אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פיר תקופות"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הגהה און אביסל אויסשטעל)
שורה 1: שורה 1:
א '''תקופה''' איז איינער פון די פיר צייטן איז יאר ווען די זון קומט אן צו איינע פון אירע ווענדפונקטן, און עס ווערט אנגערופן נאך דעם חודש ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן, און תמוז. די תקופה איז שטארק נוגע פאר די חשבונות פון די אידישע לוח און דאס זאגן "ותן טל ומטר" און ברכת החמה.
א '''תקופה''' איז איינע פון די פיר צייטן אין יאר ווען די זון קומט אן צו איינע פון אירע ווענדפונקטן, וואס איז שטארק נוגע פאר די חשבונות פון די אידישע לוח און דאס זאגן "ותן טל ומטר" און ברכת החמה. די תקופה האט אויך געשפילט א גרויסע ראלע אין דעם לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויט זייערע חשבונות אויף די אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'.


אין די גמרא און אין רמב"ם ווערן געברענגט פארשידענע חשבונות אויסצורעכענען ווען די תקופה וועט זיין. אין גמרא ווערט געברענגט תקופת שמואל, און די ראשונים ברענגען אראפ אויך תקופת רב אדא, וואס שטאמט פון א ברייתא פון רב אדא בר אהבה היינט פארלוירן. די צוויי מהלכים וויאזוי צו רעכענען די תקופה דינגען זיך אויך איבער די פראגע ווען דער ערשטע מולד איז געווען: מיטוואך פון ששת ימי בראשית פארטאגס, אדער א וואך דערויף.
די תקופות ווערן אנגערופן נאך דעם חודש ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן, און תמוז.


די רמב"ם אין הלכות קידוש החודש, אינמיטן שילדערן די חשבונות הראיה, ערווענט די 'אמת'ע תקופה', און פארשידענע מחברים האבן אויסגעארבעט לויט די חשבונות דארטן די תקופת הרמב"ם. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנעמער.
אין די גמרא און אין די ראשונים ווערן געברענגט פארשידענע חשבונות אויסצורעכענען ווען די תקופה וועט זיין. באקאנט זענען תקופת שמואל און תקופת רב אדא, וואס די צוויי מהלכים וויאזוי צו רעכענען די תקופה דינגען זיך אויך איבער די פראגע ווען דער ערשטע מולד איז געווען: מיטוואך פון ששת ימי בראשית פארטאגס, אדער א וואך דערויף. דער רמב"ם אין הלכות קידוש החודש, אינמיטן שילדערן די חשבונות הראיה, ערווענט די 'אמת'ע תקופה', און פארשידענע מחברים האבן אויסגעארבעט לויט די חשבונות דארטן דעם תקופת הרמב"ם. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנאמער.


די תקופה האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויעט זייערע חשבונות אויף די אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'.
==נעמען און הגדרה==
==נעמען און הגדרה==
די פיר תקופות זענען אין צענטער פון די פיר סעזאנען, און טיילן איין דאס טראפישע יאר אויף פיר. דער טאג פון א תקופה ווערט אנגערופן אין גמרא "יום תקופה"{{הערה|נאמען=סנהדריג|{{בבלי|סנהדרין|יג|א}}}}, א טערמין וואס מען טרעפט שוין אין די מגילות ים המלח{{הערה|[https://www.researchgate.net/publication/322034015_A_Newly_Reconstructed_Calendrical_Scroll_from_Qumran_in_Cryptic_Script מגילה 4Q324d]}}. דאס ווארט "תקופה" קען זיך אויך באציען צו די צייט אפשניט פון איין תקופה צום צווייטן, און עס הייסט אזוי ווי די תקופה וואס האט עס אנגעהויבן{{הערה|ווי אין די סוגיא אין {{בבלי|ראש השנה|כא|א|ללא=שם}}}}.
די פיר תקופות זענען אין צענטער פון די פיר סעזאנען, און טיילן איין דאס טראפישע יאר אויף פיר. דער טאג פון א תקופה ווערט אנגערופן אין גמרא "יום תקופה"{{הערה|שם=סנהדריג|{{בבלי|סנהדרין|יג|א}}}}, א טערמין וואס מען טרעפט שוין אין די מגילות ים המלח{{הערה|[https://www.researchgate.net/publication/322034015_A_Newly_Reconstructed_Calendrical_Scroll_from_Qumran_in_Cryptic_Script מגילה 4Q324d]}}. דאס ווארט "תקופה" קען זיך אויך באציען צו די צייט אפשניט פון איין תקופה צום צווייטן, און עס הייסט אזוי ווי די תקופה וואס האט עס אנגעהויבן{{הערה|ווי אין די סוגיא אין {{בבלי|ראש השנה|כא|א|ללא=שם}}}}.


די שורש פון די ווארט "תקופה" איז מלשון הקפה – ארום קרייזן, און עס מיינט "צוריק קומען צום אנהייב". טראצדעם וואס ביים תקופה קומט נישט די זון צוריק צו אנהייב גאנג נאר ענדיקט בלויז א פערטל דערפון, הייסט עס א "תקופה" ווייל עס ענדיקט זיך איין טייל פון די פארשידענע טוישונגען אין די יאר{{הערה|נאמען=עיבורב|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שני. {{ציטוטון|ואנו קוראין לארבעת חלקי השנה תקופות, מפני שהזמן בכל הקופה מהן גומר את ענין אחד ממדת הלילה והיום בחסרונן או יתרונן ומתחיל בענין אחר, וכן במהלכה ובמעמדה מן הארץ; בכל תקופה ותקופה גומרת ענין אחד ומתחלת בענין אחר.}}}}.
דער שורש פון דאס ווארט "תקופה" איז מלשון הקפה – ארומקרייזן, און עס מיינט "צוריק קומען צום אנהייב". טראצדעם וואס ביים תקופה קומט די זון נאכנישט צוריק צום אנהייב גאנג נאר ענדיגט בלויז א פערטל דערפון, הייסט עס א "תקופה" ווייל עס ענדיגט זיך איין טייל פון די פארשידענע טוישונגען אין די יאר{{הערה|שם=עיבורב|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שני. {{ציטוטון|ואנו קוראין לארבעת חלקי השנה תקופות, מפני שהזמן בכל הקופה מהן גומר את ענין אחד ממדת הלילה והיום בחסרונן או יתרונן ומתחיל בענין אחר, וכן במהלכה ובמעמדה מן הארץ; בכל תקופה ותקופה גומרת ענין אחד ומתחלת בענין אחר.}}}}.


תקופת ניסן איז ווען די זון דערגרייכט אנפאנג מזל טלה{{ביאור|די נעמען פון די מזלות דערמאנט דא זענען א לשון מושאל פאר פאזיציעס פון די זון איבערן עקליפטיק. די עצם שטערן גרופעס נאך וואס זיי הייסן זענען שוין אבער פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם||יסודי התורה|ג|ז}}}}}}, תקופת תמוז ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל סרטן, תקופת תשרי ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל מאזניים, און תקופת טבת ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל גדי{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ט|ג}}}}. אזוי אויך איז תקופת תשרי אינמיטן הערבסט און איינס פון די צוויי מאל אין יאר ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת טבת איז אינמיטן ווינטער; ווען די זון איז ביי איר סאמע צפון-פונקט, 23.5°N פון דער קו המשווה. תקופת ניסן איז אינמיטן פרילינג; דאס צווייטע מאל ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת תמוז איז אינמיטן זומער; ווען די זון איז ביי איר סאמע דרום-פונקט, 23.5°S פון דער קו המשווה. תקופות תמוז און טבת זענען די קורצסטע און לענגסטע טעג אין יאר (Solstices), און תקופות ניסן און תשרי זענען די צוויי גלייכנעכט (Equinoxes){{הערה|נאמען=עיבורב}}.
תקופת תשרי איז אינמיטן הערבסט און איינס פון די צוויי מאל אין יאר ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת טבת איז אינמיטן ווינטער; ווען די זון איז ביי איר סאמע צפון-פונקט, 23.5°N פון דער קו המשווה. תקופת ניסן איז אינמיטן פרילינג; דאס צווייטע מאל ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת תמוז איז אינמיטן זומער; ווען די זון איז ביי איר סאמע דרום-פונקט, 23.5°S פון דער קו המשווה. תקופות תמוז און טבת זענען די קורצסטע און לענגסטע טעג אין יאר (Solstices), און תקופות ניסן און תשרי זענען די צוויי גלייכנעכט (Equinoxes){{הערה|שם=עיבורב}}. אזוי אויך איז תקופת ניסן ווען די זון דערגרייכט אנפאנג מזל טלה{{ביאור|די נעמען פון די מזלות דערמאנט דא זענען א לשון מושאל פאר פאזיציעס פון די זון איבערן עקליפטיק. די עצם שטערן גרופעס נאך וואס זיי הייסן זענען אבער שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם||יסודי התורה|ג|ז}}}}}}, תקופת תמוז ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל סרטן, תקופת תשרי ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל מאזנים, און תקופת טבת ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל גדי{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ט|ג}}}}.


די צייט אפשניט ווילאנג עס געדויערט פארן זון אנצוקומען פון איין ווענדפונקט צום צווייטן איז לאו דווקא אייניג. די גענויע צייט ווען די זון קומט אן צו א ווענדפונקט איז באקאנט אלץ די "תקופה האמיתית". טעכניש ווערט עס ביי אידן אויסגערענכט דורך צוטיילן די אומגעפערער לענג פון די יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלץ די "תקופה האמצעית"{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|י|ז}}; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק יג הלכה יא ד"ה ומאחר שתדע; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", '''לוח דבר בעתו''' תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34.}}.
די צייט אפשניט ווילאנג עס געדויערט פארן זון אנצוקומען פון איין ווענדפונקט צום צווייטן איז לאו דווקא אייניג. די גענויע צייט ווען די זון קומט אן צו א ווענדפונקט איז באקאנט אלס די "תקופה האמיתית", אבער טעכניש ווערט עס ביי אידן אויסגערעכנט דורך צוטיילן די אומגעפערע לענג פון די יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלס די "תקופה האמצעית"{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|י|ז}}; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק יג הלכה יא ד"ה ומאחר שתדע; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", '''לוח דבר בעתו''' תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34.}}.


די לענג פון די יאר לויט די וויסנשפאטליכער טוישט זיך אלס, און איז אין די 21'שטע יארהונדערט ארום 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 45.2553 סעקונדעס{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 671}}. די לענג פון די תקופות זענען נישט אייניג, און טוישן זיך אויך מיט די צייט; זומער איז 93.647 טעג, הערבסט 89.836, און זיי ווערן אלס לענגער; ווינטער איז 88.997 טעג, פרילינג 92.764, און זיי ווערן אלס קערצער{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 623}}.
לויט די וויסנשאפטלער, טוישט זיך כסדר די לענג פון די יאר, און איז אין די 21'סטע יארהונדערט ארום 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 45.2553 סעקונדעס{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 671}}. די לענג פון די תקופות זענען נישט אייניג, און טוישן זיך אויך מיט די צייט; זומער איז 93.647 טעג, הערבסט 89.836, און זיי ווערן אלץ לענגער; ווינטער איז 88.997 טעג, פרילינג 92.764, און זיי ווערן אלץ קורצער{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 623}}.
==הלכות, אגדתא און מנהגים==
==הלכות, אגדתא און מנהגים==
ווען מ'פלעגט מאכן אן עיבור לויט א פאקטישן חשבון, אנשטאט דעם קביעות'דיגן חשבון וואס מיר פארמאגן היינט זינט יאר ד'קי"ט, איז די תקופה געווען איינער פון די שטארקע פאקטארן. מען מאכט עיבור יארן צו הלאטן פסח נאך תקופת ניסן{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ד|דא}}}}, און סוכות נאך תקופת תשרי{{הערה|נאמען=סנהדריג}}. לויט טייל ראשונים איז די 19 יאריגע מחזור פון עיבור יארן אויך געבויעט אויף די תקופה.
ווען מ'פלעגט מאכן אן עיבור לויט א פאקטישן חשבון, אנשטאט דעם קביעות'דיגן חשבון וואס מיר פארמאגן היינט זינט יאר ד'קי"ט, איז די תקופה געווען איינע פון די שטארקע פאקטארן. מען מאכט עיבור יארן צו האלטן פסח נאך תקופת ניסן{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ד|דא}}}}, און סוכות נאך תקופת תשרי{{הערה|שם=סנהדריג}}. לויט טייל ראשונים איז די 19 יאריגע מחזור פון עיבור יארן אויך געבויט אויף די תקופה.


אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי{{הערה|{{שוע|או"ח|קיז|א}}}}, און נאך תקופת ניסן פאסטן שוין נישט אפילו יחידים צוליב אן עצירת גשמים{{הערה|{{שוע|או"ח|תקעה|ז}}}}. אויך די צייט צו זאגן ברכת החמה איז געבויט אויף די חשבונות פון תקופת שמואל{{הערה|{{בבלי|ברכות|נט|ב}}}}.
אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי{{הערה|{{שוע|או"ח|קיז|א}}}}; און אפילו די יחידים, וועלכע פאסטן א לענגערע צייט צוליב אן עצירת גשמים, פאסטן שוין נישט נאך תקופת ניסן{{הערה|{{שוע|או"ח|תקעה|ז}}}}. אויך די צייט צו זאגן ברכת החמה איז געבויט אויף די חשבונות פון תקופת שמואל{{הערה|{{בבלי|ברכות|נט|ב}}}}.


עס איז דא אן אור-אלטער מנהג נישט צו טרינקען וואסער ביי דער צייט פון דער תקופה{{הערה|רמ"א אין {{שוע|יוד|קטז|ה}}}}.
עס איז פארהאן אן אור-אלטער מנהג נישט צו טרינקען וואסער ביי דער צייט פון דער תקופה{{הערה|רמ"א אין {{שוע|יוד|קטז|ה}}}}.
 
די גמרא פארציילט אז ווען אדם הראשון האט געזען אז די טעג ווערן אלץ קלענער האט ער געמיינט אז דאס איז א שטראף פאר די חטא עץ הדעת. ער האט געפאסט אכט טעג ביז תקופת טבת, ווען די טעג האבן אנגעהויבן ווידער גרעסער ווערן, און האט דאן פארשטאנען אז דאס איז די שטייגער פון דער וועלט, און ער האט געמאכט אכט טעג א יום טוב. דער קומענדיגער יאר האט ער געהאלטן אלע זעכצן טעג א יום טוב. שפעטער האבן די גויים קובע געווען אין די טעג חגאות פאר זייערע עבודה זרה'ס, די רוימישע סטרנורא און קלנדא{{הערה|{{בבלי|עבודה זרה|ח|א}}}}.


די גמרא פארציילט אז ווען אדם הראשון האט געזען די טעג ווערן אלס קלענער האט ער געמיינט אז דאס איז א שטראף פאר די חטא עץ הדעת. ער האט געפאסט אכט טעג ביז תקופת טבת, ווען די טעג האבן אנגעהויבן ווידער גרעסער ווערן, און האט דאן פארשטאנען אז די איז די שטייגער פון דער וועלט, און ער האט געמאכט אכט טעג א יום טוב. דער קומענדיגע יאר האט ער געהאלטן אלע זעכצן טעג א יום טוב. שפעטער האבן די גויים קובע געווען אין די טעג חגאות פאר זייערע עבודה זרה'ס, די רוימישע סטרנורא און קלנדא{{הערה|{{בבלי|עבודה זרה|ח|א}}}}.
==תקופת שמואל==
==תקופת שמואל==
'''תקופת שמואל''' איז די שיטה פון דער אמורא שמואל אנבאלאנגט די לענג פון די פיר תקופות. דאס אנהייבן זאגן "ותן טל ומטר", און די צייט פון מאכן ברכת החמה ווענדן זיך ביידע אין תקופת שמואל{{הערה|{{שוע|אוח|קיז|א}}}}. די שיטה איז געבויעט בעיקר אויף א מימרא פון שמואל אין מסכת עירובין{{הערה|{{בבלי|עירובין|נו|א}}}}, וואו עס איז מבואר איז א יאר 365 און 6 שעה, און יעדער פון די פיר תקופות איז 91 טעג און 7.5 שעה.  
'''תקופת שמואל''' איז די שיטה פון דער אמורא שמואל אנבאלאנגט די לענג פון די פיר תקופות. דאס אנהייבן זאגן "ותן טל ומטר", און די צייט פון מאכן ברכת החמה ווענדן זיך ביידע אין תקופת שמואל{{הערה|{{שוע|אוח|קיז|א}}}}. די שיטה איז געבויט בעיקר אויף א מימרא פון שמואל אין מסכת עירובין{{הערה|{{בבלי|עירובין|נו|א}}}}, וואו עס איז מבואר אז א יאר איז 365 טעג און 6 שעה, און יעדע פון די פיר תקופות איז 91 טעג און 7.5 שעה.  


די שיטה איז אפיציעל אומפונקטליך, ווייל עס איז בעיקר געמאכט פאר די המון עם וואס קען נישט דערהייבן שווערערע חשבונות; די סנהדרין האט געהאט א באזונדערע פונקטליכערע חשבון, "תקופת רב אדא", וואס מען האט נישט ארויס געגעבן פארן ברייטן המון{{הערה|שו"ת התשב"ץ ח"א סימן קח; ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דף ח עמוד ב, און אין זיין פירוש הארוך אויף שמות פרק יב פסוק ב}}. די חשבון אויסצורעכענען ווען א געוויסע תקופה וועט זיין ווערט געברענגט אין די ראשונים{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי; {{רמב"ם||קידוש החודש|ט|ד}}; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד,  דך ב עמוד ב}}.
די שיטה איז מלכתחילה אומפונקטליך, ווייל עס איז בעיקר געמאכט פאר די המון עם וואס קען נישט דערהייבן שווערערע חשבונות; די סנהדרין האט געהאט א באזונדערע פונקטליכערע חשבון, "תקופת רב אדא", וואס מען האט נישט ארויסגעגעבן פארן ברייטן המון{{הערה|שו"ת התשב"ץ ח"א סימן קח; ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דף ח עמוד ב, און אין זיין פירוש הארוך אויף שמות פרק יב פסוק ב}}.


די שיטה נעמט אן אז די ערשטע תקופת ניסן וואס איז געווען מיטוואך אנהייב מעת לעת, דאס מיינט דינסטאג נאכט 6:00, און די מולד פון חודש ניסן איז געווען 7 טעג, 9 שעה און 642 חלקים שפעטער, מיטוואך פארטאגס{{הערה|ברייתא דסוד העיבור אין '''מסכת כותים''' עם פירוש מצרף ומטהר להגר"ח קניבסקי, בני ברק תשכ"ה; {{רמב"ם||יסודי התורה|ט|ג}}}}. פארשידענע הסברים זענען געזאגט געווארן דערויף{{הערה|סמ"ג עשין מז; '''יסוד עולם''' לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק יד; רבי אברהם ישעיה קרליץ, '''חזון איש''', חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות א }}, און עס זענען דא ראשונים וואס האלטן אז דער שיטה גייט נאר לויט די דעה אז בתשרי נברא העולם, ווען די חילוק צווישן די תקופה און מולד איז געווען קלענער{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|ח|א|מפרש=תוספות|ד"ה=לתקופות}}}}.  
דער חשבון אויסצורעכענען ווען א געוויסע תקופה וועט זיין, לויט תקופת שמואל, ווערט געברענגט אין די ראשונים{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי; {{רמב"ם||קידוש החודש|ט|ד}}; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד,  דך ב עמוד ב}}. די שיטה נעמט אן אז די ערשטע תקופת ניסן פון וועלט באשאף איז געווען מיטוואך אנהייב מעת לעת, דאס מיינט דינסטאג נאכט 6:00, און דער מולד פון חודש ניסן איז געווען 7 טעג, 9 שעה און 642 חלקים שפעטער, מיטוואך פארטאגס{{הערה|ברייתא דסוד העיבור אין '''מסכת כותים''' עם פירוש מצרף ומטהר להגר"ח קניבסקי, בני ברק תשכ"ה; {{רמב"ם||יסודי התורה|ט|ג}}}}. פארשידענע הסברים זענען געזאגט געווארן דערויף{{הערה|סמ"ג עשין מז; '''יסוד עולם''' לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק יד; רבי אברהם ישעיה קרליץ, '''חזון איש''', חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות א }}, און טייל ראשונים האלטן אז דער שיטה גייט נאר לויט די דעה אז בתשרי נברא העולם, ווען די חילוק צווישן די תקופה און מולד איז געווען קלענער{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|ח|א|מפרש=תוספות|ד"ה=לתקופות}}}}.
 
זייענדיג אנגענומען אויך ביי אנדערע פעלקער, איז תקופת שמואל גלייך צו די אסטראנאמישע באזיס צום יוליאנער קאלענדער, אזוי אז כמעט אין אלע יארן פאלן די תקופות אויס אין די זעלבע יוליאנער דאטומען. דאס ווערט געניצט דורך די פוסקים אלס א סימן ווען מען הייבט אן זאגן "ותן טל ומטר"{{הערה|בית יוסף אויף {{טור|או"ח|קיז}} בשם דער אבודרהם (ירושלים תשכ"ג זייט קי); שאלות ותשובות התשב"ץ חלק ג סימן קכג}}.


זייענדיג אנגענומען אויך ביי אנדערע פעלקער, איז תקופת שמואל גלייך צו די אסראנאטמישע באזיס צום יוליאנער קאלנעדער, אזוי אז די תקופת פאלן כמעט אלעמאל אויס אין די זעלבע יוליאנער דאטומען. דאס ווערט געניצט דורך די פוסקים אלץ א סימן ווען מען הייבט אן זאגן "ותן טל ומטר"{{הערה|בית יוסף אויף {{טור|או"ח|קיז}} בשם דער אבודרהם (ירושלים תשכ"ג זייט קי); שאלות ותשובות התשב"ץ חלק ג סימן קכג}}.
==תקופת רב אדא==
==תקופת רב אדא==
'''תקופת רב אדא''' איז די שיטה פון די אמורא רב אדא בר אהבה אנבאלאנגט די לענג פו די יאר און די תקופה. לויט דעם שיטה זענען 19 זון-יארן גענוי 235 חדשים, און דערויף שטיצט זיך לויט טייל ראשונים אונזער סדר פון עיבור יארן{{הערה| ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי בשם רבינו חסאן הדיין, און רבינו יצחק בן ברוך אלבאליה; '''יסוד עולם''' לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק ב}}. א יאר איז לאנג 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים, און יעדער פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|י|א}}}}.
'''תקופת רב אדא''' איז די שיטה פון דער אמורא רב אדא בר אהבה אנבאלאנגט די לענג פון די יאר און די תקופות. לויט דעם שיטה זענען פארהאן גענוי 235 חדשים אין 19 זון-יארן. לויט טייל ראשונים, שטיצט זיך דערויף אונזער סדר פון עיבור יארן{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי בשם רבינו חסאן הדיין, און רבינו יצחק בן ברוך אלבאליה; '''יסוד עולם''' לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק ב}}. דאס לענג פון א יאר איז לויט דעם 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים, און יעדע פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|י|א}}}}.
 
דער רמב"ם זאגט אז דעם חשבון האבן די סנהדרין געניצט{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|י|ו}}}}, און רבי אברהם בן חייא הנשיא זאגט אז עס איז מקובל הלכה למשה מסיני{{הערה|שם=ראבחה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי}}. דער תקופה איז אנגענומען צו זיין פונקטליכער ווי תקופת שמואל, און לויט טייל ראשונים איז עס די אמת'דיגע און פונקטליכע{{הערה|שם=ראבחה}}; אבער פילע ראשונים האלטן אז עס איז אויך נישט דער גענויער חשבון, נאר בלויז א געוויסע דורכשניט{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 671}}. די חשבון איז זייער נאנט צום חשבון פון די גריכישע היפארכוס{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער ראשון}}.


דער רמב"ם זאגט אז דעם חשבון האבן די סנהדרין געניצט{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|י|ו}}}}, און רבי אברהם בן חייא הנשיא זאגט אז עס מקובל הלכה למשה מסיני{{הערה|שם=ראבחה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי}}. דער תקופה איז פאררעכנט צו זיין פונקטליכער ווי תקופת שמואל, און לויט טייל ראשונים איז עס די אמת'ידע און פונקטליכע{{הערה|שם=ראבחה}}; אבער פילע ראשונים האלטן אז עס איז נישט דער גענויע חשבון, נאר בלויז א געוויסע דורכשניט{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 671}}. די חשבון איז זייער נאנט צום חשבון פון די גריכישע היפרכוס{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער ראשון}}.
די תקופה ווערט צום ערשט דערמאנט דורך די ראשונים בשם רב אדא'ס ברייתא וואס איז היינט פארלוירן{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער רביעי}}, און מ'טרעפט עס די פריהסטע אין אן אראבישער חיבור פון יאר ד'תקפ"ד{{הערה|איבערגעזעצט דורך צבי לנגרמן, "אימתי נוסד הלוח העברי?", מאיר בניהו (רעדאקטאר), '''אסופות''' א, ירושלים, תשמ"ז, זייט קנט-קסח}}.  


די תקופה ווערט צום ערשט דערמאנט דורך די ראשונים בשם רב אדא'ס ברייתא וואס איז היינט פארלוירן{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער רביעי}}, און מ'טרעפט עס די פריהסטע אין אן אראבישע חיבור פון יאר ד'תקפ"ד{{הערה|איבערגעזעצט דורך צבי לנגרמן, "אימתי נוסד הלוח העברי?", מאיר בניהו (רעדאקטאר), '''אסופות''' א, ירושלים, תשמ"ז, זייט קנט-קסח}}.
==תקופת הרמב"ם==
==תקופת הרמב"ם==
אין די צווייטע טייל פון הלכות קידוש החודש (פון פרק יא און ווייטער) ברענגט די רמב"ם די חשבונות הראיה, וואו פרק יג איז געווידמעט פאר די זון'ס פאזיצע. וויבאלד די זון קרייזט ארום די וועלט אין אן עקסצענטרישע קרייז, איז די שנעלקייט פון איר גאנג אומאייניג דורכאויס די יאר. דער רמב"ם געבט די טעגליכע דורכשניט, מיט וואס מען רעכנט אויס די "מקום השמש האמצעי", און דערנאך זאגט ער ווי אזוי עס צו פאררעכטן צו די "מקום השמש האמיתי" לויט א ליסטע "מנות". ביים ענדע פונעם פרק זאגט דער רמב"ם אז מיט דאזיגע חשבונות קען מען אויסרעכענען די 'תקופה האמיתי'{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|יג|יא}}}}. אבער די חשבון פון די תקופה איז פארקערט פון די חשבונות הראיה: מ'דארף אויסרעכענען ווען די זון וועט זיין אין א געוויסע פלאץ, אנשטאט וואו די זון וועט זיין א געוויסע צייט; און עס האט זיך פארלאנגט פון די מפרשי הרמב"ם אויסצוארבעטן דער גענויער חשבון{{הערה|רפאל הלוי פון האנאווער, '''תכונות שמים''', אמסטרדם, תקט"ז, דף יב עמוד ב; איתן ציקונובסקי, '''חזון שמים''', תשנ"א, זייט נה}}.
אין דער צווייטער טייל פון הלכות קידוש החודש (פון פרק יא און ווייטער) ברענגט דער רמב"ם די חשבונות הראיה, וואו פרק יג איז געווידמעט פאר די זון'ס פאזיציע. וויבאלד די זון קרייזט ארום די וועלט אין אן עקסצענטרישע קרייז, איז די שנעלקייט פון איר גאנג אומאייניג דורכאויס די יאר. דער רמב"ם געבט די טעגליכע דורכשניט, מיט וואס מען רעכנט אויס דער "מקום השמש האמצעי", און דערנאך זאגט ער ווי אזוי עס צו פאררעכטן צו דער "מקום השמש האמיתי" לויט א ליסטע פון "מנות". ביים ענדע פונעם פרק זאגט דער רמב"ם אז מיט די דאזיגע חשבונות קען מען אויסרעכענען די 'תקופה האמיתי'{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|יג|יא}}}}. דער חשבון פון די תקופה גייט אבער פארקערט פון די חשבונות הראיה: מ'דארף אויסרעכענען ווען די זון וועט זיין אין א געוויסע פלאץ, אנשטאט וואו די זון וועט זיין א געוויסע צייט; און עס האט זיך פארלאנגט פון די מפרשי הרמב"ם אויסצוארבעטן דער גענויער חשבון{{הערה|רפאל הלוי פון האנאווער, '''תכונות שמים''', אמסטרדם, תקט"ז, דף יב עמוד ב; איתן ציקונובסקי, '''חזון שמים''', תשנ"א, זייט נה}}.


די רמב"ם שרייבט וויפיל מעלות די זון רוקט זיך פאראויס אין א רייע צייט אפשניטן, אבער די נומערן שטימען נישט גענוי איינס מיטן צווייטן. אין אמערסטנס פעלער קען מען פארטענפערן אז די רמב"ם האט געקייליכט די נומערן, אבער די חילוק צווישן די נומער פאר 10,000 טעג און 354 טעג איז צו גרויס. אן א קלארע הכרעה, זענען דא צוויי "תקופת הרמב"ם"ס, איינס ("שיטה א' ") באזירט אויף די נומערן פאר 354 טעג, און דער צווייטע ("שיטה ב' ") באזירט אויף די נומערן פאר 10,000{{הערה|י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''לוח דבר בעתו''' תשע"ג, בני ברק, תשע"ג.}}.
דער רמב"ם שרייבט וויפיל מעלות די זון רוקט זיך פאראויס אין א רייע צייט אפשניטן, אבער די נומערן שטימען נישט גענוי איינס מיטן צווייטן. אין רוב פעלער קען מען פארענטפערן אז דער רמב"ם האט געקייליכט די נומערן, אבער דער חילוק צווישן די נומער פאר 10,000 טעג און 354 טעג איז צו גרויס. אן א קלארע הכרעה, זענען פארהאן צוויי "תקופת הרמב"ם"ס, איינס ("שיטה א' ") באזירט אויף די נומערן פאר 354 טעג, און די צווייטע ("שיטה ב' ") באזירט אויף די נומערן פאר 10,000{{הערה|י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''לוח דבר בעתו''' תשע"ג, בני ברק, תשע"ג.}}.


לויט שיטה א', איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 46 מינוט און 24 סעקונדעס, גענוי ווי די מיינוג פון דער אראבישע אלבאתאני. עס איז מיט 2 מינוט און 34 סקונדעס לענגער ווי דאס באקאנט היינט פאר ווינסשאפטליכער. לויט שיט ב' איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 49.6 סקונדעס; בלויז 5 סקונדעס לענגער ווי דער וויסנפשאטליכער{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 693}}. רפאל הלוי פון הנאווער האט געהאלטן אז דער רמב"ם האט איוסגעטראפן אן אייגענע חשבון, פיל פונקטליכע פון די וויסנשאפט זיין צייט, אבער אנדערע ווייזן אז ס'נעמט זיך פון קיילעכונגן דער רמב"ם האט געמאכט אויף אל באתאני נומערן{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 703}}.
לויט שיטה א', איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 46 מינוט און 24 סעקונדעס, גענוי ווי די מיינוג פון דער אראבישער אלבאתאני. עס איז מיט 2 מינוט און 34 סעקונדעס לענגער ווי באקאנט היינט פאר וויסנשאפטלער. לויט שיטה ב' איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 49.6 סקונדעס; בלויז 5 סעקונדעס לענגער ווי דער וויסנשאפטליכער יאר{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 693}}. רפאל הלוי פון האנאווער האט געהאלטן אז דער רמב"ם האט אויסגעטראפן אן אייגענע חשבון, פיל פונקטליכער פון די וויסנשאפט אין זיין צייט, אבער אנדערע ווייזן אן אז ס'נעמט זיך פון קיילעכונגען וואס דער רמב"ם האט געמאכט אויף די נומערן פון אלבאתאני{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 703}}.
אין לוח דבר בעתו ווערט יעדער יאר זינט תשע"ג פארצייכנט די תקופות הרמב"ם אין די פאסיגע טעג.
אין לוח דבר בעתו ווערט יעדער יאר זינט תשע"ג פארצייכנט די תקופות הרמב"ם אין די פאסיגע טעג.


==ביי די כת פון קומראן==
==ביי די כת פון קומראן==
אין פארשידענע פון די מגילות ים המלח ווערט געשילדערט א לוח וואס איז געבויט בלויז אויף די זון-יאר. דער אסטראנאמישע באזיס פאר דער לוח ווערט געברענגט אין ספר מהלך המאורות אין ספר חנוך א'{{הערה|"ספר חנוך" איבערגעזעצט דורך אברהם כהנא, '''הספרים החיצונים''', ירושלים, תש"ל, קאפיטל עב, עה און פב}}. עס ווערט אויך דערמאנט אין ספר היובלים{{הערה|"ספר היובלים" איבערגעזעצט דורך משה גולדמאן, אברהם כהנא (רעדאקטאר), '''הספרים החיצונים''', ירושלים, תש"ל, קאפיטל ו'}}. לויט זיי, איז א יאר 364 טעג לאנג, צוטיילט אויף פיר תקופות פון 91 טעג. יעדער תקופה האט דריי חדשים פון 30 טעג, און נאך איין איבריגע טאג. די תקופות הייסן ביי זיי (פון ניסן צו טבת): "קציר", "קיץ", "זרע" און "דשא"{{הערה|[https://he.wikisource.org/wiki/מגילות%20ים%20המלח/1Q28a%20סרך%20היחד סרך היחד]}}.
אין פארשידענע פון די מגילות ים המלח ווערט געשילדערט א לוח וואס איז געבויט בלויז אויף די זון-יאר. דער אסטראנאמישער באזיס פאר דער לוח ווערט געברענגט אין ספר מהלך המאורות אין ספר חנוך א'{{הערה|"ספר חנוך" איבערגעזעצט דורך אברהם כהנא, '''הספרים החיצונים''', ירושלים, תש"ל, קאפיטל עב, עה און פב}}. עס ווערט אויך דערמאנט אין ספר היובלים{{הערה|"ספר היובלים" איבערגעזעצט דורך משה גולדמאן, אברהם כהנא (רעדאקטאר), '''הספרים החיצונים''', ירושלים, תש"ל, קאפיטל ו'}}. לויט זיי, איז א יאר 364 טעג לאנג, צוטיילט אויף פיר תקופות פון 91 טעג. יעדע תקופה האט דריי חדשים פון 30 טעג, און נאך איין איבריגע טאג. די תקופות הייסן ביי זיי (פון ניסן צו טבת): "קציר", "קיץ", "זרע" און "דשא"{{הערה|[https://he.wikisource.org/wiki/מגילות%20ים%20המלח/1Q28a%20סרך%20היחד סרך היחד]}}.


==נאטיצן==
==נאטיצן==

רעוויזיע פון 09:15, 24 יאנואר 2023

א תקופה איז איינע פון די פיר צייטן אין יאר ווען די זון קומט אן צו איינע פון אירע ווענדפונקטן, וואס איז שטארק נוגע פאר די חשבונות פון די אידישע לוח און דאס זאגן "ותן טל ומטר" און ברכת החמה. די תקופה האט אויך געשפילט א גרויסע ראלע אין דעם לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויט זייערע חשבונות אויף די אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'.

די תקופות ווערן אנגערופן נאך דעם חודש ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן, און תמוז.

אין די גמרא און אין די ראשונים ווערן געברענגט פארשידענע חשבונות אויסצורעכענען ווען די תקופה וועט זיין. באקאנט זענען תקופת שמואל און תקופת רב אדא, וואס די צוויי מהלכים וויאזוי צו רעכענען די תקופה דינגען זיך אויך איבער די פראגע ווען דער ערשטע מולד איז געווען: מיטוואך פון ששת ימי בראשית פארטאגס, אדער א וואך דערויף. דער רמב"ם אין הלכות קידוש החודש, אינמיטן שילדערן די חשבונות הראיה, ערווענט די 'אמת'ע תקופה', און פארשידענע מחברים האבן אויסגעארבעט לויט די חשבונות דארטן דעם תקופת הרמב"ם. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנאמער.

נעמען און הגדרה

די פיר תקופות זענען אין צענטער פון די פיר סעזאנען, און טיילן איין דאס טראפישע יאר אויף פיר. דער טאג פון א תקופה ווערט אנגערופן אין גמרא "יום תקופה"[1], א טערמין וואס מען טרעפט שוין אין די מגילות ים המלח[2]. דאס ווארט "תקופה" קען זיך אויך באציען צו די צייט אפשניט פון איין תקופה צום צווייטן, און עס הייסט אזוי ווי די תקופה וואס האט עס אנגעהויבן[3].

דער שורש פון דאס ווארט "תקופה" איז מלשון הקפה – ארומקרייזן, און עס מיינט "צוריק קומען צום אנהייב". טראצדעם וואס ביים תקופה קומט די זון נאכנישט צוריק צום אנהייב גאנג נאר ענדיגט בלויז א פערטל דערפון, הייסט עס א "תקופה" ווייל עס ענדיגט זיך איין טייל פון די פארשידענע טוישונגען אין די יאר[4].

תקופת תשרי איז אינמיטן הערבסט און איינס פון די צוויי מאל אין יאר ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת טבת איז אינמיטן ווינטער; ווען די זון איז ביי איר סאמע צפון-פונקט, 23.5°N פון דער קו המשווה. תקופת ניסן איז אינמיטן פרילינג; דאס צווייטע מאל ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת תמוז איז אינמיטן זומער; ווען די זון איז ביי איר סאמע דרום-פונקט, 23.5°S פון דער קו המשווה. תקופות תמוז און טבת זענען די קורצסטע און לענגסטע טעג אין יאר (Solstices), און תקופות ניסן און תשרי זענען די צוויי גלייכנעכט (Equinoxes)[4]. אזוי אויך איז תקופת ניסן ווען די זון דערגרייכט אנפאנג מזל טלה[א], תקופת תמוז ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל סרטן, תקופת תשרי ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל מאזנים, און תקופת טבת ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל גדי[6].

די צייט אפשניט ווילאנג עס געדויערט פארן זון אנצוקומען פון איין ווענדפונקט צום צווייטן איז לאו דווקא אייניג. די גענויע צייט ווען די זון קומט אן צו א ווענדפונקט איז באקאנט אלס די "תקופה האמיתית", אבער טעכניש ווערט עס ביי אידן אויסגערעכנט דורך צוטיילן די אומגעפערע לענג פון די יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלס די "תקופה האמצעית"[7].

לויט די וויסנשאפטלער, טוישט זיך כסדר די לענג פון די יאר, און איז אין די 21'סטע יארהונדערט ארום 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 45.2553 סעקונדעס[8]. די לענג פון די תקופות זענען נישט אייניג, און טוישן זיך אויך מיט די צייט; זומער איז 93.647 טעג, הערבסט 89.836, און זיי ווערן אלץ לענגער; ווינטער איז 88.997 טעג, פרילינג 92.764, און זיי ווערן אלץ קורצער[9].

הלכות, אגדתא און מנהגים

ווען מ'פלעגט מאכן אן עיבור לויט א פאקטישן חשבון, אנשטאט דעם קביעות'דיגן חשבון וואס מיר פארמאגן היינט זינט יאר ד'קי"ט, איז די תקופה געווען איינע פון די שטארקע פאקטארן. מען מאכט עיבור יארן צו האלטן פסח נאך תקופת ניסן[10], און סוכות נאך תקופת תשרי[1]. לויט טייל ראשונים איז די 19 יאריגע מחזור פון עיבור יארן אויך געבויט אויף די תקופה.

אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי[11]; און אפילו די יחידים, וועלכע פאסטן א לענגערע צייט צוליב אן עצירת גשמים, פאסטן שוין נישט נאך תקופת ניסן[12]. אויך די צייט צו זאגן ברכת החמה איז געבויט אויף די חשבונות פון תקופת שמואל[13].

עס איז פארהאן אן אור-אלטער מנהג נישט צו טרינקען וואסער ביי דער צייט פון דער תקופה[14].

די גמרא פארציילט אז ווען אדם הראשון האט געזען אז די טעג ווערן אלץ קלענער האט ער געמיינט אז דאס איז א שטראף פאר די חטא עץ הדעת. ער האט געפאסט אכט טעג ביז תקופת טבת, ווען די טעג האבן אנגעהויבן ווידער גרעסער ווערן, און האט דאן פארשטאנען אז דאס איז די שטייגער פון דער וועלט, און ער האט געמאכט אכט טעג א יום טוב. דער קומענדיגער יאר האט ער געהאלטן אלע זעכצן טעג א יום טוב. שפעטער האבן די גויים קובע געווען אין די טעג חגאות פאר זייערע עבודה זרה'ס, די רוימישע סטרנורא און קלנדא[15].

תקופת שמואל

תקופת שמואל איז די שיטה פון דער אמורא שמואל אנבאלאנגט די לענג פון די פיר תקופות. דאס אנהייבן זאגן "ותן טל ומטר", און די צייט פון מאכן ברכת החמה ווענדן זיך ביידע אין תקופת שמואל[16]. די שיטה איז געבויט בעיקר אויף א מימרא פון שמואל אין מסכת עירובין[17], וואו עס איז מבואר אז א יאר איז 365 טעג און 6 שעה, און יעדע פון די פיר תקופות איז 91 טעג און 7.5 שעה.

די שיטה איז מלכתחילה אומפונקטליך, ווייל עס איז בעיקר געמאכט פאר די המון עם וואס קען נישט דערהייבן שווערערע חשבונות; די סנהדרין האט געהאט א באזונדערע פונקטליכערע חשבון, "תקופת רב אדא", וואס מען האט נישט ארויסגעגעבן פארן ברייטן המון[18].

דער חשבון אויסצורעכענען ווען א געוויסע תקופה וועט זיין, לויט תקופת שמואל, ווערט געברענגט אין די ראשונים[19]. די שיטה נעמט אן אז די ערשטע תקופת ניסן פון וועלט באשאף איז געווען מיטוואך אנהייב מעת לעת, דאס מיינט דינסטאג נאכט 6:00, און דער מולד פון חודש ניסן איז געווען 7 טעג, 9 שעה און 642 חלקים שפעטער, מיטוואך פארטאגס[20]. פארשידענע הסברים זענען געזאגט געווארן דערויף[21], און טייל ראשונים האלטן אז דער שיטה גייט נאר לויט די דעה אז בתשרי נברא העולם, ווען די חילוק צווישן די תקופה און מולד איז געווען קלענער[22].

זייענדיג אנגענומען אויך ביי אנדערע פעלקער, איז תקופת שמואל גלייך צו די אסטראנאמישע באזיס צום יוליאנער קאלענדער, אזוי אז כמעט אין אלע יארן פאלן די תקופות אויס אין די זעלבע יוליאנער דאטומען. דאס ווערט געניצט דורך די פוסקים אלס א סימן ווען מען הייבט אן זאגן "ותן טל ומטר"[23].

תקופת רב אדא

תקופת רב אדא איז די שיטה פון דער אמורא רב אדא בר אהבה אנבאלאנגט די לענג פון די יאר און די תקופות. לויט דעם שיטה זענען פארהאן גענוי 235 חדשים אין 19 זון-יארן. לויט טייל ראשונים, שטיצט זיך דערויף אונזער סדר פון עיבור יארן[24]. דאס לענג פון א יאר איז לויט דעם 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים, און יעדע פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים[25].

דער רמב"ם זאגט אז דעם חשבון האבן די סנהדרין געניצט[26], און רבי אברהם בן חייא הנשיא זאגט אז עס איז מקובל הלכה למשה מסיני[27]. דער תקופה איז אנגענומען צו זיין פונקטליכער ווי תקופת שמואל, און לויט טייל ראשונים איז עס די אמת'דיגע און פונקטליכע[27]; אבער פילע ראשונים האלטן אז עס איז אויך נישט דער גענויער חשבון, נאר בלויז א געוויסע דורכשניט[28]. די חשבון איז זייער נאנט צום חשבון פון די גריכישע היפארכוס[29].

די תקופה ווערט צום ערשט דערמאנט דורך די ראשונים בשם רב אדא'ס ברייתא וואס איז היינט פארלוירן[30], און מ'טרעפט עס די פריהסטע אין אן אראבישער חיבור פון יאר ד'תקפ"ד[31].

תקופת הרמב"ם

אין דער צווייטער טייל פון הלכות קידוש החודש (פון פרק יא און ווייטער) ברענגט דער רמב"ם די חשבונות הראיה, וואו פרק יג איז געווידמעט פאר די זון'ס פאזיציע. וויבאלד די זון קרייזט ארום די וועלט אין אן עקסצענטרישע קרייז, איז די שנעלקייט פון איר גאנג אומאייניג דורכאויס די יאר. דער רמב"ם געבט די טעגליכע דורכשניט, מיט וואס מען רעכנט אויס דער "מקום השמש האמצעי", און דערנאך זאגט ער ווי אזוי עס צו פאררעכטן צו דער "מקום השמש האמיתי" לויט א ליסטע פון "מנות". ביים ענדע פונעם פרק זאגט דער רמב"ם אז מיט די דאזיגע חשבונות קען מען אויסרעכענען די 'תקופה האמיתי'[32]. דער חשבון פון די תקופה גייט אבער פארקערט פון די חשבונות הראיה: מ'דארף אויסרעכענען ווען די זון וועט זיין אין א געוויסע פלאץ, אנשטאט וואו די זון וועט זיין א געוויסע צייט; און עס האט זיך פארלאנגט פון די מפרשי הרמב"ם אויסצוארבעטן דער גענויער חשבון[33].

דער רמב"ם שרייבט וויפיל מעלות די זון רוקט זיך פאראויס אין א רייע צייט אפשניטן, אבער די נומערן שטימען נישט גענוי איינס מיטן צווייטן. אין רוב פעלער קען מען פארענטפערן אז דער רמב"ם האט געקייליכט די נומערן, אבער דער חילוק צווישן די נומער פאר 10,000 טעג און 354 טעג איז צו גרויס. אן א קלארע הכרעה, זענען פארהאן צוויי "תקופת הרמב"ם"ס, איינס ("שיטה א' ") באזירט אויף די נומערן פאר 354 טעג, און די צווייטע ("שיטה ב' ") באזירט אויף די נומערן פאר 10,000[34].

לויט שיטה א', איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 46 מינוט און 24 סעקונדעס, גענוי ווי די מיינוג פון דער אראבישער אלבאתאני. עס איז מיט 2 מינוט און 34 סעקונדעס לענגער ווי באקאנט היינט פאר וויסנשאפטלער. לויט שיטה ב' איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 49.6 סקונדעס; בלויז 5 סעקונדעס לענגער ווי דער וויסנשאפטליכער יאר[35]. רפאל הלוי פון האנאווער האט געהאלטן אז דער רמב"ם האט אויסגעטראפן אן אייגענע חשבון, פיל פונקטליכער פון די וויסנשאפט אין זיין צייט, אבער אנדערע ווייזן אן אז ס'נעמט זיך פון קיילעכונגען וואס דער רמב"ם האט געמאכט אויף די נומערן פון אלבאתאני[36]. אין לוח דבר בעתו ווערט יעדער יאר זינט תשע"ג פארצייכנט די תקופות הרמב"ם אין די פאסיגע טעג.

ביי די כת פון קומראן

אין פארשידענע פון די מגילות ים המלח ווערט געשילדערט א לוח וואס איז געבויט בלויז אויף די זון-יאר. דער אסטראנאמישער באזיס פאר דער לוח ווערט געברענגט אין ספר מהלך המאורות אין ספר חנוך א'[37]. עס ווערט אויך דערמאנט אין ספר היובלים[38]. לויט זיי, איז א יאר 364 טעג לאנג, צוטיילט אויף פיר תקופות פון 91 טעג. יעדע תקופה האט דריי חדשים פון 30 טעג, און נאך איין איבריגע טאג. די תקופות הייסן ביי זיי (פון ניסן צו טבת): "קציר", "קיץ", "זרע" און "דשא"[39].

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות דערמאנט דא זענען א לשון מושאל פאר פאזיציעס פון די זון איבערן עקליפטיק. די עצם שטערן גרופעס נאך וואס זיי הייסן זענען אבער שוין פון לאנג אפגערוקט[5]

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 סנהדרין יג, א
  2. מגילה 4Q324d
  3. ווי אין די סוגיא אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".ראש השנה כא, א
  4. 4.0 4.1 ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שני. ”ואנו קוראין לארבעת חלקי השנה תקופות, מפני שהזמן בכל הקופה מהן גומר את ענין אחד ממדת הלילה והיום בחסרונן או יתרונן ומתחיל בענין אחר, וכן במהלכה ובמעמדה מן הארץ; בכל תקופה ותקופה גומרת ענין אחד ומתחלת בענין אחר.”

  5. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק יסודי התור"ה, הלכות ג'–ז'

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–ג'

  7. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י'–ז'; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק יג הלכה יא ד"ה ומאחר שתדע; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34.
  8. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 671
  9. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 623

  10. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ד'–ד"א

  11. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    '1: או"ח' אינו ערך חוקי
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק או"ח, האם הכוונה היא לאורח חיים?.שולחן ערוך, או"ח, סימן קי"ז, סעיף א'

  12. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    '1: או"ח' אינו ערך חוקי
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק או"ח, האם הכוונה היא לאורח חיים?.שולחן ערוך, או"ח, סימן תקע"ה, סעיף ז'
  13. ברכות נט, ב
  14. רמ"א אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    '1: יוד' אינו ערך חוקי
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק יוד.שולחן ערוך, יוד, סימן קט"ז, סעיף ה'
  15. עבודה זרה ח, א

  16. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    '1: אוח' אינו ערך חוקי
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק אוח.שולחן ערוך, אוח, סימן קי"ז, סעיף א'
  17. עירובין נו, א
  18. שו"ת התשב"ץ ח"א סימן קח; ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דף ח עמוד ב, און אין זיין פירוש הארוך אויף שמות פרק יב פסוק ב
  19. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–ד'; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דך ב עמוד ב
  20. ברייתא דסוד העיבור אין מסכת כותים עם פירוש מצרף ומטהר להגר"ח קניבסקי, בני ברק תשכ"ה;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק יסודי התור"ה, הלכות ט'–ג'
  21. סמ"ג עשין מז; יסוד עולם לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק יד; רבי אברהם ישעיה קרליץ, חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות א
  22. תוספות, ראש השנה ח, א, ד"ה לתקופות
  23. בית יוסף אויף
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:טור

    '1: או"ח' אינו ערך חוקי
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:טור) נישטא קיין חלק או"ח, האם הכוונה היא לאורח חיים?.טור, או"ח, סימן קי"ז בשם דער אבודרהם (ירושלים תשכ"ג זייט קי); שאלות ותשובות התשב"ץ חלק ג סימן קכג
  24. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי בשם רבינו חסאן הדיין, און רבינו יצחק בן ברוך אלבאליה; יסוד עולם לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק ב
  25. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק י', הלכה א'

  26. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י'–ו'
  27. 27.0 27.1 ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי
  28. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 671
  29. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער ראשון
  30. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער רביעי
  31. איבערגעזעצט דורך צבי לנגרמן, "אימתי נוסד הלוח העברי?", מאיר בניהו (רעדאקטאר), אסופות א, ירושלים, תשמ"ז, זייט קנט-קסח

  32. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י"ג–י"א
  33. רפאל הלוי פון האנאווער, תכונות שמים, אמסטרדם, תקט"ז, דף יב עמוד ב; איתן ציקונובסקי, חזון שמים, תשנ"א, זייט נה
  34. י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג.
  35. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 693
  36. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 703
  37. "ספר חנוך" איבערגעזעצט דורך אברהם כהנא, הספרים החיצונים, ירושלים, תש"ל, קאפיטל עב, עה און פב
  38. "ספר היובלים" איבערגעזעצט דורך משה גולדמאן, אברהם כהנא (רעדאקטאר), הספרים החיצונים, ירושלים, תש"ל, קאפיטל ו'
  39. סרך היחד