אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בין הזמנים"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (היימישע שפראך, קאטעגאריע) צייכן: באקוקט |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט בין הזמנים צו רוי:בין הזמנים אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) צייכן: באַדייטן-לינקס |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 16:02, 8 יאנואר 2023
בין הזמנים איז צווישן די רעגולערע זמנים אינעם סדר פון ישיבות.
וואס איז בין הזמנים?
די פעריאדע ווען ישיבות זענען פארמאכט און די בחורים (תלמידי הישיבה) געפינען זיך אויף דאטשע. ס'איז נישט קיין סדרים און קיין משגיחים.
ווען איז בין הזמנים?
ביי געוויסע חסידישע ישיבות איז עס פון גאנץ חודש ניסן און גאנץ חודש תשרי. ביי געוויסע ליטווישע ישיבות, איז עס אין עטליכע וואכן אין די זומער מאנאטן,אין אב פון נאך תשעה באב, ביז ראש חודש אלול, און גאנץ חודש ניסן, און פון נאך יום כיפור ביז ראש חודש חשון.
היסטאריע פון בין הזמנים
- די בין הזמנים האט זיך געשאפן אין דער אלטער היים, ווען די בחורים האבן געדארפט אהיים פארן צו זייערע עלטערן אויף פסח און אויף סוכות. דאס אהיימפארן מיט א פערד און וואגן, אדער מיט די שנעלצוג, האט גענומען פאר די בחורים באלד צוויי וואכן, מ'האט זיך געדארפט אריינשלעפן אין די שטאט, זיך שלעפן פון איין באן צו די צווייטע, האט מען נאטירליך נישט געקענט זיין אין ישיבה.
- בין הזמנים אין ניסן און תשרי איז א זאך וואס ווערט שוין געברענגט אין דער גמרא מסכת ברכות אין פרק כיצד מברכין. דאן איז דאס געווען פאר די שניט אום תשרי און די פלאנצן אום ניסן.
- ליטווישע ראשי ישיבות האבן נישט געוואלט קאליע מאכן די אלול ווינט, האבן זיי געמאכט בין הזמנים אום אב, און אוועקגענומען די בין הזמנים פון תשרי אויף ביז נאך יום כיפור.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!