז א מצוה צו ליינען אין די בין המצרים טעג, אבער נישט אום שבת ווייל עס ברענגט צער[54].

עס ווערט פארציילט אז דער שינאווער רב האט הנאה געהאט זעענדיג ווי זיין אייניקל רבי חנה האלבערשטאם ליינט ספר יוסיפון אין ניטל, זאגנדיג אז פון דעם וואס ער ברענגט נישט אן די צייט איז א סימן אז ער וועט זיין אן אדם גדול[55].

צו ליינען מער

מהדורות
  • ויקיטקסט ספר יוסיפון, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
  • איבער דעם ספר
  • ויקיטקסט ביבליאגראפיע פון ספר יוסיפון אין "שרי האלף", אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
  • דרויסנדע לינקס

    רעפערענצן

    1. 1.0 1.1 רש"י אויף דניאל ו, כט; ז, ו; ח, יא; יא, ב און נאך
    2. 2.0 2.1 שולמית סלע, "התקופה החשמונאית בספרות הערבית היהודית של ימי הביניים", מיכאל 14, תל אביב, תשנ"ז, עמ' טו
      1. סלע, זייט כב
    3. רבי יהודה אבן משקוני, "הקדמה ליוסיפון מר"י משקוני מכ"י אשר ברומא", אוצר טוב תרל"ז-תרל"ח, בערלין, זייטן 023-017; רבי תם אבן יחיא, יוסיפון, ליוורנו, תקנ"ד, הקדמה.
    4. 4.0 4.1 ווערטהיימער, זייט 24
    5. יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, ספר ב, פרק יט.
    6. 6.0 6.1 פלוסר, זייט 12
    7. יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, ספר א, פרק א
    8. משנה, מקואות י, א.
    9. רבי חיים יוסף דוד אזולאי, פתח עינים מקוואות י, א.
    10. 10.0 10.1 רבי יוסף שאול נאטאנזאהן, דברי שאול חידושי אגדות, לעמבערג, תרל"ז, דף פד עמוד ב.
    11. יוסיפון, הקדמת הרב תם אבן יחיא.
    12. גיטין נו, א.
    13. רבי דון יצחק אברבנאל, נחלת אבות על מסכת אבות פרק ב משנה ח.
    14. 14.0 14.1 פלוסר, זייט 14; גלויבער, זייט 10
    15. כתב יד ירושלים אויף די וועבזייטל פון הספריה הלאומית
    16. 16.0 16.1 16.2 פרשל, זייט קע
    17. 17.0 17.1 אידישע ענציקלאפעדיע
    18. פלוסר, זייט 23 און 31
    19. פלוסר, זייט 24 און 32; א. א. נוימן, "יוסיפון והספרים החיצונים", ספר אסף, ירושלים, תשי"ג, זייטן 391-403 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
    20. פלוסר, זייט 7 און 24; כהנא, זייטן 141-142.
    21. פלוסר, זייט 15; כהנא, זייטן 141-142; אידישע ענציקלאפעדיע
    22. אידישע ענציקלאפעדיע; ווערטהיימער, זייטן 22-23; כהנא, זייטן 141
    23. פלוסר, זייט 11
    24. הברמן, זייט קעו
    25. רבי יהודה אבן משקוני, "הקדמה ליוסיפון מר"י משקוני מכ"י אשר ברומא", אוצר טוב תרל"ז-תרל"ח, בערלין, זייטן 023-017.
    26. 26.0 26.1 ווערטהיימער, זייט 22
    27. הברמן, זייט קעט
    28. פלוסר, זייט 10
    29. איזידאר זינגער, ‏"Zechariah Ibn Sa'id Al-Yamani", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
    30. ווילנסקי, זייט 42
    31. הברמן, זייט קעב
    32. הברמן, זייטן קעו-קעח
    33. גלויבער זייט 11
    34. Wolf, Lucien (1908). ""Josippon" in England". Transactions (Jewish Historical Society of England). 6: 277–288. ISSN 2047-2331. JSTOR 29777757.
    35. Reiner, Jacob (1967). "The English Yosippon". The Jewish Quarterly Review. 58 (2): 126–142. doi:10.2307/1453342. ISSN 0021-6682. JSTOR 1453342.
    36. לקח טוב, אסתר ה
    37. ווי אין: ברכות מג, א; בבא בתרא ג, ב און נאך
    38. ווי אין: עבודה זרה י, ב
    39. ווי אין: חגי ב, ט.
    40. ווי אין: בראשית מט, לא.
    41. זע: ווערטהיימער, זייט 24 און ווייטער
    42. רבי יצחק אברבנאל, מעייני הישועה, פערארא, שי"א, דף צט עמוד א
    43. רבי אברהם זכות, ספר היוחסין השלם, אנהייב מאמר השישי
    44. רבי עזריה מן האדומים, מאור עינים, מאנטאווע, שלד, דף פז עמוד א
    45. רבי צדוק הכהן מלובלין, אור זרוע לצדיק, לובלין תרפ"ט, דף כד עמוד ב
    46. רבי דוד גאנז, צמח דוד, פראג שנ"ג, דף לח עמוד ב
    47. רבי חיים אלעזר שפירא, מנחת אלעזר חלק ג, בראטיסלאווא תרפ"ב, דף נד עמוד ב
    48. רבי יהודה לוואי, נצח ישראל, פראג, שנט, דף ט עמוד א
    49. בית חדש, סימן ש"ז
    50. שולחן ערוך הרב, אורח חיים, סימן ש"ז, סעיף ל'
    51. לבוש החור, סימן תקנ"ד סעיף ב
    52. משנה ברורה, סימן תקנ"ד, סעיף קטן ג'.
    53. רבי אברהם גאלאנטי, קול בוכים, מהדורה חדשה, תשס"ד, עמ' ו.
    54. רבי יעקב עמדין, מור וקציעה, מכון ירושלים, תשנ"ו, זייט שמ
    55. דברי חנה השלם, פרק ג' עמוד מ"ג