אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אראל ים"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
[[קאַטעגאָריע:אזערעס]] | [[קאַטעגאָריע:אזערעס]] | ||
[[קאַטעגאָריע:קאזאכסטאן]] | [[קאַטעגאָריע:קאזאכסטאן]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 06:56, 16 דעצעמבער 2022
דער אַראַל ים (קאזאך: Арал Теңізі (אַראַל טענגיזי), אוזבעק: Orol dengizi, רוסיש: Аральскοе мοре) איז אן אזערע אין צענטראל-אזיע, וואס ליגט צווישן קאזאכסטאן אין צפון און אוזבעקיסטאן, אין דרום. אין די 1960ער יארן האט דער סאוועטן פארבאנד אנגעהויבן נעמען דאס פון די אמו דאריא און סיר דאריא טייכן, וואס פליסן אין אראל ים אריין, פאר באוואסערונג. דערפאר האט זיך דער ים אסאך איינגעצויגן.
דער אראל ים איז שטארק פארפעסטיקט, פון פרואוון וואפן, אינדוסטריעלע פראיעקטן, און פון באמיסטיקן דאס לאנד ארום דעם ים, סיי אין די יארן פונעם סאוועטן פארבאנד, סיי זייט דעמאלסט.
אין 1990 האט מען געבויט א דאמבע צו ראטעווען דעם צפון טייל פונעם ים. במשך עטלעכע יארן האט דער וואסערפלאך זיך געהויבן. אבער די דאמבע האט געפלאצט, און מען בויט זי צוריק מיט געלט פון אינטערנאציאנאלע קוואלן.
א שיף אין אראל ים, וואו ס'איז געווארן א מדבר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!