אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעלה תחנוננו"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏אריינפיר: הגהה, עטוואס פארברייטערט)
(הגהה המשך, עטוואס פארברייטערט)
שורה 32: שורה 32:
'''יַעֲלֶה תַחֲנוּנֵנוּ מֵעֶרֶב''' איז א [[פיוט]] פאר [[יום כיפור]] וואס ווערט געזאגט ביי די [[אשכנזים|אשכנזישע]] קהילות באלד נאך שטילע [[שמונה עשרה]] פון [[מעריב]], אלס אריינפיר צו די סעריע [[סליחות]] און פיוטים וועלכע זעצן פאר די תפילה פון מעריב אין יום כיפור.
'''יַעֲלֶה תַחֲנוּנֵנוּ מֵעֶרֶב''' איז א [[פיוט]] פאר [[יום כיפור]] וואס ווערט געזאגט ביי די [[אשכנזים|אשכנזישע]] קהילות באלד נאך שטילע [[שמונה עשרה]] פון [[מעריב]], אלס אריינפיר צו די סעריע [[סליחות]] און פיוטים וועלכע זעצן פאר די תפילה פון מעריב אין יום כיפור.


דער פיוט איז געשריבן געווארן אין תקופת הראשונים אין אשכנז (דייטשלאנד), דורך אן אומבאקאנטן מחבר. עס ווערט שוין דערמאנט אין די [[ד'תת"ק יארן]] דורך דער [[ראבי"ה]]{{הערה|1=ספר הראבי"ה חלק ב', מסכת יומא סימן תקכ"ט}}. עס זענען פארהאן קליינע חילוקים צווישן דער נוסח לויט דער מנהג פון מערב אשכנז און צווישן מנהג פולין, און ווי עס שיינט איז דער מנהג פון מערב אשכנז דער אריגינעלער נוסח און נוסח פולין איז לייכט באארבעט{{הערה|[[דניאל גאלדשמידט]], מחזור לימים הנוראים - יום כיפור, [[הוצאת קורן]], ירושלים, תש"ל, עמ' ל"ד אין הקדמה|שם=גאלדשמידט-הקדמה}}. עס זענען פארהאן אויך קליינע טוישונגען צווישן די פארשידענע כתבי ידות{{הערה|דניאל גאלדשמידט, מחזור לימים הנוראים - יום כיפור, הוצאת קורן, ירושלים, תש"ל, עמ' 10-11}}. אין צרפת און אין [[ווירמייזא]] האט מען אינגאנצן נישט געזאגט דעם פיוט{{הערה|שם=גאלדשמידט-הקדמה}}.
דער פיוט איז געשריבן געווארן אין תקופת הראשונים אין אשכנז (דייטשלאנד), דורך אן אומבאקאנטן מחבר. עס ווערט שוין דערמאנט אין די [[ד'תת"ק יארן]] דורך דער [[ראבי"ה]]{{הערה|1=ספר הראבי"ה חלק ב', מסכת יומא סימן תקכ"ט}}. עס זענען פארהאן קליינע חילוקים צווישן דער נוסח לויט דער מנהג פון מערב אשכנז און צווישן מנהג פולין, און ווי עס שיינט איז דער מנהג פון מערב אשכנז דער אריגינעלער נוסח און נוסח פולין איז לייכט באארבעט{{הערה|[[דניאל גאלדשמידט]], מחזור לימים הנוראים - יום כיפור, [[הוצאת קורן]], ירושלים, תש"ל, עמ' ל"ד אין הקדמה|שם=גאלדשמידט-הקדמה}}. עס זענען פארהאן אויך קליינע טוישונגען צווישן די פארשידענע כתבי ידות{{הערה|דניאל גאלדשמידט, מחזור לימים הנוראים - יום כיפור, הוצאת קורן, ירושלים, תש"ל, עמ' 10-11|שם=גאלדשמידט-פיוט}}. אין צרפת און אין [[ווירמייזא]] האט מען אינגאנצן נישט געזאגט דעם פיוט{{הערה|שם=גאלדשמידט-הקדמה}}.
 
==געבוי פון פיוט==


==געבוי==
אין יעדע פאל איז דא דריי טיילן:
אין יעדע פאל איז דא דריי טיילן:
:יעלה (טוישט זיך) מערב
:יעלה (טוישט זיך) מערב
שורה 41: שורה 40:
:ויראה (טוישט זיך) עד ערב
:ויראה (טוישט זיך) עד ערב


אין די ווערטער וואס טוישן זיך געפינען זיך ווערטער וואס געווענליך ברענגען זיי ארויס א געבעט אדער א תפילה, מיט א שילדערונג פון אפאר רעדענער (אונז). און די כוונה איז אז די תפילה-געבעט-געשריי פונעם גאנצן קהל זאל ארויפגיין פאר גאט פון ערב יום כיפור, דורכאויס דעם טאג, און ביז'ן ענדע פון טאג מארגן ביי אוונט.
אין די ווערטער וואס טוישן זיך געפינען זיך ווערטער וואס געווענליך ברענגען זיי ארויס א געבעט אדער א תפילה, וואס קומט פון א מערצאל פון רעדנער (אונזער). דער באדייט איז אז די תפילה-געבעט-געשריי פונעם גאנצן קהל זאל ארויפגיין פאר גאט, אנגעהויבן פון [[ערב יום כיפור]], דורכאויס יום הקדוש, און ביז'ן נעילה מארגן אויפדערנאכט.
 
דער קלימאקס איז ביי די לעצטע שורה: "וְיֵרָאֶה אֵלֵינוּ עַד עָרֶב"; נישט אז דער געבעט זאל ווערן געזען, נאר גאט אליין.


די קלימאקס איז ביי די לעצטע שורה: "וְיֵרָאֶה אֵלֵינוּ עַד עָרֶב". נישט אז דער געבעט זאל ווערן "געזען-יֵרָאֶה", נאר גאט אליין.
די ווערטער וועלכע ווערן כסדר איבערגענוצט נעמען זיך פון די תפילה [[יעלה ויבוא]], וואס הייבט זיך אן מיט די סעריע געבעטן "'''יַעֲלֶה וְיָבֹא''' ויַגִּיעַ '''ויֵרָאֶה''' וְיֵרָצֶה". דער געדאנק פונעם פיוט איז באזירט אויפן פסוק {{ציטוטון|מֵעֶרֶב עַד עֶרֶב תִּשְׁבְּתוּ שַׁבַּתְּכֶם}}{{הערה|{{תנ"ך|ויקרא|כג|לב}}}}, וואס באצייכנט דעם הייליגן טאג ווי אן איינהייט וואס ציט זיך פון "ערב" ביז "ערב"{{הערה|אברהם חיים פריצקי, '''יסוד המועדים''', עמוד רל"ח}}.


די סדר פון די ווערטער איז א אַקראָסטיק פון פארקערטע א"ב ([[תשר"ק]]). כדי צו פארענדיגן די פיוט אינגאנצן, באשטייט דער לעצטער פאל פון דריי ווערטער וואס פאנגען זיך אן מיטן אות א'. אזוי איז פארהאן אין פיוט 24 שורות אין 8 פעלער.
דער סדר פון די ווערטער איז אן [[אקראסטיכאן]] פון פארקערטע א"ב (תשר"ק). כדי צו פארענדיגן די פיוט אינגאנצן, ווערט אין לעצטן פאל איבערגע'חזר'ט דריי מאל דער אות א'. אזוי אז עס זענען פארהאן אין פיוט 24 שורות אין אכט פעלער. אין רוב קהילות פון מערב אשכנז לאזט מען אבער אויס די פעלער פון די אותיות מ-ב, און באלד נאך נ' ענדיגט מען צו מיטן לעצטן פאל{{הערה|שם=גאלדשמידט-פיוט}}.


==באיינפלוס אין קולטור==
==באיינפלוס אין קולטור==

רעוויזיע פון 08:10, 24 סעפטעמבער 2023

פיוט יעלה תחנוננו (כמנהג פולין)

יַעֲלֶה תַחֲנוּנֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא שַׁוְעָתֵנוּ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה רִנּוּנֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה קוֹלֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא צִדְקָתֵנוּ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה פִדְיוֹנֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה עִנּוּיֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא סְלִיחָתֵנוּ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה נַאֲקָתֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה מְנוּסֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא לְמַעֲנוֹ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה כִפּוּרֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה יִשְׁעֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא טָהֳרֵנוּ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה חִנּוּנֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה זִכְרוֹנֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא וִעוּדֵנוּ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה הַדְרָתֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה דָפְקֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא גִילֵנוּ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה בַּקָּשָׁתֵנוּ עַד עָרֶב

יַעֲלֶה אֶנְקָתֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא אֵלֶיךָ מִבֹּקֶר
וְיֵרָאֶה אֵלֵינוּ עַד עָרֶב

די ווערטער וועלכע הייבן אן די תפילה, אויף א פרוכת באשטימט פאר די ימים נוראים.

יַעֲלֶה תַחֲנוּנֵנוּ מֵעֶרֶב איז א פיוט פאר יום כיפור וואס ווערט געזאגט ביי די אשכנזישע קהילות באלד נאך שטילע שמונה עשרה פון מעריב, אלס אריינפיר צו די סעריע סליחות און פיוטים וועלכע זעצן פאר די תפילה פון מעריב אין יום כיפור.

דער פיוט איז געשריבן געווארן אין תקופת הראשונים אין אשכנז (דייטשלאנד), דורך אן אומבאקאנטן מחבר. עס ווערט שוין דערמאנט אין די ד'תת"ק יארן דורך דער ראבי"ה[1]. עס זענען פארהאן קליינע חילוקים צווישן דער נוסח לויט דער מנהג פון מערב אשכנז און צווישן מנהג פולין, און ווי עס שיינט איז דער מנהג פון מערב אשכנז דער אריגינעלער נוסח און נוסח פולין איז לייכט באארבעט[2]. עס זענען פארהאן אויך קליינע טוישונגען צווישן די פארשידענע כתבי ידות[3]. אין צרפת און אין ווירמייזא האט מען אינגאנצן נישט געזאגט דעם פיוט[2].

געבוי

אין יעדע פאל איז דא דריי טיילן:

יעלה (טוישט זיך) מערב
ויבוא (טוישט זיך) מבקר
ויראה (טוישט זיך) עד ערב

אין די ווערטער וואס טוישן זיך געפינען זיך ווערטער וואס געווענליך ברענגען זיי ארויס א געבעט אדער א תפילה, וואס קומט פון א מערצאל פון רעדנער (אונזער). דער באדייט איז אז די תפילה-געבעט-געשריי פונעם גאנצן קהל זאל ארויפגיין פאר גאט, אנגעהויבן פון ערב יום כיפור, דורכאויס יום הקדוש, און ביז'ן נעילה מארגן אויפדערנאכט.

דער קלימאקס איז ביי די לעצטע שורה: "וְיֵרָאֶה אֵלֵינוּ עַד עָרֶב"; נישט אז דער געבעט זאל ווערן געזען, נאר גאט אליין.

די ווערטער וועלכע ווערן כסדר איבערגענוצט נעמען זיך פון די תפילה יעלה ויבוא, וואס הייבט זיך אן מיט די סעריע געבעטן "יַעֲלֶה וְיָבֹא ויַגִּיעַ ויֵרָאֶה וְיֵרָצֶה". דער געדאנק פונעם פיוט איז באזירט אויפן פסוק ”מֵעֶרֶב עַד עֶרֶב תִּשְׁבְּתוּ שַׁבַּתְּכֶם”[4], וואס באצייכנט דעם הייליגן טאג ווי אן איינהייט וואס ציט זיך פון "ערב" ביז "ערב"[5].

דער סדר פון די ווערטער איז אן אקראסטיכאן פון פארקערטע א"ב (תשר"ק). כדי צו פארענדיגן די פיוט אינגאנצן, ווערט אין לעצטן פאל איבערגע'חזר'ט דריי מאל דער אות א'. אזוי אז עס זענען פארהאן אין פיוט 24 שורות אין אכט פעלער. אין רוב קהילות פון מערב אשכנז לאזט מען אבער אויס די פעלער פון די אותיות מ-ב, און באלד נאך נ' ענדיגט מען צו מיטן לעצטן פאל[3].

באיינפלוס אין קולטור

באזירט אויף די ווערטער פונעם פיוט האט אהוד מנור געשריבן איינע פון די פעלער ביי די ליד ללכת שבי אחרייך וואס איז באוואוסט א דאנק זיין דורכפירן דורך אילנית

עם ערב הד קולנו יעלה,

מבוקר יום אלינו הוא יבוא

ופדיוננו יראה עד בוא ערבו,

מתי סוכת שלומך עלינו תיגלה.

ללכת שבי אחרייך, אהוד מנור

געזאנג

צוזאמען מיטן פיוט כי הנה כחומר איז דער פיוט די "מוזיקאלישע" טייל פונעם דאווענען יום כיפור ביי אוונט ביי קהילות אשכנז. צום פיוט זענען באהפטן געווארן אסאך ניגונים, פון די אשכנזישע קלאסישע חזנות וועלט, דורך די רבישע הויפן, ביז מאדערנע ניגונים.

קישורים חיצוניים

ביצועים של הפיוט

רעפערענצן

  1. ספר הראבי"ה חלק ב', מסכת יומא סימן תקכ"ט
  2. 2.0 2.1 דניאל גאלדשמידט, מחזור לימים הנוראים - יום כיפור, הוצאת קורן, ירושלים, תש"ל, עמ' ל"ד אין הקדמה
  3. 3.0 3.1 דניאל גאלדשמידט, מחזור לימים הנוראים - יום כיפור, הוצאת קורן, ירושלים, תש"ל, עמ' 10-11
  4. ויקרא כג, לב
  5. אברהם חיים פריצקי, יסוד המועדים, עמוד רל"ח

קאטעגאריע:פיוטי יום הכיפורים קאטעגאריע:יצירות עם אקרוסטיכון קאטעגאריע:יצירות שמחברן אינו ידוע

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער