אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פיר תקופות"
(רעדאגירונג) |
ק (←נעמען און הגדרה: טעות סופר) |
||
| שורה 5: | שורה 5: | ||
די תקופה האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויעט זייערע חשבונות אויף די אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'. | די תקופה האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויעט זייערע חשבונות אויף די אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'. | ||
==נעמען און הגדרה== | ==נעמען און הגדרה== | ||
די פיר תקופות זענען די פיר סעזאנען און זיי הייסן נאך די חודש אין וועלכע זיי הייבן זיך אן על פי רוב: תקופת תשרי איז הערבסט, תקופת טבת איז ווינטער, תקופת ניסן איז פרילינג און תקופת תמוז איז זומער. די פיר תקופות ווערן שוין דערמאנט אין גמרא, און די טערמין "יום תקופה" צו פארצייכענען דער אנפאנג דערפון ערשיינט שוין אין די מגילות ים המלח{{הערה| | די פיר תקופות זענען די פיר סעזאנען און זיי הייסן נאך די חודש אין וועלכע זיי הייבן זיך אן על פי רוב: תקופת תשרי איז הערבסט, תקופת טבת איז ווינטער, תקופת ניסן איז פרילינג און תקופת תמוז איז זומער. די פיר תקופות ווערן שוין דערמאנט אין גמרא, און די טערמין "יום תקופה" צו פארצייכענען דער אנפאנג דערפון ערשיינט שוין אין די מגילות ים המלח{{הערה|[https://www.researchgate.net/publication/322034015_A_Newly_Reconstructed_Calendrical_Scroll_from_Qumran_in_Cryptic_Script מגילה 4Q324d]}}. | ||
די תקופה דארף אפצושפיגלען דער צעטיילונג פון די טראפישע יאר אויף פיר סעזאנען. פון אן אסטראנאמישע שטאנדפוקנט, זענען זיי די צייטן ווען די זון קומט אן צו די פערטלען אין די קרייז פון זיין גאנג די הימל, אין די צייט אפשניט ווילאנג עס דויערט פא דער זון אנצוקןמען פון איינס צום צווייטן איז נישט אייניג ביי אלע פיר תקופות. תקופת תשרי איז ווען דער זון דערגרייעט די אנהייב פון מזל טלה, תקופת תמוז – דער אנהייב פון מזל סרטן, תשרי – מאזניים און טבת – גדי. די סארט תקופות זענען באקאנט אלץ די "תקופות האמיתיות". טעכניש אבער, ווערט עס ביי אידן אויסגערענכט דורך צוטיילן די אומגעפערער לענג פון די יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלץ די "תקופות האמצעיות"{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|י|ז}}; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק יג הלכה יא ד"ה ומאחר שתדע; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", '''לוח דבר בעתו''' תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34.}}. | די תקופה דארף אפצושפיגלען דער צעטיילונג פון די טראפישע יאר אויף פיר סעזאנען. פון אן אסטראנאמישע שטאנדפוקנט, זענען זיי די צייטן ווען די זון קומט אן צו די פערטלען אין די קרייז פון זיין גאנג די הימל, אין די צייט אפשניט ווילאנג עס דויערט פא דער זון אנצוקןמען פון איינס צום צווייטן איז נישט אייניג ביי אלע פיר תקופות. תקופת תשרי איז ווען דער זון דערגרייעט די אנהייב פון מזל טלה, תקופת תמוז – דער אנהייב פון מזל סרטן, תשרי – מאזניים און טבת – גדי. די סארט תקופות זענען באקאנט אלץ די "תקופות האמיתיות". טעכניש אבער, ווערט עס ביי אידן אויסגערענכט דורך צוטיילן די אומגעפערער לענג פון די יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלץ די "תקופות האמצעיות"{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|י|ז}}; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק יג הלכה יא ד"ה ומאחר שתדע; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", '''לוח דבר בעתו''' תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34.}}. | ||
==הלכות און מנהגים== | ==הלכות און מנהגים== | ||
דאס מאכן אן עיבור אין די צייטן ווען דאס נישט געטון געווארן לויט די קביעות'דיגע חשבון (איידער יאר ד'קי"ט) איז געבויט אויך די תקופות; מען מאכט עיבור יארן צו הלאטן פסח נאך תקופת ניסן{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ד|דא}}}}, און סוכות נאך תקופת תשרי{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|יג|א}}}}. אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי{{הערה|{{שוע|אוח|קיז|א}}}}, און נאך תקופת ניסן פאסטן שוין נישט אפילו יחידים צוליב אן עצירת גשמים{{הערה|{{שוע|אוח|תקעה|ז}}}}. אויך די צייט צו זאגן ברכת החמה איז געבויט אויף די חשבונות פון תקופת שמואל{{הערה|ברכות...}}. | דאס מאכן אן עיבור אין די צייטן ווען דאס נישט געטון געווארן לויט די קביעות'דיגע חשבון (איידער יאר ד'קי"ט) איז געבויט אויך די תקופות; מען מאכט עיבור יארן צו הלאטן פסח נאך תקופת ניסן{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ד|דא}}}}, און סוכות נאך תקופת תשרי{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|יג|א}}}}. אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי{{הערה|{{שוע|אוח|קיז|א}}}}, און נאך תקופת ניסן פאסטן שוין נישט אפילו יחידים צוליב אן עצירת גשמים{{הערה|{{שוע|אוח|תקעה|ז}}}}. אויך די צייט צו זאגן ברכת החמה איז געבויט אויף די חשבונות פון תקופת שמואל{{הערה|ברכות...}}. | ||
רעוויזיע פון 15:02, 9 יאנואר 2023
די פיר תקופות זענען די די פיר סעזאנען אין די תורה'דיגע טערמינען און גדרים, און זיי הייסן נאך די חודש אין וועלכע זיי הייבן זיך אן, תשרי, טבת, ניסן, תמוז. פון אן אסטראנאמישע שטאנדפוקנט דארף די תקופה אפצושפיגלען דער צעטיילונג פון די טראפישע יאר אויף פיר, אין די צייטן ווען די זון קומט אן צו די פערטלען אין די קרייז פון זיין גאנג אין הימל.
אין די גמרא און אין רמב"ם ווערן געברענגט פארשידענע חשבונות אויסצורעכענען ווען די תקופה וועט זיין. אין גמרא ווערט געברענגט תקופת שמואל, און די ראשונים ברענגען אראפ אויך תקופת רב אדא, וואס שטאמט פון א ברייתא, היינט פארלוירן, וואס האט געהייסן אויפן נאמען פון רב אדא בר אהבה. די רמב"ם אין הלכות קידוש החודש, אינמיטן שילדערן די חשבונות הראיה, ערווענט "די אמת'ע תקופה", און פארשידענע מחברים האבן אויסגעארבעט לויט די חשבונות דארטן די תקופת הרמב"ם. די פארשידענע מהלכים וויאזוי צו רעכענען די תקופה דינגען זיך אויך איבער די פראגע ווען דער ערשטע מולד איז געווען: מיטוואך פון ששת ימי בראשית פארטאגס, אדער א וואך דערויף. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנעמער.
די תקופה האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויעט זייערע חשבונות אויף די אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'.
נעמען און הגדרה
די פיר תקופות זענען די פיר סעזאנען און זיי הייסן נאך די חודש אין וועלכע זיי הייבן זיך אן על פי רוב: תקופת תשרי איז הערבסט, תקופת טבת איז ווינטער, תקופת ניסן איז פרילינג און תקופת תמוז איז זומער. די פיר תקופות ווערן שוין דערמאנט אין גמרא, און די טערמין "יום תקופה" צו פארצייכענען דער אנפאנג דערפון ערשיינט שוין אין די מגילות ים המלח[1].
די תקופה דארף אפצושפיגלען דער צעטיילונג פון די טראפישע יאר אויף פיר סעזאנען. פון אן אסטראנאמישע שטאנדפוקנט, זענען זיי די צייטן ווען די זון קומט אן צו די פערטלען אין די קרייז פון זיין גאנג די הימל, אין די צייט אפשניט ווילאנג עס דויערט פא דער זון אנצוקןמען פון איינס צום צווייטן איז נישט אייניג ביי אלע פיר תקופות. תקופת תשרי איז ווען דער זון דערגרייעט די אנהייב פון מזל טלה, תקופת תמוז – דער אנהייב פון מזל סרטן, תשרי – מאזניים און טבת – גדי. די סארט תקופות זענען באקאנט אלץ די "תקופות האמיתיות". טעכניש אבער, ווערט עס ביי אידן אויסגערענכט דורך צוטיילן די אומגעפערער לענג פון די יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלץ די "תקופות האמצעיות"[2].
הלכות און מנהגים
דאס מאכן אן עיבור אין די צייטן ווען דאס נישט געטון געווארן לויט די קביעות'דיגע חשבון (איידער יאר ד'קי"ט) איז געבויט אויך די תקופות; מען מאכט עיבור יארן צו הלאטן פסח נאך תקופת ניסן[3], און סוכות נאך תקופת תשרי[4]. אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי[5], און נאך תקופת ניסן פאסטן שוין נישט אפילו יחידים צוליב אן עצירת גשמים[6]. אויך די צייט צו זאגן ברכת החמה איז געבויט אויף די חשבונות פון תקופת שמואל[7].
עס איז דא אן אור אלטן מנהג נישט צו טרינקען וואסער ביי די צייט פון די תקופה[8].
תקופת שמואל
די מימרות פון שמואל
אין גמרא מסכת עירובין[9] ווערט געברענט אפאר מימרות פון דער אמורא שמואל איבער די תקופות, וואס זענען באזירט אויף די הנחה אז א יאר איז גענוי 365 טעג און 6 שעה לאנג, און יעדער תקופה איז לאנג 91 טעג און 7.5 שעה. דערביי זאגט שמואל די פאלגענדע כללים:
- תקופת ניסן געפאלט אלעמאל ביי איינע די פיר פערטלען פון די מעת לעת; אנהייב טאג און אנהייב נאכט, און חצות פון דער טאג און נאכט. דהיינו: 6:00 AM, 6:00 PM, 12:00 AM און 12:00 PM.
- תקופת תמוז געפאלט אלעמאל אום 7:30 AM, 7:30 PM, 1:30 AM אדער 1:30 PM; ביי איין און א האלב שעה אין טאג אדער נאכט, אדער ביי זיבן און א האלב שעה אין זיי.
- תקופת תשרי געפאלט אלעמאל אום 3:00 AM, 3:00 PM, 9:00 AM אדער 9:00 PM; ביי דריי שעה אין טאג אדער נאכט, אדער ביי ניין שעה אין זיי.
- תקופת טבת געפאלט אלעמאל אום 10:30 AM, 10:30 PM, 4:30 AM אדער 4:30 PM; ביי פיר און א האלב שעה אין טאג אדער נאכט, אדער ביי צען און א האלב שעה אין זיי.
- פון איין תקופה צום צווייטן איז דא 91 טעג אן זיבן און א האלב שעה. פון דער כלל ווערט געדרינגן די לענג פון די יאר לויט שמואל: 365 טעג און 6 שעה.
- איין תקופה איז בלויז א האלבע שעה שפעטער אין די סדר פון 7 שעה'דיגע מזלות. עס זענען דא 7 שעה'דיגע מזלות (שצ"ם חנכ"ל), און יעדער דינט איין שעה, גייענידע אין א ציקל פון זיבן שעה. אין 91 טעג און 7 שעה זענען דא 313 ציקלען, בלייבט איבער רעשט בלויז איין האלבע שעה.
דער חשבון, וואס איז אויך געווען אנגענומען ביי געלערנטער פון אנדערע פעלקער[10], איז באקאנט אלץ תקופת שמואל. געוויסע פארשער טענה'ן אז דער חשבון שטאמט פון איין דור איידער שמואל, ביי חנניה בן אחי רבי יהושע, וועלכע האט געטון אין עיבור השנים[11], און שמואל פסק'נט ווי זיינס א מימרא בשייכות צו תקופות[12]. אין זיינער צייטן איז תקופת תשרי לויט די חשבון פון תקופת שמואל אויסגעקומען אויפן זעלבע טאג ווי לויט די אסטראנאמישע רעכענונגען[13].
די חשבון פאר די תקופה
די ראשונים ברענגן א חשבון וויאזוי אויסצורעכענען די צייט פון א תקופה[14]. די חשבון געבט די צייט אפשניט, ווילאנג נאך די רעלעוונאטע מולד די תקופה וועט חל זיין. די חשבון איז ווי פאלגענד[א]:
- צוערשט דארף מען וויסן וויפיל גאנצע מחזורים פון 19 יאר זענען שוין אריבער פון בריאת העולם ביז היי יאר, ולא עד בכלל. פאר תשרי און טבת דארף מען רעכענען ביז פאראיאר ולא עד בכלל.
- דערנאך, וויפיל יאר עס זענען אדורך פון אנהייב מחזור ביז היי יאר, און פאר תשרי און טבת ביז פאראיאר
- דערנאך וויפיל דערפון זענען געווען עיבור יארן, ווען אין יעדער מחזור פון 19 יאר זענען די 3'טע, 6טע, 8'טע, 11'טע, 14'טע, 17'טע און 19'טע יארן עיבור יארן; וסימנך גו"ח אדז"ט.
- דערנאך, רעכענט מען:
- פאר יעדער מחזור: 1 שעה און 485 חלקים (1080'טלעך פון א שעה)
- פאר יעדער יאר אין די מחזור: 10 טעג, 21 שעה און 204 חלקים.
- צו אלעס צוזאמען לייגט מען צו 22 טעג, 3 שעה און 151 חלקים,
- דערפון רעכענט מען אראפ פאר יעדער עיבור יאר: 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים.
די סך הכל איז די צייט אפשניט צווישן די מולד פון חודש אדר (ב' – אין אן עיבור יאר) ביז תקופת ניסן.
- פאר די צייט פון מולד חודש סיון צו תקופת תמוז לייגט מען צו 2 טעג, 17 שעה און 321 חלקים;
- פאר די צייט צווישן מולד חודש אלול ביז תקופת תשרי: 5 טעג, 10 שעה און 642 חלקים;
- און פאר די צייט פון מולד חודש כסלו צו תקופת טבת: 8 טעג, 3 שעה און 963 חלקים.
א סימן זיכער צו מאכן אז מען האט גוטגערעכנט, איז צו זען אויב עס שטימט מיט די אויבנדערמאנטע כללים פון שמואל.
די יוליאנער קאלענדער
די פונקטליכקייט פון דער חשבון
דער חשבון איז אפיציעל אומפונקטליך; עס איז מיט בערך 11 מינוט לענגער פון וואס איז באקאנט היינט פאר ארסטראנאמער און להבדיל פון וואס די רמב"ם שרייבט אין פרק י"ב ביי די חשבונות הראיה, און מיט 82 חלקים און 28 רגעים (בערך 4.6 מינוט) לענגער ווי תקופת רב אדא, אויף וואס די מחזור פון עיבור יארן איז געבויט. דער סיבה דערצו זענען מסביר פילע ראשונים[16], איז כדי צו פארגרינגערן דאס מאכן די חשבונות פארן המון עם. זיי ברענגן דערוועגן א מימרא פון רב אדא'ס ברייתא:
תקופת רב אדא בצנעא, ותקופת שמואל בפרהסיא
— ברייתא דרב אדא בר אהבה
.
דער חזון איש[17] לייגט צו צו דעם, אז מען האט עס אזוי מקבל הלכה למשה מסיני: א פונקטליכע פאר די סנהדרין, און א גרינגערע פארן המון עם – וועלכע דארפן עס האבן צו דער האנט צו וויסן ווען אנצוהייבן זאגן "ותן טל ומטר"[13]. רבי אברהם בן חייא הנשיא ברענגט פון "אחד מספרי הקדמונים" אז די חכמים האבן באהאלטן די פונקטליכערע חשבון (תקופת רב אדא), ווייל מכשפים וואלטן געקענט חרוב מאכן דער וועלט מיט דעם[18]. שמואל האט מעגליך אויך מייסד געווען א סדר וויאזוי אראפצורעכענען א טאג יעדעס יאר צוויי צי וויפיל, כדי צו פאררעכטן דעם חשבון, אבער יענער פרטים זענען פארגעסן געווארן דורכאויס די יארן[19].
תקופת ניסן איז שוין אין שמואל'ס צייטן (ארום שנת ד' אלפים) געווען מיט איבער 5 טעג גערוקט פון תקופת רב אדא, און מיט 4 טעג גערוקט פון וואס עס קומט אויס לויט אסטראנאמישע רעכנונגען. היות עס איז שווער צו זאגן אז מען זאל דאן אננעמען א חשבון וואס איז קענטיג נישט ריכטיג, האבן טייל מחדש געווען אז די חשבון איז געבויט אויף תקופת תשרי. אין יענע צייטן האט די אסטראנאמישע תקופת תשרי געפאלן גענוי אינעם יום התקופה לויט שמואל.
רבי משה חיים רימיני האט געמאכט די חשבונות לויט די אסטראנאמיע פון זיין צייט, און קומט צום אויספיר אז דאס האט פאסירט אום שנת 244 למספרם, דהיינו ד' אלפים ד'. ער שרייבט אז שמואל האט גערעכנט פון תשרי ווייל ער פסק'נט ווי רבי אליעזר אז בתשרי נברא העולם[20]. יעקב לעווינגער האט איבערגעמאכט די חשבונות לויט די היינטיגע אסטראנאמיע, און געטראפן אז די אסראנאמישע תקופה האט זיך געטראפן מיט שמואל'ס איבסל איידער שמואל'ס צייטן (נעמליך אין יאר 158, ג'תתקי"ח), אין די צייטן פון חנניה בן אחי רבי יהושע. ער האלט אז די חשבון איז געבויט אויף תקופת תשרי ווייל מען האט עס צוערשט געניצט אויף צו וויסן ווען צו זאגן "ותן טל ומטר" – א דין וואס ווענד זיך אויף תקופת תשרי[13].
תקופת רב אדא
תקופת רב אדא בר אהבה ווערט געברענג אין די ראשונים, בשם א ברייתא אויף זיין נאמען[21]. די חשבון פון תקופת רב אדא איז באזירט אויף די הנחה אז א יאר איז לאנג 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים. יעדער פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים. 76 תקופות לויט רב אדא, וואס זענען 19 זון יארן, קומען אויס גענוי 235 חודשים. בו השתמשו בסנהדרין
תקופת הרמב"ם
ביי די כת פון קומראן
די תקופות קומען אויס בערך ארום די אנגענומענע דאטומען פון די סעזאן אריבערגענג אין די גרעגאריאנער קאלענדער. אין די געראריאנער קאלענדער זענען די אריבער גענג די קורצסטע און לענגסטע טעג (Solstices) און די צוויי גלייכע טעג (Equinoxes): דער 21'טסע אין דעצעמבער ((Winter Solstice, דער 21'סטע אין יוני (Summer Solstice), דער 21'סטע אין מערץ (Spring Equinox) און דער 23'סטע אין סעפטעמבער (Autumnal Equinox).
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ מגילה 4Q324d.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י'–ז'; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק יג הלכה יא ד"ה ומאחר שתדע; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34. - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ד'–ד"א. - ↑ סנהדרין יג, א.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
'1: אוח' אינו ערך חוקי לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק אוח.שולחן ערוך, אוח, קיז, סעיף א. - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
'1: אוח' אינו ערך חוקי לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק אוח.שולחן ערוך, אוח, תקעה, סעיף ז. - ↑ ברכות..
- ↑ רמ"א אין
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
'1: יוד' אינו ערך חוקי לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק יוד.שולחן ערוך, יוד, קטז, סעיף ה. - ↑ עירובין נו, א.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–א'; המפרש אויף די רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק ו הלכה ד ד"ה שנת החמה. - ↑ ברכות סג, א; תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק ה', הלכה ב'.
- ↑ תענית י, א.
- ↑ 13.0 13.1 13.2 יעקב לוינגר, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 74.
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–ד'. - ↑ רבי חיים קנייבסקי, שקל הקדש, בני ברק, תשנ"ז, פרק ט אות יג.
- ↑ שו"ת התשב"ץ ח"א סימן קח; ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי;
- ↑ חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות ד; לויט ווי ס'איז עס מסביר רבי חיים קנייבסקי, שקל הקדש, בני ברק, תשנ"ז, הלכות קידוש החודש פרק י סעיף קטן יח.
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק י הלכה א.
- ↑ יוסף משה גינזבורג, עתים לבינה, ווארשא, תרנ"א, זייט 272.
- ↑ רבי משה חיים רימיני, מחר חדש, פירינצי, תקנ"ד, דף ג.
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער רביעי.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י"ב–י"א. - ↑ איתן ציקונובסקי, חזון שמים, תשנ"א, עמוד נה; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג.