אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרך מצותיך"
אין תקציר עריכה |
(←שורש מצוות התפילה: פארברייטערט) |
||
שורה 27: | שורה 27: | ||
רוב חלק איז ער פארנומען צו מסביר זיין פארוואס מעג מען מתפלל צום אייבערשטן און זאגן 'קל' העלף מיר, אדער 'אלוקים' העלף מיר, וכדומה. אבער מען טאר נישט זאגן ח"ו 'חסד' העלף מיר, אדער 'גבורה' העלף מיר. - אזווי עס שטייט "אליו ולא למידותיו". און איז מבאר באריכות אז 'חסד' איז נישט דער אייבישטער אליין אבער 'קל' יא. 'גבורה' נישט, אבער 'אלוקים' יא. מיט א לאנגע אריכות צו מסביר זיין וויאזוי קען זיין אז דער אייבשטער [[ממלא כל עלמין]] און מיר זעען דאס נישט. | רוב חלק איז ער פארנומען צו מסביר זיין פארוואס מעג מען מתפלל צום אייבערשטן און זאגן 'קל' העלף מיר, אדער 'אלוקים' העלף מיר, וכדומה. אבער מען טאר נישט זאגן ח"ו 'חסד' העלף מיר, אדער 'גבורה' העלף מיר. - אזווי עס שטייט "אליו ולא למידותיו". און איז מבאר באריכות אז 'חסד' איז נישט דער אייבישטער אליין אבער 'קל' יא. 'גבורה' נישט, אבער 'אלוקים' יא. מיט א לאנגע אריכות צו מסביר זיין וויאזוי קען זיין אז דער אייבשטער [[ממלא כל עלמין]] און מיר זעען דאס נישט. | ||
דער ספר האט ער געשריבן 17 יאר אלט, און ווען דער [[בעל התניא]] האט עס געזען איז ער שטארק נתפעל געווארן. | דער ספר האט ער געשריבן 17 יאר אלט, און ווען דער [[בעל התניא]] האט עס געזען איז ער שטארק נתפעל געווארן<ref>זיין רעבעצן - די טאכטער פונעם מיטאלער רבי האט דאס געויזן פארן בעל התניא אן זיין רשות. און וועגן דעם האט ער זיך געוואלט געט'ן פין איר. ביז דער בעל התניא האט איר צוגעזאגט צו לערנען מיט אים בחברותא האט ער זיך מפייס געווען. [https://chabadpedia.co.il/index.php/%D7%93%D7%A8%D7%9A_%D7%9E%D7%A6%D7%95%D7%AA%D7%99%D7%9A]</ref>. | ||
===מאמרי הצמח צדק=== | ===מאמרי הצמח צדק=== |
רעוויזיע פון 08:47, 26 מערץ 2023
שער בלאט | |
אלגעמיינע אינפארמאציע | |
---|---|
דורך | רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (צמח צדק) |
שפת המקור | לשון הקודש |
סוגה | ספרי חסידות |
הוצאה | |
הוצאה | דפוס א. ע. ראבינאוויץ (ערשטע דרוק) |
תאריך הוצאה | ה'תרע"א-ה'תרע"ב (ערשטע דרוק) |
דרויסנדיגע לינקס | |
היברובוקס | 16082 |
דרך מצְוֹתיך איז א ספר וואס איז מבאר די טעמי המצְוֹת לויט'ן דרך החסידות. דער ספר איז געשריבן געווארן דורך דער דריטער רבי פון חב"ד, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (דער "צמח צדק"), אין די יארן תקע"ד–תקפ"ח, און איז ערשט געדרוקט געווארן אין תרע"א. דער ספר ווערט באטראכט פון די וויכטיגע ווערק אין חסידות חב"ד. אין געוויסע הינזיכטן איז דער ספר גרינגער צו פארשטיין מער ווי אנדערע ספרי חב"ד.
געבוי
דער ספר איז צעטיילט אין דריי חלקים: "טעמי המצוות", "שורש מצוות התפילה", און "מאמרים והוספות".
טעמי המצוות
דער ערשטער און עיקר חלק אין ספר, געבט זיך אפ מיט ערקלערן די טעמים פון טייל פון די תרי"ג מצוות לויט תורת החסידות.
אין רוב פון די ביאורים הייבט אן דער מחבר מיט באצייכענען דעם מנין המצוה לויט ספר החינוך, ברענגט די ערקלערונגען אויף די מצוה ווי עס שטייט אין ספר החינוך און אין ספר המצוות להרמב"ם, נאכגעפאלגט מיט ביאורים לויט תורת הקבלה פון זוהר און ליקוטי תורה פונעם אר"י הק'. נאכדעם שרייבט ער דעם חסידיש'ן ביאור, וואס איז אין גרויסן טייל באזירט אויף מאמרים פון בעל התניא, אפטמאל קלארט ער אויס וויאזוי דער חסידישער ביאור שטימט אויך מיט די טעמים פונעם רמב"ם און חינוך.
שורש מצוות התפילה
א לענגערע חיבור פון 49 פרקים, וואס איז געשטעלט צו ערקלערן דער ענין פון תפילה און קריאת שמע על פי חסידות.
רוב חלק איז ער פארנומען צו מסביר זיין פארוואס מעג מען מתפלל צום אייבערשטן און זאגן 'קל' העלף מיר, אדער 'אלוקים' העלף מיר, וכדומה. אבער מען טאר נישט זאגן ח"ו 'חסד' העלף מיר, אדער 'גבורה' העלף מיר. - אזווי עס שטייט "אליו ולא למידותיו". און איז מבאר באריכות אז 'חסד' איז נישט דער אייבישטער אליין אבער 'קל' יא. 'גבורה' נישט, אבער 'אלוקים' יא. מיט א לאנגע אריכות צו מסביר זיין וויאזוי קען זיין אז דער אייבשטער ממלא כל עלמין און מיר זעען דאס נישט.
דער ספר האט ער געשריבן 17 יאר אלט, און ווען דער בעל התניא האט עס געזען איז ער שטארק נתפעל געווארן[1].
מאמרי הצמח צדק
א ליקוט פון מאמרים בכללות אין ענינים פון חסידות פונעם "צמח צדק", אויף אסאך ענינים, ווי, דער עניין פון "תוהו ותיקון", און דער עניין פון "עשר ספירות ווי עס איז ביים איבערשטן אליין", דער עניין פון "עבודת הניסיונות", און נאך, א קיצור פון תניא, און בריוון.
הוספות
סוף ספר האט דער לעצטער רבי -רבי מנחם מנדל שניאורסון צוגעלייגט א מפתח אויף אלע מצוות וואס זענען נישט פאראן דארט קיין ביאור, און זיי ווערן מבואר און אנדערע ספרי חב"ד. א מפתח אויף אלע ספרים וואס זענען מבואר אין די מאמרים פון ספר. א מפתח אופן ספר. און תולדות פונעם מחבר.
דרוק
דער ספר איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין פאלטאווע, אוקראינע אין תרע"א פון כתב יד פון צמח צדק, דורך רבי חיים אליעזר ביכאָווסקי, א קאפוסטער חסיד. געוויסע ליובאוויטשע חסידים האבן צוליב דעם נישט געלערנט אין דעם ספר[2]. הרב שמריהו גוראריה האט דערציילט אז אמאל האט א בחור געלערנט אינעם ספר, און ווען דער רש"ב האט דעס געזען האט ער אים דאס צוגענומען.[3]
דרויסנדיגע פאבינדונגען
- דרך מצותיך (טעמי המצות), ברוקלין תשס"ו
- דרך מצותיך מיט נקודות, פונקטואציע, הערות, און געעפנטע ראשי תיבות אויפ'ן חסידות בהירה זייטל
- א סקען פון כמעט די גאנצע כתב יד[4],
- דער כתב יד פון דער "מעתיק"[5].
רעפערענצן
- ↑ זיין רעבעצן - די טאכטער פונעם מיטאלער רבי האט דאס געויזן פארן בעל התניא אן זיין רשות. און וועגן דעם האט ער זיך געוואלט געט'ן פין איר. ביז דער בעל התניא האט איר צוגעזאגט צו לערנען מיט אים בחברותא האט ער זיך מפייס געווען. [1]
- ↑ אין יענע צייטן נאכן פטירה פונעם צמח צדק איז צווישן חב"ד און קאפוסט געווען אביסל אומריען בנוגע ווער עס איז ממשיך דרך - און עס האט זיך געצויגן יארן לאנג
- ↑ המלך במסיבו ב, קה"ת, תשנ"ג, עמ' פה
- ↑ כרטיס מספר 79 בקטלוג הכתבי יד. במנוע חיפוש בתוצאה זו כתוב "79; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ *" (לא נעתק בכרטיס עצמו) | בכרטיס מספר 82, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "82; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ *" | בכרטיס מספר 153, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "153; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ" | בכרטיס מספר 161, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "161; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ; תרכג; ליובאוויטש" | בכרטיס מספר 171, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "171; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ" | בכרטיס מספר 211, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "211; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ" | בכרטיס מספר 218, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "218; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ"
- ↑ למשל מס' כרטיס 275