אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אמהות"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (פארראכטן לינק)
(אזוי זאגט מען ביים סדר. אפן פאר הערות)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|די מאמעס פון אידישן פאלק}}
{{דעסקריפציע|די מאמעס פון אידישן פאלק}}
{{דרעפט}}
{{דרעפט}}
די '''ארבע אמהות''' ("פיר מאמעס") זענען א גרופע פון פיר מאטריארכן פון דאס אידישע פאלק, די ווייבער פון די [[דריי אבות|אבות]]: [[שרה]] די ווייב פון [[אברהם]], [[רבקה]] די ווייב פון [[יצחק]], און [[רחל]] מיט [[לאה]] די ווייבער פון [[יעקב]].  אין די תורה שטייט אז שרה, רבקה און לאה זענען באגראבן געווארן נעבן זייערע מענער אין [[מערת המכפלה]], אבער רחל איז באערדיגט געווארן אליין אין [[קבר רחל]] וואס איז אין [[בית לחם]]. און צוגאב צו זיי זענען אויך פארהאן די צוויי דינסטן [[בלהה]] און [[זלפה]] וואס זענען באערדיגט געווארן אין [[טבריה]] אין [[קבר האמהות]].
די '''ארבע אמהות''' ("פיר מוטער") זענען א גרופע פון פיר מאטריארכן פון דאס אידישע פאלק, די ווייבער פון די [[דריי אבות|אבות]]: [[שרה]] די ווייב פון [[אברהם]], [[רבקה]] די ווייב פון [[יצחק]], און [[רחל]] מיט [[לאה]] די ווייבער פון [[יעקב]].  אין די תורה שטייט אז שרה, רבקה און לאה זענען באגראבן געווארן נעבן זייערע מענער אין [[מערת המכפלה]], אבער רחל איז באערדיגט געווארן אליין אין [[קבר רחל]] וואס איז אין [[בית לחם]]. און צוגאב צו זיי זענען אויך פארהאן די צוויי דינסטן [[בלהה]] און [[זלפה]] וואס זענען באערדיגט געווארן אין [[טבריה]] אין [[קבר האמהות]].


עס איז איינגעפירט צו צולייגן די צונאמען "אמנו/מאמע" צו די נעמען פון די פיר אמהות: "שרה אמנו / די מאמע שרה", "רבקה אמנו / די מאמע רבקה", "רחל אמנו / די מאמע רחל" און "לאה אמנו / די מאמע לאה".{{ש}}
עס איז איינגעפירט צו צולייגן די צונאמען "אמנו/מאמע" צו די נעמען פון די פיר אמהות: "שרה אמנו / די מאמע שרה", "רבקה אמנו / די מאמע רבקה", "רחל אמנו / די מאמע רחל" און "לאה אמנו / די מאמע לאה".{{ש}}

רעוויזיע פון 04:29, 20 נאוועמבער 2023

די ארבע אמהות ("פיר מוטער") זענען א גרופע פון פיר מאטריארכן פון דאס אידישע פאלק, די ווייבער פון די אבות: שרה די ווייב פון אברהם, רבקה די ווייב פון יצחק, און רחל מיט לאה די ווייבער פון יעקב. אין די תורה שטייט אז שרה, רבקה און לאה זענען באגראבן געווארן נעבן זייערע מענער אין מערת המכפלה, אבער רחל איז באערדיגט געווארן אליין אין קבר רחל וואס איז אין בית לחם. און צוגאב צו זיי זענען אויך פארהאן די צוויי דינסטן בלהה און זלפה וואס זענען באערדיגט געווארן אין טבריה אין קבר האמהות.

עס איז איינגעפירט צו צולייגן די צונאמען "אמנו/מאמע" צו די נעמען פון די פיר אמהות: "שרה אמנו / די מאמע שרה", "רבקה אמנו / די מאמע רבקה", "רחל אמנו / די מאמע רחל" און "לאה אמנו / די מאמע לאה".
דאס וואס מען רופט זיי אזוי שטאמט פון די גמרא: "אין קורין לאבות אבינו אלא שלושה, ולא לאימהות אימנו אלא לארבע האמהות"[1]. די גמרא שטעלט קלאר אז טראץ וואס רחל און לאה זענען נישט די ביאלאגישע מאמעס פונעם גאנצן פאלק, נאר יעדע איינע איז די מוטער פון געוויסע שבטים, דאך ווערן זיי גערעכנט ווי מאמעס פון די גאנצע פאלק וועגן זייער חשיבות[2]. דאס שטארצט באזונדער ארויס מיטן פאקט אז בלהה און זלפה ווערן נישט אריינגערעכנט צווישן די אמהות, כאטש זיי האבן אויך געבוירן קינדער פאר יעקב, וואס פון זיי זענען אויך ארויס אייניגע שבטים, און דאס איז וויבאלד זיי זענען געווען דינסטן.
טראץ דאס אלעס, ווען די תורה רעכנט אויס די צאל פון די שבטים רעכנט זי אויך בלהה און זלפה אלס א טייל פון די אמהות [3], און אויך חז"ל אליין צייכענען אין אפאר פעלער אז עס זענען פארהאן זעקס אמהות אריינרכענענדיג בלהה און זלפה צווישן זיי [4].

דריי פון די פיר אמהות – שרה, רבקה און רחל – זענען געהאלפן געווארן מיט קינדער נאר נאך אסאך קינדערלאזע יארן, און אין מדרש שטייט אז אויך לאה איז געווען אן עקרה פון איר נאטור, נאר א נס איז געשען און זיי איז פארהיילט געווארן. עס זענען פארהאן אסאך ערקלערונגען אין מדרש און אין מחשבת ישראל אויף די ערשיינונג ביי די אמהות.[5]

חז"ל [6] זאגן אז די אמהות זענען געווען נביאות. רבי חנינא בן פזי לערנט דאס פון דעם וואס רחל האט געבעטן ”יֹסֵף ה' לִי בֵּן אַחֵר” (בראשית ל, כד). פון דעם וואס זי האט נישט געבעטן "נאך קינדער", ווייזט אויס אז זי האט געוויסט אז יעקב גייט געבוירן נאר נאך איין זון, און זי האט מתפלל געווען אז דער זון זאל ארויסקומען פון איר[7].

זעט אויך

רעפערענצן

  1. מסכת שמחות, פרק א, יד
  2. ברכות טז, ב
  3. בראשית לה, כב–כו.
  4. צום ביישפיל אין מדרש שיר השירים רבה: "שש עגלות צב... ו' כנגד ו' אמהות- שרה רבקה רחל לאה זלפה בלהה", שם, פרשה ו
  5. צבי הבר, מפני מה היו אבותינו עקרים, אין וועבזייטל ישיבת ברכת משה.
    אברהם קורמן, עקרות האמהות, אין וועבזייטל קטיף.נט.
    יאירה אמית, ולמה נתעקרו האמהות?, אין וועבזייטל מקרא גשר.
  6. ילקוט שמעוני תורה ק"ל.
  7. בראשית רבה, פרשה ע"ב, פסקה ו'
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער