אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי אברהם צבי בעק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "פטירה דאטע" ב־"פטירה דאטום")
קאין תקציר עריכה
שורה 2: שורה 2:
| נאמען= רבי אברהם צבי בעק
| נאמען= רבי אברהם צבי בעק
|געבורט דאטום = [[אלול]] [[תרצ"ב]]
|געבורט דאטום = [[אלול]] [[תרצ"ב]]
|געבורט ארט= [[נירבוגאט]] {{דגל|הונגריה||+}}
|געבורט ארט= [[נירבוגאט]], [[אונגארן]]
|פטירה דאטום= [[ה' תמוז]] [[תשע"ח]]
|פטירה דאטום= [[ה' תמוז]] [[תשע"ח]]
|פטירה ארט= [[בית שמש]]
|פטירה ארט= [[בית שמש]]

רעוויזיע פון 19:13, 12 מערץ 2023


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ תלמידים, קבורה ארט, באלאנג, זיינע רביס ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי אברהם צבי בעק
געבורט אלול תרצ"ב
נירבוגאט, אונגארן
פטירה
בית שמש
ספרים ויצב אברהם על התורה מועדים ותהלים
מצבה הרב בעק 1.jpg
מצבה הרב בעק 2.jpg

רבי אברהם צבי הלוי בעק (אלול תרצ"ב - ה' תמוז תשע"ח) איז געווען דער רב און אב"ד פון מאנטעווידעא, און 'עדת ישראל' אין מעלבארן.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין שטעטל נירבוגאט (ניר-באגאד) אונגארן, חודש אלול תרצ"ב צו ר' ישעיה יוסף און שרה בעק, ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן מיט זיין ברודער הרב משה בער בעק און א שוועסטער קיין בודאפעסט און אזוי זענען זיי געראטעוועט געווארן, זיין מאמע און צוויי ברידער זענען אומגעקומען אין אושוויץ ד' סיון תש"ד. נאך די מלחמה האט ער געלערנט אין ישיבת מאור הגולה אין רוים, דארט איז ער נתקרב געווארן צו חסידות ויז'ניץ, אין יאר תש"ח איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און האט געלערנט אין וויז'ניצער ישיבה אין בני ברק, און האט גענאסן פון א געוואלדיגע התקרבות פון זיין רבי רבי חיים מאיר האגער.

דער גבאי צדקה רבי דוד לייב שווארץ האט אים חתונה געמאכט מיט זיין ניכטע מרת ביילא א טאכטער פון זיין שוואגער הרב משה צבי האפמאן דער שו"ב פון כפר אתא, נאך זיין חתונה איז ער געווען א מגיד שיעור אין וויז'ניצער ישיבה.

אין יאר תשכ"ד איז ער געווארן אויפגענומען אלס רב פון מאנטעווידעא, אורוגוויי, דארט האט ער משמש געווען ברבנות 24 יאר.

ו' תמוז תשמ"ח איז ער געווארן אויפגענומען אלס רב פון די צענטראלע קהילה "עדת ישראל" מעלבארן, אויסטראליע, ער איז געשטאנען אין שפיץ פון די בתי חינוך, כשרות און כולל בית יוסף[1] פון שטאט במשך 30 יאר אויפן טאג.

ט' סיון תשע"ח האט רבי אברהם צבי געשריבן א בריוו פאר די בני הקהילה אז ער פלאנט צו מופן קיין ארץ ישראל וועגן זיין געזונט צושטאנד[2]. פארן ארויספארן איז אפגעראכטן געווארן א מעמד פרידה[3][4], אויפן פליגער האט זיך זיין געזונט צושטאנד זייער פארערגערט און מען האט געמוזט לאַנדן, און מ'האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל אין האנג קאנג, ווען דער מצב האט זיך אביסל פארבעסערט האט מען ממשיך געווען מיט די נסיעה, און כ"ה סיון איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל. ער איז איינגעשטאנען אין בית שמש ביי זיין איידעם רבי ישראל חיים קאהן, אבער נאך בלויז 10 טעג, ה' בתמוז איז ער נפטר געווארן, און איז באערדיגט געווארן אין הר הזיתים.

ער האט איינגעפירט אין זיין קהלה צו מקדים זיין קבלת שבת און נישט רעדן ביים דאווענען און קריאת התורה, און אז דער חזן זאל זאגן דעם מי שברך פון תוספות יום טוב פאר די וואס רעדן נישט ביים דאווענען.

אין די לעצטע 10 טעג וואס ער איז געווען אין ארץ ישראל האט ער אנגעטון דעם ירושלימ'ער לבוש.

דער רב איז געווען א הייסער וויזשניצער חסיד, אנגעהויבן פון 'אמרי חיים' און דערנאך ביי זיינע קינדער דער ישועות משה און רבי מאטעלע פון מאנסי, און שפעטער האט ער זיך מכניע געווען פאר זיין תלמיד רבי ישראל האגער פון בני ברק, יעדעס יאר פלעגט ער קומען צופארן קיין ארץ ישראל צו וויילן א שבת אין וויזשניצער הויף אין בני ברק. א טייל פון די יארן וואס ער האט געוואוינט אין אורוגוויי איז ער געפארן אויף יום טוב שבועות צום סאטמאר'ן רב. ער פלעגט אויך זייער מכבד זיין אלע וויזשניצער אייניקלעך, און ווען א טייל פון זיי זענען געקומען קיין מעלבארן נאך געלט איז דער רב אליין ארומגעגאנגען צוזאמנעמען געלט פאר זיי ביים ציבור און ער האט נישט געקוקט אויף זיין כבוד.

ער האט מחבר געווען א ספר 'ויצב אברהם' אויף ספר תהלים[5] און נאך זיין פטירה האט מען געדרוקט די אנדערע חלקים על התורה ומועדים[6], זיין בית מדרש אין בית שמש הייסט "ויצב אברהם".

פאמיליע

וועבלינקען

רעפרענצן

  1. עדת ישראל - מעלבארן אויפ'ן עולם התורה וועבזייטל
  2. הגאב"ד הישיש נפרד מבני קהילתו אויף JDN
  3. בני הקהילה נפרדו מהגאב"ד אויף JDN (העברעאיש)
  4. Hamodia Staff, yisrael/ Melbourne’s Rav Beck Announces Move to Eretz Yisrael, May 23, 2018, Hamodia website. (ענגליש)
  5. תהלים ישועות יוסף עם ספר ויצב אברהם - עוז והדר.
  6. זיינע ספרים אויפן ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק זייטל.