אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יארן ג'ק' - ג'קצ"ט"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:פריערדיגע יארן דורך HotCat) |
|||
שורה 55: | שורה 55: | ||
{{אידישער יארהונדערט אונטן|3100}} | {{אידישער יארהונדערט אונטן|3100}} | ||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | [[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] |
רעוויזיע פון 08:40, 7 אויגוסט 2023
יארן ג'ק' (3100) - ג'קצ"ט (3199) האבן זיך אנגעהויבן, לויט די אנגענומענע כראנאלאגיע וואס איז באזירט אויף סדר עולם רבה, 2685 יאר צוריק און האבן זיך געענדיגט 2586 יאר צוריק.
די יארן ווערן דא גערעכנט לויטן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם, דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון.
ביי טייל פון די יארן דארף מען מעגליך צולייגן נאך איין צום חשבון, געוואנדן אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי הייבן זיך אן אדער ווען זיי זענען געענדיגט[1].
געשעענישן
- ג'ק'[2], י' תשרי[3] – זכריה בן יהוידע, דער כהן גדול און א נביא, ווערט אומגעברענגט אין בית המקדש אויפ'ן באפעל פון קעניג יהואש
- ג'ק"א – יואש בן יואחז קעניגט אויף מלכות ישראל, אויפן ארט פון זיין פארשטארבענעם פאטער
- ג'ק"א – יהואש מלך יהודה ווערט אומגעברענגט דורך זיינע קנעכט, שלאפנדיג אויף זיין בעט
- ג'ק"ב – אמציה בן יהואש קעניגט אויף מלכות יהודה
- ג'קי"א – עמוס הייבט אן נבואה זאגן
- ג'קי"ג – אמציה מלך יהודה זיגט אין זיין מלחמה קעגן אדום
- ג'קי"ד – ירבעם בן יואש ווערט געקרוינט אויף מלכות ישראל, אין לעבן פון זיין טאטן
- ג'קט"ז – עוזיהו קעניגט אויף מלכות יהודה, נאך ביים לעבן פון זיין טאטן אמציה
- ג'קל"א – הושע בן בארי האט אנגעהויבן נבואה זאגן אין די יארן
- ג'ק"מ – עמוס הייבט אן נבואה זאגן[4]
- ג'קמ"ב – עוזיהו וויל מקטיר זיין קטורת ווי א כהן, און ער ווערט א מצורע; עס קומט פאר אן ערדציטערניש, און ישעיהו הנביא הייבט אן נבואה זאגן אין זעלבן טאג[5].
- ג'קנ"ד – זכריהו בן ירבעם קעניגט אויף מלכות ישראל פאר זעקס חדשים
- ג'קנ"ה – שלום בן יבש ברענגט אום זכריהו בן ירבעם, און קעניגט אויף מלכות ישראל פאר איין חודש
- ג'קנ"ה – מנחם בן גדי ברענגט אום שלום בן יבש, און קעניגט אויף מלכות ישראל
- ג'קס"ה – פקחיה בן מנחם קעניגט אויף מלכות ישראל, אויפן ארט פון זיין פארשטארבענעם פאטער
- ג'קס"ז – פקח בן רמליהו ברענגט אום פקחיהו, און קעניגט אויף מלכות ישראל
- ג'קס"ח – יותם בן עוזיהו קעניגט אויף מלכות יהודה
- ג'קס"ח – מיכה הייבט אן נבואה זאגן
- ג'קפ"ד – אחז קעניגט אויף מלכות יהודה, נאך די פטירה פון זיין פאטער
- ג'קפ"ד – פקח בן רמליהו און רצין מלך ארם קומען מלחמה האלטן מיט אחז מלך יהודה און באלאגערן ירושלים
- ג'קפ"ו – אחז שיקט בעטן הילף פון תגלת-פלאסר דער קעניג פון אשור, וועלכער פארכאפט דמשק און ברענגט אום רצין, און פארטרייבט די שבטים זבולון און נפתלי אין גלות
- ג'קפ"ז – הושע בן אלה ברענגט אום פקח בן רמליהו, און קעניגט אויף מלכות ישראל
- ג'קצ"ה – די אידן פון עבר הירדן (שבט גד, שבט ראובן, און האלב שבט מנשה) ווערן פארטריבן אין גלות דורך תגלת-פלאסר דער קעניג פון אשור
געבוירן
נפטר געווארן
- ג'ק' – זכריה בן יהוידע
- ג'ק' – יואחז בן יהוא מלך ישראל
- ג'ק"א – יהואש מלך יהודה
- ג'ק"י – אלישע הנביא
- ג'קט"ז – יואש (מלך ישראל) בן יואחז מלך ישראל
- ג'ק"ל – אמציה מלך יהודה
- ג'קנ"ד – ירבעם בן יואש מלך ישראל
- ג'קנ"ה – זכריהו בן ירבעם, שלום בן יבש
- ג'קס"ה – מנחם בן גדי מלך ישראל
- ג'קס"ז – פקחיה בן מנחם מלך ישראל, עוזיהו מלך יהודה
- ג'קפ"ד – יותם מלך יהודה
- ג'קפ"ז – פקח בן רמליהו
צו ליינען מער
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג
רעפערענצן
- ↑ איבער דעם ספק, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.
- ↑ לויט די מפרשים אויף דברי הימים ב' כד, אז יהואש איז אומגעברענגט געווארן א יאר דערויף. פון קהלת רבה, פרשה ג', פסקה כ' קומט אויס אז עס איז פארגעקומען ג'פ"ו.
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת תענית, פרק ד', הלכה ה'
- ↑ עמוס א, א
- ↑ ישעיהו ו, א
►► | ג'ק' - ג'קצ"ט | ◄◄ |