אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סימאן דע באוואר"
צייכן: באקוקט |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט סימאן דע באוואר צו רוי:סימאן דע באוואר אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 21:46, 8 יאנואר 2023
סימאן-לוסי-ערנעסטין-מארי בערטראנד דע באוואר (פראַנצויזיש: Simone-Lucie-Ernestine-Marie Bertrand de Beauvoir), מערסטנס באקאנט ווי סימאן דע באוואר (פראַנצויזיש: Simone de Beauvoir [simɔn də bovwaʁ]; 9טן יאנואר 1908 – 14טן אפריל 1986), איז געווען א פראנצויזישע שרייבערקע, אינטעלעקטואל, פילאזאף, פאליטישע אקטיוויסט און פעמיניסט, זי האט געשריבן ראמאנען, עסייען, ביאגראפיעס און אן אויטאביאגראפיע.
יונגע יארן
סימאן דע באוואר איז געבוירן געווארן אין פאריז, די עלטערע טאכטער פון זשארזש בערטראנד דע באוואר, און פראצואז (געב') בראסער, טאכטער פון א גבירישן באנקיר און א פרומע קאטויל. איר שוועסטער העלען איז געבוירן געווארן צוויי יאר נאכהער. די פאמיליע האט פארלוירן אירע פארמעגן נאך דער ערשטער וועלט מלחמה. באוואר איז געווען שטארק רעליגעז אלס קינד, און האט אפילו געוואלט ווערן א מאנאשקע, אבער ביי דער עלטער פון 14 איז זי געווארן אן אטעיסט.
אין 1925 האט זי אויסגעהאטלט די באקאלארעאט עקזאמען אין מאטעמאטיק און פילאזאפיע, און זי האט אנגעהויבן שטודירן מאטעמאטיק אינעם אינסטיטוט קאטאליק און ליטעראטור אינעם אינסטיטוט סאנט מארי. דערנאך האט זי שטודירט פילאזאפיע אינעם סארבאן און האט געשריבן איר טעזיס וועגן לייבניץ.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!