אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דגל מחנה אפרים"
(←הערות שוליים: רעדאגירונג) |
(פארברייטערט) |
||
שורה 21: | שורה 21: | ||
* [[רבי מנחם מענדיל פון לינסק|רבי מענדיל'ע]] [[לינסק (חסידות)|לינסק]]'ער | * [[רבי מנחם מענדיל פון לינסק|רבי מענדיל'ע]] [[לינסק (חסידות)|לינסק]]'ער | ||
* [[רבי חיים פון טשערנאוויץ|רבי חיים]] פון [[טשערנאוויץ]] דער 'באר מים חיים' | * [[רבי חיים פון טשערנאוויץ|רבי חיים]] פון [[טשערנאוויץ]] דער 'באר מים חיים' | ||
== ליינט מער == | |||
'''דגל מחנה אפרים''', הוצאת 'פאר מקדושים', תולדות. | |||
== דרויסנדע לינקס == | == דרויסנדע לינקס == |
רעוויזיע פון 17:55, 16 אפריל 2023
דגל מחנה אפרים (און חסיד'ישן אויסשפראך ווערט גערופן אין קורצן דגל) איז די ספר פון רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו, לויט די סדר פון די פרשה פון די וואך.
די ספר
די ספר איז פול מיט קבלה און חסידות פון וואס ער האט גערעדט פאר די קהילה אין סדילקאוו. די גרויסע טייל זענען ווערטער אויפן סדר פון די פרשיות פון די וואך, אין קורצן, אבער צו דעם איז אויך פארהאן א לאנגער דרוש אויף שבת הגדול וואס ער האט געזאגט אום יאר ה'תקמ"ב, אזוי אויך א לאנגער שבת שובה דרוש.
אויסלאז די גאנצע ספר האלט ער אין איין ברענגען ווערטער וואס ער ברענגט אלס אן ערשטער מקור פון זיין זיידן דער בעל שם טוב, און איז מאריך דערין. אזוי אויך סוף ספר איז אן עקסטערן אפטיילונג מיטן נאמען 'אמרות טהורות', ווי ער ברענגט נאך ווערטער פון זיין זיידן אן צו ארום רעדן דערין, אויך כוונות המקווה ווי ער האט מקבל געווען פון זסיין זיידן. נאך ווערט געברענגט סוף ספר ציטאטן פון געוויסע חלומות וואס ער האט געהאט און האט זיך פארשריבן.
אום יאר ה'תק"ע צען יאר נאך זיין פטירה האט זיין זוהן געדרוקט די ספר פון וואס זיין טאטע האט פארשריבן פאר זיך, און האט דאס א נאמען געגעבן 'דגל מחנה אפרים'. פון דעמאלט אן ווערט די ספר פאררעכנט ווי א ספר יסוד אין חסידות, און ס'ווערט געדרוקט זייער אפט.
רבי לוי יצחק בערדיטשעווער ביי זיין הסכמה שרייבט:”מובטחני שעל ידי החיבור הלז יתלהב לבב אחינו בני ישראל לעבודת הבורא ברוך הוא וברוך שמו”.
באווסטע שטיקל
באקאנט זסענען זיינע רייד אין פרשת בשלח, אויף די פסוק "ובני ישראל יוצאים ביד רמה"[1] ווי אונקלוס טייטש דאס איבער - "בריש גלי", זאגט ער אז ברי"ש איז ראשי תיבות "רבי ישראל בעל שם", צו באווייזן איז דורך וואס די תורת החסידות פון די בעל שם טוב וועט פארשפרייט ווערן,וועלן די אידן ארויסגיין פון גלות (גלי איז מלשון 'גילוי' תורתו).
הסכמות
ס'האבן מסכים געווען אויף דעם ספר:
- רבי לוי יצחק בערדיטשעווער
- דער קאזשניצער מגיד
- דער חוזה פון לובלין
- רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)
- רבי מענדיל'ע לינסק'ער
- רבי חיים פון טשערנאוויץ דער 'באר מים חיים'
ליינט מער
דגל מחנה אפרים, הוצאת 'פאר מקדושים', תולדות.
דרויסנדע לינקס
- דגל מחנה אפרים, ברדיטשוב תקס"ט, 1809
- דגל מחנה אפרים, במאגר הספרים הסרוקים של הספרייה הלאומית
- דגל מחנה אפרים אויף ספריא זייטל
- א נייע מהדורה אויף אוצר החכמה זייטל
רעפערענצן
קטגוריה:ספרי חסידות קטגוריה:המכלול: ערכים הנכללים בזים תורני קטגוריה:המכלול: ערכים שנוצרו במכלול