אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי דוד מתתיהו ראבינאוויטש"
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:דוד מתתיהו ראבינאוויטש צו רוי:רבי דוד מתתיהו ראבינאוויטש) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 28: | שורה 28: | ||
[[קאַטעגאָריע:פרשיסחא|דוד מתתיהו]] | [[קאַטעגאָריע:פרשיסחא|דוד מתתיהו]] | ||
[[קאַטעגאָריע:בני ברק]] | [[קאַטעגאָריע:בני ברק]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 04:37, 10 פעברואר 2023
רבי דוד מתתיהו ראבינאוויטש (כ"ד כסלו ה'תרפ"ט - כ"ה תשרי ה'תשנ"ח) איז גיווען ביאלער רבי - בני ברק.
רבי דוד מתתיהו איז גיבוירן אין פוילן פאר זיין טאטע רבי יחיאל יהושע רביאוויטש, דער ביאלער רבי "חלקת יהושע", און גיווען זיין דריטע קינד. ער איז ארויף אלס יונג קינד קיין ארץ ישראל מיט זיינע צוויי ברידער, און געלערנט אין דער פאנאוועזשער ישיבה. אין תשי"ח האט ער חתונה גיהאט מיט א טאכטער פונעם ביאליסטאקער רבי'ן, רבי שמואל אברהם שטשעדראוויצקי; ס'איז גיבוירן גיווארן צו זיי צווי קינדער. זיין רביצין איז אוועק אין תשכ"ב און נאך א פאר יאר האט ער חתונה גיהאט מיט שרה רבקה פערקאוויטש, און סאיז זיי גיבוירן גיווארן פינף קינדער.
ער האט געהאלפן זיין טאטן דער "חלקת יהושע" אויפשטעלן די ביאלער ישיבה "אור קדושים", און אויך געווארן דער ראש ישיבה דארט. אפאר חדשים נאך זיין טאטנס פטירה, איז ער גיווארן דער רבי פון ביאלא בני ברק, און די ישיבה איז ווייטער אנגעגאנגען א שטיקל צייט.
ער האט באקומען היתר הוראה פון זיין פעטער רבי יוסף צבי קאליש פון סקערנעוויץ, דער רב פון בני ברק. ער איז גיווען א גרויסער בעל מנגן, און נאך זיין פטירה האט מען ארויס גיגעבן זיינע ניגונים אין דעם אלבום "מקדש מלך".
ער איז אוועק כ"ה תשרי ה'תשנ"ח.
משפחה
ר' דוד מתתיהו האט איבערגעלאזט פינעף זין און צוויי טעכטער:
- רבי יעקב מנחם ראבינאוויטש, איידעם ביי רבי צבי הירש ראזנבוים פון קרעטשענעוו- סיגעט. ממלא מקום פון זיין פאטער אין ביאלא - בני ברק
- רבי שמואל יאיר, רב פון דער קהילה ביאלא-בני ברק; ער האט אויפגעשטעלט א כלל חסידישע ישיבה אין ירושלים "אור התורה" .
- רבי אברהם ירחמיאל, אדמו"ר פון אסטראווע-ביאלא אין ירושלים; איידעם ביי רבי אברהם שלמה פון לעלאוו – ירושלים.
- רבי ירמיהו, אדמו"ר פון ביאלא-לענטשנע אין בית שמש; איידעם ביי רבי אברהם גאלדמאן פון זוועהיל.
- רבי אהרן שלמה, אדמו"ר פון ביאלא - בארא פארק אין ניו יארק.
- די ווייב פון הרב וואלף קארנרייך, אדמו"ר פון שידלאווצע אין ירושלים.
- די ווייב פון הרב יעקב האגער, דער סערעט-וויזשניצער רבי, אין חיפה
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!