שמועס:אמהות
תגובה אחרונה: פֿאַר 1 יאָר מאת למאי נ"מ
שווערמער איך האב זייער הנאה פון די הגהות והערות, נאר כ'האב געוואלט זאגן אז איך האב יא געוואוסט פון אזא מושג "די מאמע שרה" און "די מאמע רבקה" אא"ו, און לגבי "אזוי זאגט מען ביים סדר" האב איך נישט פארשטאנען, וועלכע סדר? פסח באנאכט? למאי נ"מ (שמועס) 08:26, 20 נאוועמבער 2023 (UTC)
- "די מאמע שרה" און "די מאמע רבקה" האב איך קיינמאל אנטפאנגען. וואו האסטו זיי באגגעגנט?
די טערמין "אמהות" ווערט כעמט נישט באנוצט איבערגעזעצטערהייט, און מען דארף עס דא סף הכל עקלערן, און לגבי דעם איז "מאמע" אפשר אויך גוט. ביי אונז ביים סדר איז זינגט מען א אחד מי יודע אין אידיש, היבש א פארציישטישער, האבעך פארגעשלאגען עס צו ניצן דא.
צמא לדעת האט עס אבער געמאכט צו "מוטערס" דארף מען הערן זיין מיינונג שווערמער (שמועס) 04:30, 21 נאוועמבער 2023 (UTC)- ביי אייך טייטשט מען "ארבע אמהות: פיר מוטער", אן א ס? כ'האב געמיינט אז ס'איז א בלויזע ט"ס, ווייל אין מערצאל איז עס מוטערס. נישט אזוי?
- איבער מוטער/מאמע, ביידע באדייטן דאך די זעלבע, אבער מוטער האט א מעלה אז ס'איז אביסל א העכערע שפראך מיט א אלטערטימליכע שמעק וואס פאסט מער אהער, דאקעגן מאמע האט א מעלה אז ס'איז מער אין באניץ היינט. דערפאר האב איך געוואלט אז ביידע זאלן ווערן אריינגעפלאכטן: מאמע שטייט שוין אין דעסקריפציע און שפעטער לגבי אמנו, וואלט איך דא געשטעלט מוטער. — צמא לדעת • שמועס • ח' כסלו ה'תשפ"ד 07:52, 21 נאוועמבער 2023 (UTC)
- @שווערמער איך האב באגענעגנט די מאמע רבקה אין מערת המכפלה נעבן די מאמע שרה. פרעגסט א קשיא... איך האב שוין געהערט אזאנס (אפשר "די מאמע לאה" נישט, אבער מאמע רבקה און מאמע שרה זיכער יא, וכ"ש די מאמע רחל) [עיין גם בצאינה וראינה] למאי נ"מ (שמועס) 11:08, 21 נאוועמבער 2023 (UTC)