אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גארטל ליניע (געאגראפיע)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "קארעע" ב־"קארעא")
ק (−קאַטעגאָריע:אומבאקוקט; +קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען דורך HotCat, קאטעגאריע, אינערליכע פארבינדונגען)
צייכן: באקוקט
שורה 17: שורה 17:
[[קאַטעגאָריע:געאגראפיע]]
[[קאַטעגאָריע:געאגראפיע]]
[[קאַטעגאָריע:נאוויגאציע]]
[[קאַטעגאָריע:נאוויגאציע]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען]]
[[he:קו רוחב]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 04:42, 28 דעצעמבער 2022

ליניעס אין די ברייט, זענען די גארטל ליניעס

די גארטל ליניע (ענגליש: latitude) איז די ברייט גראַד איבער דער גלאבוס, פון מזרח קיין מערב, גערעכנט פון עקוואטאר, וועלכע צעטיילט די וועלט צו צוויי גלייכע טיילן, די צפון ערדקוגל און די דרום ערדקוגל. די גארטל ליניע איז אן אויסגעטראכטע ליניע, וועלכע צעטיילט די געגנטער אין וועטער, און שפעטער האט עס אנגענומען א וויכטיקע טייל אין היסטאריע, ביים צעטיילן די גרעניץ צווישן דרום קארעא און צפון קארעא.

די ליניע וואס לויפט פון דרום פאלוס צו צפון פאלוס, הייסט א מערידיאן, וואס ביידע צוזאמען ווערן באשטימט די גענויע פונקט, וואס ווערט גערופן געאגראפישע קאארדינאטן.

די עקוואטאר וועלכע איז די צענטער, איז פארעכנט אלס 0°, און איז די לענגסטע גארטל ליניע, דערנאך ווערן אלע ליניעס, פון צפון און פון דרום, קורצער אין קורצער, ביז זיי דערגרייכן צו 90°, ווי עס איז די צוויי פאלוסן, דרום און צפון.

אנדערש ווי די מערידיאן ליניע, וועלכע אינמיטן וועלט ביי די עקוואטאר, זענען זיי ווייט איינער פון צווייטן, אבער ווי מער צפון אדער דרום, טרעפן זיי זיך מיט אנדערע מערידיאן ליניעס. בלייבט די גארטל ליניע גראד אויפן זעלבן ברייט, און עס שטעלט זיך נישט צוזאמען מיט אנדערע גארטל ליניעס.

ווי אויבנדערמאנט איז עס א טעארעטישע ליניע, די ווייטקייט פון 20°, ביזן נומער 21°, איז 111 קילאמעטער ווייט. און די זעלבע ווייט איז פון 85° צו 86°, די ווייטקייט בלייבט אייביק די זעלבע.

גארטל ליניעס

די לענגסטע גארטל ליניע איז די עקוואטאר, וועלכע איז א ליניע פון אומגעפער 40,000 קילאמעטער. די ליניע פון 60°, איז לאנג ארום 20,000 קילאמעטער. און די נומער 90°, האט נישט קיין ווייטקייט, עס איז דער פונקט פון צפון אדער דרום פאלוס.

די אויפקום פון קאארדינאטן איז בעיקר געווען, צו לינדערן די פראבלעם, פון קרייזן דעם אקעאן, אן קיין נארמאלע נאוויגאציע מיטל, די ליניעס האט נישט צופיל געהאלפן פארבעסערן די רייזעס, וויבאלד עס איז שווער געווען צו מעסטן די אקוראטקייט, פון די מאפעס.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!