אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חנניה בן חזקיה"
ק (Bot: Migrating 3 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2069730 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022
חנניה בן חזקיה בן גוריון, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט איין מאל אין משניות.
זיין צייט
חנניה בן חזקיה בן גוריון איז געווען פון ערשטן דור תנאים, אין איבערגאנג פון דער תקופה צייטס-שפאן פון די זוגות צו דער תקופה פון די תנאים,[1] און פון זיבעטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[2] אין דער צייט פון צווייטן בית המקדש.
איבער אים
חנניה בן חזקיה בן גוריון "זכור לטוב" - רב יהודה דריקט זיך אויס חנניה בן חזקיה בן גריון זאל געדענקט ווערן צום גיטן, ווען נישט אים וואלטן די חכמים פארשטעקט דעם ספר יחזקאל, וויבאלד ס'איז געווען אומפארשטענדליך, און מען האט ארויף געברענגט דריי הונדערט פעסלעך אייל צו חנניה בן חזקיה בן גריון און ער איז געזעצען אויבן ביי זיך אויפן שטאק און עס אויסגעטייטשט.[3]
פארשידענע גזירות און הלכות זענען אפגעלערנט ביי חנניה בן חזקיה בן גריון אויפן שטאק, איינמאל איז פארגעקומען און די תלמידי בית שמאי זענען געווען מעהר ווי די תלמידי בית הלל, און מען האט דעמאלטס ארויבגעגעבן אכטצן גזירות באקאנט אלס די י"ח דבר.[4]
די גמרא זאגט אז חנניה בן חזקיה בן גוריון מיט זיינע בייהעלפערס האט געשריבן דעם מגילת תענית.[4]
אין משניות
- מסכת שבת פרק ו' משנה ג', ואלו מן ההלכות שאמרו בעליית חנניה בן חזקיה בן גוריון כשעלו לבקרו, נמנו ורבו בית שמאי על בית הלל וי"ח דברים גזרו בו ביום