אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הבל"
(נוסח) צייכנס: וויזועלע רעדאגירונג רוי-לינק |
(החלפות ()) |
||
שורה 12: | שורה 12: | ||
==ביאגרפיע== | ==ביאגרפיע== | ||
הבל איז געווען דער צווייטער קינד פון [[אדם הראשון]], א צווילינג ברודער פון [[קין]]. און איז געבוירן געווארן צוזאמען מיט נאך צוויי שוועסטערס {{הערה|שם=א|{{מדרש אגדה|בראשית|ד|ב}}}}, [[פרייטאג]], די זעקטסע טאג פונעם [[בריאה]]{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|כב|ב}}}}. עס איז דא וואס זענען מבאר אז ער האט געהייסן הבל ווייל ער האט געלעבט ווייניג, און אדם אדער [[ | הבל איז געווען דער צווייטער קינד פון [[אדם הראשון]], א צווילינג ברודער פון [[קין]]. און איז געבוירן געווארן צוזאמען מיט נאך צוויי שוועסטערס{{הערה|שם=א|{{מדרש אגדה|בראשית|ד|ב}}}}, [[פרייטאג]], די זעקטסע טאג פונעם [[בריאה]]{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|כב|ב}}}}. עס איז דא וואס זענען מבאר אז ער האט געהייסן הבל ווייל ער האט געלעבט ווייניג, און אדם אדער [[חוה|חוה]] האבן אים געגעבן דעם נאמען מיט [[רוח הקודש]]{{הערה|רלב"ג, ר י"ש ריגייו}}; אדער האט ער אים געגעבן דעם נאמען נאכן שטארבן{{הערה|שד"ל}}; און עס איז דא וואס זענען מבאר אז הבל איז א נאמען פון חשיבות וואס איז געקומען ווייל ער האט נישט געארבעט מיטן ערד{{הערה|אברנאל}}. | ||
וויבאלד די [[ערד]] איז באשאלטן געווארן {{ציטוטון|בעצבון תאכלנה}}{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ג|יז}}}} נאך וואס אדם האט געגעסן פונעם [[עץ הדעת]], האט ער נישט געוואלט ארבעטן מיט די ערד, און האט געארבעט אלץ א [[פאסטעכער]] מיט [[שאף]] און [[רינדער]]{{הערה|שם=א}}, אן ארבעט וואס איז שווערער פונעם ערד ארבעט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ד|ב|מפרש=ספורנו}}}}. | וויבאלד די [[ערד]] איז באשאלטן געווארן {{ציטוטון|בעצבון תאכלנה}}{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ג|יז}}}} נאך וואס אדם האט געגעסן פונעם [[עץ הדעת]], האט ער נישט געוואלט ארבעטן מיט די ערד, און האט געארבעט אלץ א [[פאסטעכער]] מיט [[שאף]] און [[רינדער]]{{הערה|שם=א}}, אן ארבעט וואס איז שווערער פונעם ערד ארבעט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ד|ב|מפרש=ספורנו}}}}. |
רעוויזיע פון 07:09, 25 אקטאבער 2023
געבורט | א' תשרי שנת א' |
---|---|
פטירה | א' תשרי שנת ב' |
גיל פטירה | 1 יאר |
בן זוג | צווילינג שוועסטער |
בתנ"ך | בראשית ד |
הֶבֶל איז געווען א זון פון אדם הראשון און חוה.
ביאגרפיע
הבל איז געווען דער צווייטער קינד פון אדם הראשון, א צווילינג ברודער פון קין. און איז געבוירן געווארן צוזאמען מיט נאך צוויי שוועסטערס[1], פרייטאג, די זעקטסע טאג פונעם בריאה[2]. עס איז דא וואס זענען מבאר אז ער האט געהייסן הבל ווייל ער האט געלעבט ווייניג, און אדם אדער חוה האבן אים געגעבן דעם נאמען מיט רוח הקודש[3]; אדער האט ער אים געגעבן דעם נאמען נאכן שטארבן[4]; און עס איז דא וואס זענען מבאר אז הבל איז א נאמען פון חשיבות וואס איז געקומען ווייל ער האט נישט געארבעט מיטן ערד[5].
וויבאלד די ערד איז באשאלטן געווארן ”בעצבון תאכלנה”[6] נאך וואס אדם האט געגעסן פונעם עץ הדעת, האט ער נישט געוואלט ארבעטן מיט די ערד, און האט געארבעט אלץ א פאסטעכער מיט שאף און רינדער[1], אן ארבעט וואס איז שווערער פונעם ערד ארבעט[7].
די קרבן
ווען ער איז געווען א יאר אלט[8] האט ער צוזאמען מיט זיין ברודער קין געברענגט א קרבן פארן באשעפער, קין האט געברענג פלאקס פון זיינע ערד פלאנצונגען, און הבל האט געברענגט די בעסטע פון זיינע שאף, און צו הבל'ס קרבן איז אראפ געקומען א פייער פון הימל, אבער צו קין'ס קרבן איז נישט אראפ א פייער.
קין איז געווארן זייער געטשעפעט, ער האט גערופן הבל אויף א שפאציר אין וואלד און דארט האבן זיי זיך געדינגען[9]. אינמיטן האט קין אויפגעשטאנען און אים פראבירט הרג'ענען, ער האט אים געשטאכן פון אלע זייטן ביז ער האט אים גע'הרג'עט, גא-ט האט דערפאר אנגעשריגן פאר קין ”קול דמי אחיך צועקים אלי מן האדמה”[10], און פארשאלטן אז ער זאל מער קיינמאל נישט זיין רואיג[11].
רעפערענצן
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 1.0 1.1 מדרש אגדה (באבער) בראשית ד, ב
- ↑ בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ב'
- ↑ רלב"ג, ר י"ש ריגייו
- ↑ שד"ל
- ↑ אברנאל
- ↑ בראשית ג, יז
- ↑ ספורנו, בראשית ד, ב
- ↑ אבן עזרא
- ↑ עס איז דא אסאך מהלכים וואס זיי האבן זיך געדינגען
- ↑ בראשית ד, י
- ↑ בראשית ד
ווייזיחוס בוים פון פערזאנען אין ספר בראשית |
---|