רוי:רבי דוד מתתיהו ראבינאוויטש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי דוד מתתיהו פון ביאלא

רבי דוד מתתיהו ראבינאוויטש (כ"ד כסלו ה'תרפ"ט - כ"ה תשרי ה'תשנ"ח) איז גיווען ביאלער רבי - בני ברק.

רבי דוד מתתיהו איז גיבוירן אין פוילן פאר זיין טאטע רבי יחיאל יהושע רביאוויטש, דער ביאלער רבי "חלקת יהושע", און גיווען זיין דריטע קינד. ער איז ארויף אלס יונג קינד קיין ארץ ישראל מיט זיינע צוויי ברידער, און געלערנט אין דער פאניוועזשער ישיבה. אין תשי"ח האט ער חתונה גיהאט מיט א טאכטער פונעם ביאליסטאקער רבי'ן, רבי שמואל אברהם שטשעדראוויצקי; ס'איז גיבוירן גיווארן צו זיי צווי קינדער. זיין רביצין איז אוועק אין תשכ"ב און נאך א פאר יאר האט ער חתונה גיהאט מיט שרה רבקה פערקאוויטש, און סאיז זיי גיבוירן גיווארן פינף קינדער.

ער האט געהאלפן זיין טאטן דער "חלקת יהושע" אויפשטעלן די ביאלער ישיבה "אור קדושים", און אויך געווארן דער ראש ישיבה דארט. אפאר חדשים נאך זיין טאטנס פטירה, איז ער גיווארן דער רבי פון ביאלא בני ברק, און די ישיבה איז ווייטער אנגעגאנגען א שטיקל צייט.

ער האט באקומען היתר הוראה פון זיין פעטער רבי יוסף צבי קאליש פון סקערנעוויץ, דער רב פון בני ברק. ער איז גיווען א גרויסער בעל מנגן, און נאך זיין פטירה האט מען ארויס גיגעבן זיינע ניגונים אין דעם אלבום "מקדש מלך".

ער איז אוועק כ"ה תשרי ה'תשנ"ח.

משפחה

ר' דוד מתתיהו האט איבערגעלאזט פינעף זין און צוויי טעכטער:

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!