אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יצחק מעראס"
ק (החלפת טקסט – "“" ב־""") |
ק (החלפת טקסט – "([^ש])לעכט" ב־"$1ליכט") |
||
שורה 6: | שורה 6: | ||
יצחק מעראַס איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל [[קעלם]] אויפן צפון-מערב פון [[ליטע]]. זיין משפּחה איז אומגעקומען אין 1941 בעת דעם [[חורבן אייראפע|ייִדן-חורבן]], אָבער יצחק אַליין איז געראַטעוועט געוואָרן דורך אַ ליטווישער פּויערישער פאַמיליע. נאָך אין זיינע שול-יאָרן האָט יצחק מעראַס זיך געצויגן צו ליטעראַטור-אַרבעט און געשריבן אין דער אָרטיקער ליטווישער צייטונג אין קעלם. אין 1958 האָט ער פאַרענדיקט דעם קאָוונער פּאָליטעכטישן אינסטיטוט לויטן פאַך "ראַדיִאָ-עלעקטראָניק", אָבער ער האָט אַלץ מער און מער פאַרנומען מיט ליטעראַטור. ער האָט געשריבן אויף ליטוויש, נאָר שוין זיינע פריִע ווערק זענען געווידמעט געווען דער ייִדישער טעמע. | יצחק מעראַס איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל [[קעלם]] אויפן צפון-מערב פון [[ליטע]]. זיין משפּחה איז אומגעקומען אין 1941 בעת דעם [[חורבן אייראפע|ייִדן-חורבן]], אָבער יצחק אַליין איז געראַטעוועט געוואָרן דורך אַ ליטווישער פּויערישער פאַמיליע. נאָך אין זיינע שול-יאָרן האָט יצחק מעראַס זיך געצויגן צו ליטעראַטור-אַרבעט און געשריבן אין דער אָרטיקער ליטווישער צייטונג אין קעלם. אין 1958 האָט ער פאַרענדיקט דעם קאָוונער פּאָליטעכטישן אינסטיטוט לויטן פאַך "ראַדיִאָ-עלעקטראָניק", אָבער ער האָט אַלץ מער און מער פאַרנומען מיט ליטעראַטור. ער האָט געשריבן אויף ליטוויש, נאָר שוין זיינע פריִע ווערק זענען געווידמעט געווען דער ייִדישער טעמע. | ||
אין 1972 איז יצחק מעראַס עולה געווען קיין ישראל און זיך באַזעצט אין [[בת ים|בת-ים]]. לאַנגע יאָרן, ביזן אַרויסגיין אויף דער פּענסיע האָט ער געאַרבעט אַלס לערער אין אַ מיטלשול, נאָר אויך אין ישראל האָט ער פאָרגעזעצט שאַפן אויף ליטוויש. אַ טייל פון יצחק מעראַסעס ווערק זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין העברעיִש, ייִדיש (דער ראָמאַן "די אייביקע שאָך", וואָס איז | אין 1972 איז יצחק מעראַס עולה געווען קיין ישראל און זיך באַזעצט אין [[בת ים|בת-ים]]. לאַנגע יאָרן, ביזן אַרויסגיין אויף דער פּענסיע האָט ער געאַרבעט אַלס לערער אין אַ מיטלשול, נאָר אויך אין ישראל האָט ער פאָרגעזעצט שאַפן אויף ליטוויש. אַ טייל פון יצחק מעראַסעס ווערק זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין העברעיִש, ייִדיש (דער ראָמאַן "די אייביקע שאָך", וואָס איז פאַרעפנטליכט געוואָרן אינעם זשורנאַל "[[סאָוועטיש היימלאַנד]]"), [[רוסיש]], [[דייטש]] און אַנדערע שפּראַכן. אין 2010 איז ער באַלוינט געוואָרן מיט נאַציִאָנאַלן פּרייז פון ליטע פאַר זיין שאַפונג אויף דער ליטווישער שפּראַך. | ||
== זיינע ביכער == | == זיינע ביכער == | ||
* Geltonas lopas: apsakymai / iliustr. Adasa Skliutauskaitė. – Vilnius: Valstybinė grožinės literatūros leidykla, 1960. | * Geltonas lopas: apsakymai / iliustr. Adasa Skliutauskaitė. – Vilnius: Valstybinė grožinės literatūros leidykla, 1960. |
רעוויזיע פון 01:17, 6 יאנואר 2023
יצחק מעראַס (ליטוויש: Icchokas Meras; 8טן אקטאבער, 1934, קעלם - 13טן מערץ, 2014, תל אביב) איז געווען אַ ליטוויש-שפּראַכיקער ייִדישער פּראָזאַיִקער.
לעבנסגעשיכטע
יצחק מעראַס איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קעלם אויפן צפון-מערב פון ליטע. זיין משפּחה איז אומגעקומען אין 1941 בעת דעם ייִדן-חורבן, אָבער יצחק אַליין איז געראַטעוועט געוואָרן דורך אַ ליטווישער פּויערישער פאַמיליע. נאָך אין זיינע שול-יאָרן האָט יצחק מעראַס זיך געצויגן צו ליטעראַטור-אַרבעט און געשריבן אין דער אָרטיקער ליטווישער צייטונג אין קעלם. אין 1958 האָט ער פאַרענדיקט דעם קאָוונער פּאָליטעכטישן אינסטיטוט לויטן פאַך "ראַדיִאָ-עלעקטראָניק", אָבער ער האָט אַלץ מער און מער פאַרנומען מיט ליטעראַטור. ער האָט געשריבן אויף ליטוויש, נאָר שוין זיינע פריִע ווערק זענען געווידמעט געווען דער ייִדישער טעמע.
אין 1972 איז יצחק מעראַס עולה געווען קיין ישראל און זיך באַזעצט אין בת-ים. לאַנגע יאָרן, ביזן אַרויסגיין אויף דער פּענסיע האָט ער געאַרבעט אַלס לערער אין אַ מיטלשול, נאָר אויך אין ישראל האָט ער פאָרגעזעצט שאַפן אויף ליטוויש. אַ טייל פון יצחק מעראַסעס ווערק זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין העברעיִש, ייִדיש (דער ראָמאַן "די אייביקע שאָך", וואָס איז פאַרעפנטליכט געוואָרן אינעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד"), רוסיש, דייטש און אַנדערע שפּראַכן. אין 2010 איז ער באַלוינט געוואָרן מיט נאַציִאָנאַלן פּרייז פון ליטע פאַר זיין שאַפונג אויף דער ליטווישער שפּראַך.
זיינע ביכער
- Geltonas lopas: apsakymai / iliustr. Adasa Skliutauskaitė. – Vilnius: Valstybinė grožinės literatūros leidykla, 1960.
- giosios trunka akimirką: romanas – Vilnius: Valstbinė grožinės literatūros leidykla, 1963.
- Žemė visada gyva: novelės. – Vilnius: Valstybinė grožinės literatūros leidykla, 1963.
- Ant ko laikosi pasaulis: romanas-baladė. – Vilnius: Vaga, 1965.
- Mėnulio savaitė: romanas. – Vilnius: Vaga, 1971.
- Lygiosios trunka akimirką; Ant ko laikosi pasaulis. – Vilnius: Vaga, 1968.
- Senas fontanas: apsakymai / iliustr. Vanga Gedmantaitė. – Vilnius: Vaga, 1971.
- Striptizas, arba Paryžius-Roma-Paryžius: romanas. – Southfield, Mich.: Ateitis, 1976.
- Sara: romanas. – Chicago: A. Mackaus knygų leidimo fondas, 1982.
- Du romanai. – Vilnius: Vaga, 1991.
- Apverstas pasaulis: apsakymai. – Chicago: Mackaus knygų leidimo fondas, 1995.
- Lygiosios trunka akimirką; Ant ko laikosi pasaulis; Ties gatvės žibintu: trys romanai. – Vilnius: Lietuvos rašytojų sąj. leidykla, 1998.
- Stotelė vidukelėj: apsakymai. – Vilnius: Lietuvos rašytojų sąjungos leidykla, 2004.
- Geltonas lopas: novelių apysaka. – 2-asis leidimas / iliustr. Adasa Skliutauskaitė. – Vilnius: Vaga, 2005.
- Lygiosios trunka akimirką: romanas. – Vilnius: "Baltų lankų" leidyba, 2006.
- Striptizas: romanas. – Vilnius: "Baltų lankų" leidyba, 2008.
- Sara: romanas. – Vilnius: "Baltų lankų" leidyba, 2008
וועבלינקען
- סאַוליוס סוזשיעדעליס, "יצחק מעראַס און דער ייִדן-חורבן: טעראָר און רעטונג אין דער היינטצייטיקער ליטווישער ליטעראַטור" (אויף ענגליש) - http://www.lituanus.org/1981_3/81_3_01.htm
- יצחק מעראַסעס ביכער איבערגעזעצט אין העברעיִש - http://simania.co.il/authorDetails.php?itemId=64121
- וועגן יצחק מעראַסן אין דער עלעקטראָנישער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע (אויף רוסיש) - https://eleven.co.il/article/12719
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!