אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בורמאעלאס"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:51, 22 נאוועמבער 2022
בוּרמאָעלאָס (לאדינאו: "bermuelos" "Bimuelos" "burmuelos", שפאניש: "Buñuelo") איז א געפרעגלטע עסן פון די שפאנישן קיך.
עס איז פארשפרייט געווארן מיט דעם נאמען אין די לאטיינישע לענדער. א מילכיגע ווערסיע איז אויך שטארק פאפולער.
פארהאן וואס זאגן אז עס קומט פון די מוסולמענער וואס זיי האבן עס פארשפרייט ווען זיי האבן איינגענומען שפאניע דאן האבן עס די קריסטן פארשפרייט אין לאטיין אמעריקע און ווען די יודן זענען פון דארט פארטריבן געווארן האבן זיי עס צושפרייט אין די באלקאנישע און צפון אפריקאנישע לענדער.
ביי יידן
עס איז איינגעפיהרט צו עסן ביי די ספרדישע יודן אום חנוכה און פסח, וואס כאטש עס ווערט געמאכט אנדערש ווערט עס גערופ מיט זעלבן נאמען.
עס איז זייער חנוכה ווערסיע פונעם אשכנזישן פאנטשקע און פסח'דיגע ווערסיע פנעם מצה בריי אדער כרעמזל.
ווערסיעס
פון די יודן וועלכע זענען פארטריבן געווארן פון שפאניע איז עס פארשפרייט געווארן אין די באלקאנישע לענדער, פון וועלכע טייל האבן אנטוויקלט עטוואס אנדערע לאקאלע ווערסיעס פארן זעלבן מאכל.
עס קען ווערן סערווירט אלס צושפייז אדער מיט צוקער אלס זיסע נאכשפייז.
- אין קאלאמביע ווערט עס געמאכט אין א פראעם פון טאבע'ס מיט קעז.
- אין קובא, דאמיניקאנישע רעפובליק, און ניקאראגוא מאכט מען עס מיט קאסאווע.
- איטאליע
- אין מעקסיקע ווערט עס געמאכט מיט צימרינג און גואווא.
- טערקיי
- פארטא ריקאו
וועב לינקען
- רעצעפט פאר חנוכה http://www.pascalpr.co.il/464/%D7%9E%D7%AA%D7%9B%D7%95%D7%A0%D7%99%D7%9D/%D7%97%D7%92%D7%99%D7%9D/%D7%91%D7%95%D7%A8%D7%9E%D7%99%D7%9C%D7%95%D7%A1-%D7%91%D7%95%D7%A8%D7%9E%D7%95%D7%90%D7%9C%D7%95%D7%A1-%D7%91%D7%95%D7%9E%D7%99%D7%99%D7%90%D7%9C%D7%95%D7%A1-%D7%A1%D7%95%D7%A4%D7%92%D7%A0/
- אן ארטיקל אויף ענגליש אין שיקאגאו טריביון איבער די חנוכה ווערסיע http://articles.chicagotribune.com/2012-12-05/features/sc-food-1130-hanukkah-fritters-20121205_1_fritters-maple-syrup-bimuelos
- רעצעפט פאר פסח http://www.tapuz.co.il/forums2008/articles/article.aspx?forumid=744&aId=38740
- http://www.mako.co.il/food-recipes/recipes_column-holidays/Recipe-a45f14059a17021004.htm
- ווי אזוי צו מאכן די קאלאמביען ווערסיע http://www.mycolombianrecipes.com/bunuelos-colombianos-colombian-bunuelos/
- א ווידיאו אין שפאניש פון די פלאכע ווערסיע https://www.youtube.com/watch?v=hoVkMdG7ke8