בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,589
רעדאגירונגען
(אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat, החלפות ( דעות )) צייכן: באקוקט |
(אויסגעמעקט "אין קורצן פון פריער"ס) |
||
| שורה 112: | שורה 112: | ||
איין טאג עפנט זיך די טיר און עס קומט אריין איינער מיט א יודישן אויסזעה, און ער שטעלט זיך פאר אז ער הייסט גרוזענבערג. ער האט מסביר געווען אז ער איז איינער פון זיינע אדוואקאטן אבער ער האט עם נישט געקענט ביז יעצט טרעפן וועגן די געזעץ. יעצט אבער, נאך ר' מענדל האט שוין באקומען די פאפירן, קען ער עם קומען באזוכן ווען ער וועט נאר וועלן. ר' מענדל האט זייער הנאה געהאט פון זיין ערשיינונג, און עם באדאנקט אויף זיין הילף און חיזוק. "זיי שטארק" האט ער געזאגט מיט ווארעמקייט, "איך קום צו דיר בשם דעם יודישן פאלק, איר מוזט אונז מוחל זיין אז איר מוזט ליידן פאר אונז אלע. איך זאג דיר, איך וואלט געווען צופרידן צו טוישן מיט דיר און זיצן דא אין תפיסה און דו וועסט קענען גיין צו פרייהייט".. מיט די ווערטער האט ער מחזק געווען און מעודד געווען ר' מענדל בפני הבאות. | איין טאג עפנט זיך די טיר און עס קומט אריין איינער מיט א יודישן אויסזעה, און ער שטעלט זיך פאר אז ער הייסט גרוזענבערג. ער האט מסביר געווען אז ער איז איינער פון זיינע אדוואקאטן אבער ער האט עם נישט געקענט ביז יעצט טרעפן וועגן די געזעץ. יעצט אבער, נאך ר' מענדל האט שוין באקומען די פאפירן, קען ער עם קומען באזוכן ווען ער וועט נאר וועלן. ר' מענדל האט זייער הנאה געהאט פון זיין ערשיינונג, און עם באדאנקט אויף זיין הילף און חיזוק. "זיי שטארק" האט ער געזאגט מיט ווארעמקייט, "איך קום צו דיר בשם דעם יודישן פאלק, איר מוזט אונז מוחל זיין אז איר מוזט ליידן פאר אונז אלע. איך זאג דיר, איך וואלט געווען צופרידן צו טוישן מיט דיר און זיצן דא אין תפיסה און דו וועסט קענען גיין צו פרייהייט".. מיט די ווערטער האט ער מחזק געווען און מעודד געווען ר' מענדל בפני הבאות. | ||
== | == נאך אדוואקאטן == | ||
"איך האב איין בקשה, מר גרוזענבערג" האט ר' מענדל געענטפערט, "איך מוז וויסן וואס גייט פאר, איר מוזט מיר זאגן וואס איז מיין מצב געזעצליך, איך זאג צו איך וועל זיך נישט מייאש זיין נישט קיין חילוק ווי נישט גוט דער מצב איז. אבער איך קען נישט ווייטער גיין מיט דעם מצב פון חוסר ידיעה. איך בעט אייך, זאגט מיר דעם אמת"! "איר זענט גערעכט" האט ער באלד געזאגט. איר דארפט טאקע וויסן אלעס, אבער עס איז זייער שווער צו שאצן דער מצב פונקטליך. איך האב געהאט אן ענדליכע געשעהניש אין ווילנא, דארט איז בלאנדעס באשולדיגט געווארן מיט הרג'נען פאר זיין גלויבונג. [אין יאר תר"ס איז באשולדיגט געווארן א יוד מיט'ן נאמען דוד בלאנדעס מיט'ן הרג'נען זיין גוי'שן דינסט צו נוצן איר בלוט פאר מצות. לבסוף האט גרוזענבערג עם געהאלפן ארויסקומען אומשולדיג]. עס איז שווער צו זאגן יעצט וויאזוי די ענינים וועלן זיך אויסשטעלן און וויאזוי זיי וועלן זיך ענדיגן. | "איך האב איין בקשה, מר גרוזענבערג" האט ר' מענדל געענטפערט, "איך מוז וויסן וואס גייט פאר, איר מוזט מיר זאגן וואס איז מיין מצב געזעצליך, איך זאג צו איך וועל זיך נישט מייאש זיין נישט קיין חילוק ווי נישט גוט דער מצב איז. אבער איך קען נישט ווייטער גיין מיט דעם מצב פון חוסר ידיעה. איך בעט אייך, זאגט מיר דעם אמת"! "איר זענט גערעכט" האט ער באלד געזאגט. איר דארפט טאקע וויסן אלעס, אבער עס איז זייער שווער צו שאצן דער מצב פונקטליך. איך האב געהאט אן ענדליכע געשעהניש אין ווילנא, דארט איז בלאנדעס באשולדיגט געווארן מיט הרג'נען פאר זיין גלויבונג. [אין יאר תר"ס איז באשולדיגט געווארן א יוד מיט'ן נאמען דוד בלאנדעס מיט'ן הרג'נען זיין גוי'שן דינסט צו נוצן איר בלוט פאר מצות. לבסוף האט גרוזענבערג עם געהאלפן ארויסקומען אומשולדיג]. עס איז שווער צו זאגן יעצט וויאזוי די ענינים וועלן זיך אויסשטעלן און וויאזוי זיי וועלן זיך ענדיגן. | ||
| שורה 130: | שורה 127: | ||
ר' מענדל בעט ווייטער אז מ'זאל עם צושטעלן איינער צו זיין מיט עם אין צימער. מ'האט אריינגעשיקט א פולישער מיט'ן נאמען "פאשלובסקי", וועלכע איז שוין גע'פסק'נט געווארן צו ווערן געשיקט קיין סיביר און ארבעטן שווער. ער איז יעצט געווען אין תפיסה ווארטנדיג דעם אויספיר פון זיין פסק. איין טאג האט מען עם גערופן צום ביורא פונ'ם תפיסה. וויבאלד ער איז שוין געווען גע'פסק'נט איז לכאורה נישט געווען קיין סיבה דערויף. ער איז באלד צוריק און איז געווען זייער גוט געלוינט.. ער איז צוגעגאנגען צו ר' מענדל און כמעט אויסגעפלאצט מיט א געלעכטער... | ר' מענדל בעט ווייטער אז מ'זאל עם צושטעלן איינער צו זיין מיט עם אין צימער. מ'האט אריינגעשיקט א פולישער מיט'ן נאמען "פאשלובסקי", וועלכע איז שוין גע'פסק'נט געווארן צו ווערן געשיקט קיין סיביר און ארבעטן שווער. ער איז יעצט געווען אין תפיסה ווארטנדיג דעם אויספיר פון זיין פסק. איין טאג האט מען עם גערופן צום ביורא פונ'ם תפיסה. וויבאלד ער איז שוין געווען גע'פסק'נט איז לכאורה נישט געווען קיין סיבה דערויף. ער איז באלד צוריק און איז געווען זייער גוט געלוינט.. ער איז צוגעגאנגען צו ר' מענדל און כמעט אויסגעפלאצט מיט א געלעכטער... | ||
== | == דער מענטש דערציילט == | ||
"פארוואס לאכסטו"? האט ר' מענדל עם געפרעגט, "וואס איז געשען אין ביורא"? "ביילוס!" עוטפערט ער, "איך וואלט דיר געזאגט אבער דו ביסט צו נערוועס! אויב איך וועל דיר דערציילט דעם גאנצן סיפור וועסטו ווערן צו נתרגש, דערפאר איז בעסער אז דו ווייסט נישט!" | "פארוואס לאכסטו"? האט ר' מענדל עם געפרעגט, "וואס איז געשען אין ביורא"? "ביילוס!" עוטפערט ער, "איך וואלט דיר געזאגט אבער דו ביסט צו נערוועס! אויב איך וועל דיר דערציילט דעם גאנצן סיפור וועסטו ווערן צו נתרגש, דערפאר איז בעסער אז דו ווייסט נישט!" | ||
| שורה 143: | שורה 137: | ||
ארום יענע צייט האבן זיך אנגעהויבן דרייען שמועות אינ'ם תפיסה. פאר ר' מענדל האבן זיי ענהאלטן אינטערסאנטע נייעס. מ'האט געשמועסט אז איינער מיט'ן נאמען "בראזול-בראשקאפסקי" האט געשריבן צום הויפט אנקלאגער [תובע] אז ער האט ביי זיך ראיות וועלכע ווייזן קלאר אז דער רציחה האט געהאט צוטון מיט'ן פרוי טשעביריאק און בכלל נישט מיט ביילוס. | ארום יענע צייט האבן זיך אנגעהויבן דרייען שמועות אינ'ם תפיסה. פאר ר' מענדל האבן זיי ענהאלטן אינטערסאנטע נייעס. מ'האט געשמועסט אז איינער מיט'ן נאמען "בראזול-בראשקאפסקי" האט געשריבן צום הויפט אנקלאגער [תובע] אז ער האט ביי זיך ראיות וועלכע ווייזן קלאר אז דער רציחה האט געהאט צוטון מיט'ן פרוי טשעביריאק און בכלל נישט מיט ביילוס. | ||
== | == שמועות == | ||
וואס איז באמת געשען איז געווען אזוי: אינ'ם פרילינג פון תער"ב האט זיך אנגעהויבן א נייע חקירה [פארשונג] דורך בראזול בראשקאפסקי, צוזאמען מיט א חבר זיינע מיט'ן נאמען קראסובסקי, וועלכע האט אנגעהויבן מגלה זיין דעם אמת פונ'ם פרשה. בראזול האט געשריבן זיינע ראיות צום הויפט פארשער, און וועגן דעם האבן זיי געשריבן א נייעם "באשולדינגס פאפיר" קעגן דעם פרוי טשעביריאק און האבן איר איינגעזעצט. ווען ר' מענדל האט דאס געהערט, איז זיין האפענונג זייער געשטארקט געווארן, אבער ליידער נישט אויף לאנג. נאך אין דעם זעלבן זומער איז געשיקט געווארן [דורך די וואס האבן געהאט אן אינטערעס אין דעם] א נייעם "הויפט אנגלאגער" פון פעטערבורג, און ער האט שנעל איבערגעקענט דעם גאנצן חקירה על ראשו. [בראזול האט טייער באצאלט פאר זיין ארבעט. אלס "שכר" פאר'ן אויפדעקן דעם אמת, וואס דאס האט דער ממשלה בכלל נישט געוואלט, איז ער באשטראפט געווארן מיט רדיפות און איז אויך געזעסן אין תפיסה]. | וואס איז באמת געשען איז געווען אזוי: אינ'ם פרילינג פון תער"ב האט זיך אנגעהויבן א נייע חקירה [פארשונג] דורך בראזול בראשקאפסקי, צוזאמען מיט א חבר זיינע מיט'ן נאמען קראסובסקי, וועלכע האט אנגעהויבן מגלה זיין דעם אמת פונ'ם פרשה. בראזול האט געשריבן זיינע ראיות צום הויפט פארשער, און וועגן דעם האבן זיי געשריבן א נייעם "באשולדינגס פאפיר" קעגן דעם פרוי טשעביריאק און האבן איר איינגעזעצט. ווען ר' מענדל האט דאס געהערט, איז זיין האפענונג זייער געשטארקט געווארן, אבער ליידער נישט אויף לאנג. נאך אין דעם זעלבן זומער איז געשיקט געווארן [דורך די וואס האבן געהאט אן אינטערעס אין דעם] א נייעם "הויפט אנגלאגער" פון פעטערבורג, און ער האט שנעל איבערגעקענט דעם גאנצן חקירה על ראשו. [בראזול האט טייער באצאלט פאר זיין ארבעט. אלס "שכר" פאר'ן אויפדעקן דעם אמת, וואס דאס האט דער ממשלה בכלל נישט געוואלט, איז ער באשטראפט געווארן מיט רדיפות און איז אויך געזעסן אין תפיסה]. | ||
| שורה 161: | שורה 152: | ||
ר' מענדל איז שוין געווען איינגעשפארט מער ווי א יאר. פיר הונדערט טעג זענען שוין אריבער פון דעם טאג ווען קוליאבקו האט עם אוועק געריסן פון זיין ווייב און קינדער. ער האט אלס געהאפט אז "מארגן וועל איך זיין פריי". | ר' מענדל איז שוין געווען איינגעשפארט מער ווי א יאר. פיר הונדערט טעג זענען שוין אריבער פון דעם טאג ווען קוליאבקו האט עם אוועק געריסן פון זיין ווייב און קינדער. ער האט אלס געהאפט אז "מארגן וועל איך זיין פריי". | ||
== | == דער גענעראל == | ||
איין אווענט, ווען ר' מענדל זיצט אליינס מיט זיינע מחשבות, האט די טיר זיך געעפנט און פיר מענטשן זענען אריין געקומען. דער גענעראל האט גערעדט צו ר' מענדל: "זיי ריאליש [מציאות'דיג] ביילוס" בעט ער זיך כמעט.. "דו ווייסט גאנץ גוט אז דו ליידסט נישט מיט גערעכטיגקייט. אין דיין פלאץ וואלט איך מסתמא אויך געטון ווי דיך. דו ביסט אן אומגליקליכער און דו האסט געטון וואס מ'האט דיר געהייסן... אויב דו וועסט אונז זאגן דעם אמת - וועט דאס זיין זייער א קלוגע שריט פון דיין זייט... מ'וועט דיך אוועק שיקן פון לאנד און מ'וועט זארגן פאר דיר אויף דיין גאנץ לעבן.. אויב דו וועסט נאר קאאפערירן מיט אונז און דו וועסט געבן א תשובה צום שאלה וואס באנעמט די גאנצע וועלט. אויב אבער דו וועסט ווייטער שווייגן, טוסטו ווייטער פארהוילן דעם אמת.. דו קלערסט טאקע אז דו שיצט אויפ'ן יודישן פאלק מיט דעם וואס דו צושמעטערסט דיך אליינס? פארוואס דארפסטו ליידן לחינם? די החלטה אבער איז אין דיינע הענט.. אויב דו וועסט נאר עפענען דאס מויל, קענסטו זיין גליקלעך א גאנץ לעבן".. | איין אווענט, ווען ר' מענדל זיצט אליינס מיט זיינע מחשבות, האט די טיר זיך געעפנט און פיר מענטשן זענען אריין געקומען. דער גענעראל האט גערעדט צו ר' מענדל: "זיי ריאליש [מציאות'דיג] ביילוס" בעט ער זיך כמעט.. "דו ווייסט גאנץ גוט אז דו ליידסט נישט מיט גערעכטיגקייט. אין דיין פלאץ וואלט איך מסתמא אויך געטון ווי דיך. דו ביסט אן אומגליקליכער און דו האסט געטון וואס מ'האט דיר געהייסן... אויב דו וועסט אונז זאגן דעם אמת - וועט דאס זיין זייער א קלוגע שריט פון דיין זייט... מ'וועט דיך אוועק שיקן פון לאנד און מ'וועט זארגן פאר דיר אויף דיין גאנץ לעבן.. אויב דו וועסט נאר קאאפערירן מיט אונז און דו וועסט געבן א תשובה צום שאלה וואס באנעמט די גאנצע וועלט. אויב אבער דו וועסט ווייטער שווייגן, טוסטו ווייטער פארהוילן דעם אמת.. דו קלערסט טאקע אז דו שיצט אויפ'ן יודישן פאלק מיט דעם וואס דו צושמעטערסט דיך אליינס? פארוואס דארפסטו ליידן לחינם? די החלטה אבער איז אין דיינע הענט.. אויב דו וועסט נאר עפענען דאס מויל, קענסטו זיין גליקלעך א גאנץ לעבן".. | ||
| שורה 182: | שורה 170: | ||
ר' מענדל האט גוט געוויסט אז די שלטונות זוכן עם פטור צו ווערן און וועלן נוצן יעדן מעגליכקייט אנצוקומען צו דעם. ער האט זייער זייער אכטונג געגעבן זיי נישט צו געבן קיין שום תירוץ צו גיין מיט עם בכח. ער האט געוויסט אז דא איז באשולדיגט דעם גאנצן יודישן פאלק און דער אחריות אנצוקומען צום משפט און אויפווייזן דעם שקר ליגט אויף עם. דאס איינציגע וועג ער קען ערפילן זיין אחריות איז דורכ'ן בלייבן ביים לעבן. ער האט געדארפט אלע כח וואס ער האט נאר געהאט כדי צו ליידן שטילערהייט און נישט געבן די נצחון צו די שונאים פון כלל ישראל. | ר' מענדל האט גוט געוויסט אז די שלטונות זוכן עם פטור צו ווערן און וועלן נוצן יעדן מעגליכקייט אנצוקומען צו דעם. ער האט זייער זייער אכטונג געגעבן זיי נישט צו געבן קיין שום תירוץ צו גיין מיט עם בכח. ער האט געוויסט אז דא איז באשולדיגט דעם גאנצן יודישן פאלק און דער אחריות אנצוקומען צום משפט און אויפווייזן דעם שקר ליגט אויף עם. דאס איינציגע וועג ער קען ערפילן זיין אחריות איז דורכ'ן בלייבן ביים לעבן. ער האט געדארפט אלע כח וואס ער האט נאר געהאט כדי צו ליידן שטילערהייט און נישט געבן די נצחון צו די שונאים פון כלל ישראל. | ||
== | == האפענונג == | ||
דער נערוועזקייט האט עם ארויסגעצויגן אלע כוחות. ער האט זיך געטרייסט מיט'ן ידיעה אז דעם יום המשפט ווערט אלס נענטער און דאן וועט קלאר ווערן פאר די אויגן פון דאס גאנצע וועלט אז ער איז אומשולדיג. מיט דעם וואס דאס וועט אויפגעוויזן ווערן, וועט אראפגיין פון דעם יודישן פאלק די סכנה פון אלע שרעקליכע אומגליקן וואס די שונאי ישראל ווילן מיט דעם פאלטשן חשד ארויפברענגען. דער וועלט וועט וויסן אז די יודן הרג'ענן נישט קיין גוים און צאפן נישט זייער בלוט. | דער נערוועזקייט האט עם ארויסגעצויגן אלע כוחות. ער האט זיך געטרייסט מיט'ן ידיעה אז דעם יום המשפט ווערט אלס נענטער און דאן וועט קלאר ווערן פאר די אויגן פון דאס גאנצע וועלט אז ער איז אומשולדיג. מיט דעם וואס דאס וועט אויפגעוויזן ווערן, וועט אראפגיין פון דעם יודישן פאלק די סכנה פון אלע שרעקליכע אומגליקן וואס די שונאי ישראל ווילן מיט דעם פאלטשן חשד ארויפברענגען. דער וועלט וועט וויסן אז די יודן הרג'ענן נישט קיין גוים און צאפן נישט זייער בלוט. | ||
| שורה 202: | שורה 187: | ||
ר' מענדל האט גוט געוויסט אז כאטש עס זעט אויס ווי די ריכטיגע רוצחים ווערן אנפלעגט, וועט די זאך נאך געדוירן צייט. אויב די שלטונות - וועלכע זענען געווען אזוי פארנומען "מברר" צו זיין די שילד קעגן עם - וואלט געווען אינטערסירט צו טרעפן די אמת'ע רוצחים, וואלט דאך נישט געווען קיין פשוט'ערע זאך ווי דעם. זיי דארפן נאר איינזעצן טשעביריאק און איר כנופיא. דאס וואלט געקאסט אסאך ווייניגער געלט און צייט ווי פרובירן צו "נייען" עפעס קעגן עם. דאס אמת אבער, איז נישט געווען פונקטליך וואס די "הויכע פענסטערס" האבן דא געוואלט... דאס איז אבער אלס געווען בעבר, טראכט ר' מענדל, יעצט אבער, וועט דער אמת ארויסקומען און אלע, אפילו די "שווארצע הונדערטער" וועלן פארשטיין אז ער איז אין תפיסה על לא עול בכפו און זיי מוזן עם באפרייען. ער האט שוין מצייר געווען ביי זיך דעם מאמענט ווען די שומרים וועלן אריינקומען און עם זאגן "ביילוס, דו ביסט פריי! דו ביסט ריין פון זינד! דו קענסט אהיים גיין".. | ר' מענדל האט גוט געוויסט אז כאטש עס זעט אויס ווי די ריכטיגע רוצחים ווערן אנפלעגט, וועט די זאך נאך געדוירן צייט. אויב די שלטונות - וועלכע זענען געווען אזוי פארנומען "מברר" צו זיין די שילד קעגן עם - וואלט געווען אינטערסירט צו טרעפן די אמת'ע רוצחים, וואלט דאך נישט געווען קיין פשוט'ערע זאך ווי דעם. זיי דארפן נאר איינזעצן טשעביריאק און איר כנופיא. דאס וואלט געקאסט אסאך ווייניגער געלט און צייט ווי פרובירן צו "נייען" עפעס קעגן עם. דאס אמת אבער, איז נישט געווען פונקטליך וואס די "הויכע פענסטערס" האבן דא געוואלט... דאס איז אבער אלס געווען בעבר, טראכט ר' מענדל, יעצט אבער, וועט דער אמת ארויסקומען און אלע, אפילו די "שווארצע הונדערטער" וועלן פארשטיין אז ער איז אין תפיסה על לא עול בכפו און זיי מוזן עם באפרייען. ער האט שוין מצייר געווען ביי זיך דעם מאמענט ווען די שומרים וועלן אריינקומען און עם זאגן "ביילוס, דו ביסט פריי! דו ביסט ריין פון זינד! דו קענסט אהיים גיין".. | ||
== נאך חקירות == | |||
נאכ'ן באזוך פון מר בארסקי, איז ר' מענדל געווען זייער נישט במנוחה. יעדן מאל ער האט געהערט פוסטריט האט ער געמיינט אז אט אט קומט מען שוין עם זאגן אז ער קען אהיים גיין. נאך אפאר טאג האט ער שוין אנגעהויבן קלערן אז אפשר האט דער אדוואקאט עם דאס געזאגט נאר כדי עם צו בארוהיגן וכו'. אפשר איז דער מצב אזוי נישט גוט אז מ'מוז עם געבן כח כדי צו קענען ביישטיין.. ער האט אבער געוויסט אז ביז יעצט האט מר בארסקי געמאכט א רושם פון אן אפענע מענטש וואס באהאלט גארנישט פון עם. אויב דער נייעס וואלט נישט גוט געווען [ח"ו] וואלט ער דאס אוודאי געזאגט. | נאכ'ן באזוך פון מר בארסקי, איז ר' מענדל געווען זייער נישט במנוחה. יעדן מאל ער האט געהערט פוסטריט האט ער געמיינט אז אט אט קומט מען שוין עם זאגן אז ער קען אהיים גיין. נאך אפאר טאג האט ער שוין אנגעהויבן קלערן אז אפשר האט דער אדוואקאט עם דאס געזאגט נאר כדי עם צו בארוהיגן וכו'. אפשר איז דער מצב אזוי נישט גוט אז מ'מוז עם געבן כח כדי צו קענען ביישטיין.. ער האט אבער געוויסט אז ביז יעצט האט מר בארסקי געמאכט א רושם פון אן אפענע מענטש וואס באהאלט גארנישט פון עם. אויב דער נייעס וואלט נישט גוט געווען [ח"ו] וואלט ער דאס אוודאי געזאגט. | ||
| שורה 220: | שורה 202: | ||
די זומער איז אריבער.. אויך די הערבסט ברענגט נישט קיין שינוי און די ווינטער קומט שוין נאנט. במשך די אלע חדשים איז קיינער נישט געקומען באזוכן ר' מענדל און ער האט קיין מושג נישט געהאט וואס גייט פאר אינדרויסן פון די ווענט פונ'ם תפיסה. די אלע האפענונג זיינע פון א שנעלע באפרייאונג אדער כאטש א משפט זענען צושמעטערט געווארן ווען עס איז נתברר געווארן אז דא הייבט זיך אן א גאנץ פרישע חקירה. עס איז קלאר אז עס איז דא געווארן א ענדערונג אין די מהלך הענינים אבער ר' מענדל אליינס איז אין די פינסטערניש. ערשט שפעטער איז נתברר געווארן דעם פונקטליכע אמת אין דעם פרשה. | די זומער איז אריבער.. אויך די הערבסט ברענגט נישט קיין שינוי און די ווינטער קומט שוין נאנט. במשך די אלע חדשים איז קיינער נישט געקומען באזוכן ר' מענדל און ער האט קיין מושג נישט געהאט וואס גייט פאר אינדרויסן פון די ווענט פונ'ם תפיסה. די אלע האפענונג זיינע פון א שנעלע באפרייאונג אדער כאטש א משפט זענען צושמעטערט געווארן ווען עס איז נתברר געווארן אז דא הייבט זיך אן א גאנץ פרישע חקירה. עס איז קלאר אז עס איז דא געווארן א ענדערונג אין די מהלך הענינים אבער ר' מענדל אליינס איז אין די פינסטערניש. ערשט שפעטער איז נתברר געווארן דעם פונקטליכע אמת אין דעם פרשה. | ||
== | == פארגיפטונג! == | ||
פון זיין צימערל אין תפיסה האט ר' מענדל נישט געקענט וויסן וואס גייט פאר ביי די "הויכע פענסטערס" אין קיעוו. וואס מר בארסקי האט עם דערציילט איז געווען דעם אמת לפי המצב פון דעמאלס. נאך די "גילוים" פון בראזול בראשובסקי וועגן די אמת'ע רוצחים פון אנדרושה, האט ער דאס איבערגעגעבן פאר איוואנוב, דער הויפט פון די אוכראנא אין קיעוו. איוואנוב האט דאן אנגעפירט א פונקטליכע חקירה בסוד סודות, און ווען ער האט קלאר מברר געווען דעם אמת האט ער דאס געשיקט צום הויך-געריכט אין קיעוו. לכתחילה זענען זיי בכלל נישט געווען אינטערסירט אין די גאנצע מעשה, כאטש דאס איז געקומען פון אן אפיציעלע מקור פון די שלטונות. ווען די אדוואקאטן פון ר' מענדל אבער, זענען דערפון געוואר געווארן, האבן זיי פארלאנגט אז מ'זאל נאכאמאל אנפאנגן דעם משפט מיט די נייע הוכחות. | פון זיין צימערל אין תפיסה האט ר' מענדל נישט געקענט וויסן וואס גייט פאר ביי די "הויכע פענסטערס" אין קיעוו. וואס מר בארסקי האט עם דערציילט איז געווען דעם אמת לפי המצב פון דעמאלס. נאך די "גילוים" פון בראזול בראשובסקי וועגן די אמת'ע רוצחים פון אנדרושה, האט ער דאס איבערגעגעבן פאר איוואנוב, דער הויפט פון די אוכראנא אין קיעוו. איוואנוב האט דאן אנגעפירט א פונקטליכע חקירה בסוד סודות, און ווען ער האט קלאר מברר געווען דעם אמת האט ער דאס געשיקט צום הויך-געריכט אין קיעוו. לכתחילה זענען זיי בכלל נישט געווען אינטערסירט אין די גאנצע מעשה, כאטש דאס איז געקומען פון אן אפיציעלע מקור פון די שלטונות. ווען די אדוואקאטן פון ר' מענדל אבער, זענען דערפון געוואר געווארן, האבן זיי פארלאנגט אז מ'זאל נאכאמאל אנפאנגן דעם משפט מיט די נייע הוכחות. | ||
| שורה 238: | שורה 217: | ||
איין טאג איז מר בארסקי געקומען אויף א באזוך. נאך זיי האבן אביסל געשמועסט, האט ער געזאגט אז ער האט א בקשה פאר ר' מענדל. ר' מענדל האט זיך געווינדערט וואס פארא בקשה ער קען האבן פון עם און ער האט געפרעגט "וואס קענט איר שוין בעטן פון מיר"! "איך וויל בעטן איר זאלט טון עפעס.. עפעס שווער.. אבער איר מוזט דאס טון"... "וואס? וואס איז דאס"? "דו זאלסט אויפהערן אננעמען די פעקלעך עסן פון דיין שטוב"!! ענטפערט ר' מענדל "אויב איר זאגט אזוי, וועל איך טון וואס איר הייסט מיר, איך פארשטיי אז איר ווייסט וואס איר טוט. אבער קענט איר מיר לפחות מסביר זיין פארוואס"? "יא"! ענטפערט מר בארסקי. "איך בעט אייך דאס צו טון ווייל די שווארצע הונדערטער האבן מפרסם געווען אז לעצטנס פרובירן די יודן אייך צו פארגיפטיגן! זיי טענה'ן אז די יודן האבן מורא אז דו וועסט 'מודה' זיין אין דיין 'שילד'.. פון דעם פארשטייען מיר אז די חברה ווילן זייער אייך שטיל מאכן.. און וועלן פרובירן צו פארגיפטיגן אייער עסן וואס איר באקומט פון שטוב כדי אז דער משפט זאל בטל ווערן אן דעם וואס זיי זאלן ליידן א שאנד קעגן די גאנצע וועלט ווען עס וועט נתגלה ווערן דעם אמת. זיי טראכטן אז אויב דו וועסט יעצט שטארבן [ח"ו] וועלן מענטשן ווייטער גלייבן אז דו ביסט געווען שולדיג. דערפאר האבן מיר מחליט געווען אז די איינציגע וועג איז אז דו זאלסט גענצליך אויפהערן באקומען עסן פון שטוב. אזוי וועלן זיי סיי נישט קענען זאגן אז די יודן האבן דיר פארגיפטעט און סיי זיי אליינס וועלן דיר נישט קענען פארגיפטיגן. מיר ווייסן אז דאס וועט זיין זייער שווער פאר אייך, אבער עס זעט אויס אז דאס איז די איינציגע וועג צוריקצוהאלטן די פלענער פון אט די מבקשי נפשך". | איין טאג איז מר בארסקי געקומען אויף א באזוך. נאך זיי האבן אביסל געשמועסט, האט ער געזאגט אז ער האט א בקשה פאר ר' מענדל. ר' מענדל האט זיך געווינדערט וואס פארא בקשה ער קען האבן פון עם און ער האט געפרעגט "וואס קענט איר שוין בעטן פון מיר"! "איך וויל בעטן איר זאלט טון עפעס.. עפעס שווער.. אבער איר מוזט דאס טון"... "וואס? וואס איז דאס"? "דו זאלסט אויפהערן אננעמען די פעקלעך עסן פון דיין שטוב"!! ענטפערט ר' מענדל "אויב איר זאגט אזוי, וועל איך טון וואס איר הייסט מיר, איך פארשטיי אז איר ווייסט וואס איר טוט. אבער קענט איר מיר לפחות מסביר זיין פארוואס"? "יא"! ענטפערט מר בארסקי. "איך בעט אייך דאס צו טון ווייל די שווארצע הונדערטער האבן מפרסם געווען אז לעצטנס פרובירן די יודן אייך צו פארגיפטיגן! זיי טענה'ן אז די יודן האבן מורא אז דו וועסט 'מודה' זיין אין דיין 'שילד'.. פון דעם פארשטייען מיר אז די חברה ווילן זייער אייך שטיל מאכן.. און וועלן פרובירן צו פארגיפטיגן אייער עסן וואס איר באקומט פון שטוב כדי אז דער משפט זאל בטל ווערן אן דעם וואס זיי זאלן ליידן א שאנד קעגן די גאנצע וועלט ווען עס וועט נתגלה ווערן דעם אמת. זיי טראכטן אז אויב דו וועסט יעצט שטארבן [ח"ו] וועלן מענטשן ווייטער גלייבן אז דו ביסט געווען שולדיג. דערפאר האבן מיר מחליט געווען אז די איינציגע וועג איז אז דו זאלסט גענצליך אויפהערן באקומען עסן פון שטוב. אזוי וועלן זיי סיי נישט קענען זאגן אז די יודן האבן דיר פארגיפטעט און סיי זיי אליינס וועלן דיר נישט קענען פארגיפטיגן. מיר ווייסן אז דאס וועט זיין זייער שווער פאר אייך, אבער עס זעט אויס אז דאס איז די איינציגע וועג צוריקצוהאלטן די פלענער פון אט די מבקשי נפשך". | ||
== | == נייע פאפירן == | ||
ר' מענדל האט מסכים געווען צום בקשה, אבער ער האט געוויסט אז די "שווארצע הונדערטער" קענען פארלאנגען פון איינער פון די שומרים פון תפיסה זאלן פארגיפטיגן דעם עסן פון תפיסה אויך. האט ער אריינגעגעבן א בקשה אז ער וויל אליינס נעמען דעם עסן פון די תפיסה פון דעם כללות'דיגע עסן. זיין חשבון איז געווען אז זיי וועלן אוודאי נישט פאר'סמ'ען דאס גאנצע עסן פון יעדן איינעם נאר כדי פטור צו ווערן פון עם... | ר' מענדל האט מסכים געווען צום בקשה, אבער ער האט געוויסט אז די "שווארצע הונדערטער" קענען פארלאנגען פון איינער פון די שומרים פון תפיסה זאלן פארגיפטיגן דעם עסן פון תפיסה אויך. האט ער אריינגעגעבן א בקשה אז ער וויל אליינס נעמען דעם עסן פון די תפיסה פון דעם כללות'דיגע עסן. זיין חשבון איז געווען אז זיי וועלן אוודאי נישט פאר'סמ'ען דאס גאנצע עסן פון יעדן איינעם נאר כדי פטור צו ווערן פון עם... | ||
| שורה 256: | שורה 232: | ||
אין אנפאנג זעט עס אויס זייער פשוט.. ווען זיי האבן בודק געווען דעם גוף פונ'ם קינד האבן זיי געטראפן אז מ'האט דאס קינד געשטאכן אסאך מאל. מ'האט געקענט זען אז די רוצחים האבן געפייניגט דעם קינד פאר'ן הרג'נען. יעצט מוז מען מברר זיין דעם סיבה אויפ'ן רציחה און אזוי קען מען אנטרעפן דעם רוצח. דא הייבט זיך אן א גאנצע רייע פון סיפורים מטורפים.. וואס נאכ'ן ליינען האט ר' מענדל שוין גוט פארשטאנען דעם יסוד אויף וואס די גאנצע שקר איז געבויט. די השתשלשות הענינים איז דארט געשטאנען מיט גרויס אריכות און דקדוק. | אין אנפאנג זעט עס אויס זייער פשוט.. ווען זיי האבן בודק געווען דעם גוף פונ'ם קינד האבן זיי געטראפן אז מ'האט דאס קינד געשטאכן אסאך מאל. מ'האט געקענט זען אז די רוצחים האבן געפייניגט דעם קינד פאר'ן הרג'נען. יעצט מוז מען מברר זיין דעם סיבה אויפ'ן רציחה און אזוי קען מען אנטרעפן דעם רוצח. דא הייבט זיך אן א גאנצע רייע פון סיפורים מטורפים.. וואס נאכ'ן ליינען האט ר' מענדל שוין גוט פארשטאנען דעם יסוד אויף וואס די גאנצע שקר איז געבויט. די השתשלשות הענינים איז דארט געשטאנען מיט גרויס אריכות און דקדוק. | ||
== | == די פאפירן == | ||
ער הייבט אן ליינען די השתלשלות הענינים לויט ווי די פאפירן באשרייבן זיי. "אינ'ם טאג כ' אדר תרע"א, האט אנדרושה פארלאזט זיין שטוב און איז געגאנגען אין שולע. שפעטער איז נתברר געווארן אז אר איז דארט נישט אנגעקומען. ער איז אויך נישט צוריקגעקומען צום שטוב. אין אנפאנג האט זיין מאמע געמיינט אז ער איז געגאנגען שלאפן ביי א קרוב, אבער צופרי איז פעסטגעשטעלט געווארן אז די קרובים האבן עם בכלל נישט געזען און מ'האט עם דאן אנגעהויבן זוכן. אין אנפאנג" שטייט דארט ווייטער, "זענען געווען שמועות אז דער מאמע איז אינגאנצן נישט געווען באזארגט און נאך מער ווי דעם, אפילו נאך זיין קערפער איז געפונען געווארן האט זי גארנישט געוויינט וכו'. דערפאר איז זי איינגעזעצט געווארן און די פאליציי האט דורכגעזוכט איר שטוב. נאך אפאר טאג איז די פאליציי געקומען צום מסקנא אז נישט נאר אז די שמועות האבן נישט געהאט קיין שום יסוד, נאר זיי זענען געווען המצאות פון אזעלכע וואס האבן איר פיינט געהאט. | ער הייבט אן ליינען די השתלשלות הענינים לויט ווי די פאפירן באשרייבן זיי. "אינ'ם טאג כ' אדר תרע"א, האט אנדרושה פארלאזט זיין שטוב און איז געגאנגען אין שולע. שפעטער איז נתברר געווארן אז אר איז דארט נישט אנגעקומען. ער איז אויך נישט צוריקגעקומען צום שטוב. אין אנפאנג האט זיין מאמע געמיינט אז ער איז געגאנגען שלאפן ביי א קרוב, אבער צופרי איז פעסטגעשטעלט געווארן אז די קרובים האבן עם בכלל נישט געזען און מ'האט עם דאן אנגעהויבן זוכן. אין אנפאנג" שטייט דארט ווייטער, "זענען געווען שמועות אז דער מאמע איז אינגאנצן נישט געווען באזארגט און נאך מער ווי דעם, אפילו נאך זיין קערפער איז געפונען געווארן האט זי גארנישט געוויינט וכו'. דערפאר איז זי איינגעזעצט געווארן און די פאליציי האט דורכגעזוכט איר שטוב. נאך אפאר טאג איז די פאליציי געקומען צום מסקנא אז נישט נאר אז די שמועות האבן נישט געהאט קיין שום יסוד, נאר זיי זענען געווען המצאות פון אזעלכע וואס האבן איר פיינט געהאט. | ||
| שורה 275: | שורה 248: | ||
יעצט גייט עס ווייטער.. יעצט דארף מען אויפווייזן אז די רציחה איז געטון געווארן פאר 'רעליגיעזע' סיבות. כדי מ'זאל קענען גלייבן דעם טענה, האבן די פאפירן געברענגט די דעת פון 'מומחים' פון די נוצרים, וועלכע זענען געווען גרייט 'פעסטצושטעלן' מיט א זיכערקייט און א קלארקייט אז די יודן באנוצן זיך מיט בלוט כדי צו באקן די מצות.. מער האט ער שוין נישט געקענט ליינען און ערשט צופרי האט ער ממשיך געווען. | יעצט גייט עס ווייטער.. יעצט דארף מען אויפווייזן אז די רציחה איז געטון געווארן פאר 'רעליגיעזע' סיבות. כדי מ'זאל קענען גלייבן דעם טענה, האבן די פאפירן געברענגט די דעת פון 'מומחים' פון די נוצרים, וועלכע זענען געווען גרייט 'פעסטצושטעלן' מיט א זיכערקייט און א קלארקייט אז די יודן באנוצן זיך מיט בלוט כדי צו באקן די מצות.. מער האט ער שוין נישט געקענט ליינען און ערשט צופרי האט ער ממשיך געווען. | ||
ובכן! וואס איז געווען די מיינונג פון אט די 'מומחים'? די פאפירן האבן דאס גאנץ קלאר ארויסגעשריבן. יוסטשינסקי איז גע'הרג'ט געווארן אויף גאר אן אומגעווענדליכע אופן, און מ'האט באלד חושש געווען אז דאס איז געווען צוטון מיט רעליגיע. זיי האבן זיך געקערט צום פראפעסאר סיקארסקי פון קיעוו ווי אויך צו צוויי פראפעסארן אין פעטראגראד, טראצקי און גלאגאיעוו. לבסוף האבן זיי אויך געבעטן די מיינונג פון דעם פראפעסאר 'מומחה' פראנאיטיס [זעה באלד]. די שאלה וואס מ'האט געפרעגט סיקארסקי, האט מען מסתמא נאך קיין נברא נישט געפרעגט.. ער איז געפרעגט געווארן אויב עס איז מעגליך צו באשטימען דעם גלויבונג פון א רוצח לויט די ראיות.. און אויב ער קען זאגן די סיבות וועלכע האבן צוגעברענגט צום רציחה. | ובכן! וואס איז געווען די מיינונג פון אט די 'מומחים'? די פאפירן האבן דאס גאנץ קלאר ארויסגעשריבן. יוסטשינסקי איז גע'הרג'ט געווארן אויף גאר אן אומגעווענדליכע אופן, און מ'האט באלד חושש געווען אז דאס איז געווען צוטון מיט רעליגיע. זיי האבן זיך געקערט צום פראפעסאר סיקארסקי פון קיעוו ווי אויך צו צוויי פראפעסארן אין פעטראגראד, טראצקי און גלאגאיעוו. לבסוף האבן זיי אויך געבעטן די מיינונג פון דעם פראפעסאר 'מומחה' פראנאיטיס [זעה באלד]. די שאלה וואס מ'האט געפרעגט סיקארסקי, האט מען מסתמא נאך קיין נברא נישט געפרעגט.. ער איז געפרעגט געווארן אויב עס איז מעגליך צו באשטימען דעם גלויבונג פון א רוצח לויט די ראיות.. און אויב ער קען זאגן די סיבות וועלכע האבן צוגעברענגט צום רציחה. | ||
| שורה 284: | שורה 253: | ||
כאטש דאס איז זייער א מאנדע שאלה, האט דער 'פראפעסאר' זיך נישט 'פארלוירן' און האט געענטפערט אז עס איז קלאר אז די רציחה איז געטון געווארן דורך א יוד כדי 'נקמה צו נעמען פון די גוים'... ער האט צוגעלייגט אז דאס האט געמוזט זיין דורך איינער וואס איז אינגאנצן ביים דעת. ער האט צוגעלייגט נאך פארשידענע 'הסברים'. [טראץ דעם וואס דער חוות דעת איז געווען א שטיק ליצנות, האבן עס די שלטונות אנגענומען אלס אן אמת'ע זאך]. די צוויי פראפעסארן פון פעטראגראד זענען געווען גאנץ אן אנדערע מעשה.. גלאגאיעוו האט געזאגט אז עס איז נישטא קיין שום חוק ביי יודן אז מ'מעג זיך באנוצן מיט בלוט לשום סיבה שהוא, און אוודאי נישט פאר רעליגיעזע ענינים. וויבאלד ער קען זיך אויס אין די פסוקים, ווייסט ער בבירור אז די תורה לאזט נישט נוצן בלוט און ער ווייסט נישט אז די איסור איז בטל געווארן עד היום הזה.. טראיעצקי האט געענטפערט מיט ענדליכע ווערטער. לגבי קבלה, האט טראיעצקי געזאגט אז אין דעם האט ער נישט קיין ידיעה און ער קען גארנישט זאגן בנוגע לה. דא האבן די שלטונות געטראפן וואס זיי זוכן.. עס איז דאך דא א גרויסע 'פראבלעם'.. די צוויי זענען געווען באוויסטע מומחים איבער גאנץ רוסלאנד. זיי האבן געהייסן פון די גרעסטע באקאנטע אין עניני יודן, און זיי זאגן אז די יודן נוצן בכלל נישט קיין בלוט.. וואס טוט מען דא? האבן זיי געזוכט די תשובה אין 'קבלה'.. זיי האבן איבערגעקערט הימל מיט ערד צו זוכן א 'מומחה' אין קבלה... זיי האבן געפונען פראנאיטיס, איינער פון וועם קיינער האט נאכנישט געהערט ביז יעצט, און ער האט געזאגט אז ער איז א גרויסע מומחה און גמרא און אויך אין 'קבלה'.. לויט זיין 'מומחיות' האט ער באשטימט אזוי: אלע יודישע רבנים, ווי אויך אלע יודן בכלל, זענען אייניג איז זייער שנאה קעגן די נוצרים. דערפאר קען ער באשטימען אז די איסור פון הרג'נען וואס שטייט אין די תורה איז נאר געזאגט געווארן פאר יודן... די נוצרים גייען נישט אריין בגדר 'אדם', לפי שיטתו.. [זעה שפעטעריגע פרקים]. ער האט אפילו א 'ראי'ה' אז די גמרא שטעלט צו בלוט צו מילך און וואסער... [י"ד שח"ט ד"ם]... נאך ער האט 'געענדיגט' מיט די גמרא, גייט דער 'מומחה' ווייטער צו קבלה.. ער איז 'מסביר' פונקטליך וויאזוי מ'דארף אויספירן א רציחה לויט'ן 'געזעץ' פון די יודן וכו' וכו'.. פראנאיטיס איז ממשיך מיט די 'דעות' פון אנדערע 'מומחים' ווי עם.. בפרט דערמאנט ער וואס איינער האט אמאל מעיד געווען ביי אן צווייטן משפט אין דעם ענין. דער איינער איז געווען א יוד וואס האט זיך גע'שמד'ט רח"ל. לויט פראנאיטיס איז ער אמאל געווען א 'רב' און יעצט איז ער א גלח.. לויט דעם משומד מעגן יודן עסן געקאכטע בלוט.. ער זאגט אויך אז דאס העלפט פאר קראנקהייטן פון די אויגן.. אפילו לויט פראנאיטיס, האט דער 'גלח' נישט אליין געזען ווי יודן עסן בלוט, ער האט דאס נאר געהערט פון זיין טאטע וועלכע האט עס עם 'מגלה' געווען בסוד סודות, און ער האט עם באשוואוירן אז ער וועט דאס קיינמאל נישט ווייטער זאגן, און ווילאנג ער איז געווען א יוד האט ער דאס איינגעהאלטן.. כנראה, אז ווען ער איז געווארן א גוי האט ער מחליט געווען 'מיטצוטיילן' דעם וויכטיגע 'ידיעה' מיט די גאנצע וועלט... | כאטש דאס איז זייער א מאנדע שאלה, האט דער 'פראפעסאר' זיך נישט 'פארלוירן' און האט געענטפערט אז עס איז קלאר אז די רציחה איז געטון געווארן דורך א יוד כדי 'נקמה צו נעמען פון די גוים'... ער האט צוגעלייגט אז דאס האט געמוזט זיין דורך איינער וואס איז אינגאנצן ביים דעת. ער האט צוגעלייגט נאך פארשידענע 'הסברים'. [טראץ דעם וואס דער חוות דעת איז געווען א שטיק ליצנות, האבן עס די שלטונות אנגענומען אלס אן אמת'ע זאך]. די צוויי פראפעסארן פון פעטראגראד זענען געווען גאנץ אן אנדערע מעשה.. גלאגאיעוו האט געזאגט אז עס איז נישטא קיין שום חוק ביי יודן אז מ'מעג זיך באנוצן מיט בלוט לשום סיבה שהוא, און אוודאי נישט פאר רעליגיעזע ענינים. וויבאלד ער קען זיך אויס אין די פסוקים, ווייסט ער בבירור אז די תורה לאזט נישט נוצן בלוט און ער ווייסט נישט אז די איסור איז בטל געווארן עד היום הזה.. טראיעצקי האט געענטפערט מיט ענדליכע ווערטער. לגבי קבלה, האט טראיעצקי געזאגט אז אין דעם האט ער נישט קיין ידיעה און ער קען גארנישט זאגן בנוגע לה. דא האבן די שלטונות געטראפן וואס זיי זוכן.. עס איז דאך דא א גרויסע 'פראבלעם'.. די צוויי זענען געווען באוויסטע מומחים איבער גאנץ רוסלאנד. זיי האבן געהייסן פון די גרעסטע באקאנטע אין עניני יודן, און זיי זאגן אז די יודן נוצן בכלל נישט קיין בלוט.. וואס טוט מען דא? האבן זיי געזוכט די תשובה אין 'קבלה'.. זיי האבן איבערגעקערט הימל מיט ערד צו זוכן א 'מומחה' אין קבלה... זיי האבן געפונען פראנאיטיס, איינער פון וועם קיינער האט נאכנישט געהערט ביז יעצט, און ער האט געזאגט אז ער איז א גרויסע מומחה און גמרא און אויך אין 'קבלה'.. לויט זיין 'מומחיות' האט ער באשטימט אזוי: אלע יודישע רבנים, ווי אויך אלע יודן בכלל, זענען אייניג איז זייער שנאה קעגן די נוצרים. דערפאר קען ער באשטימען אז די איסור פון הרג'נען וואס שטייט אין די תורה איז נאר געזאגט געווארן פאר יודן... די נוצרים גייען נישט אריין בגדר 'אדם', לפי שיטתו.. [זעה שפעטעריגע פרקים]. ער האט אפילו א 'ראי'ה' אז די גמרא שטעלט צו בלוט צו מילך און וואסער... [י"ד שח"ט ד"ם]... נאך ער האט 'געענדיגט' מיט די גמרא, גייט דער 'מומחה' ווייטער צו קבלה.. ער איז 'מסביר' פונקטליך וויאזוי מ'דארף אויספירן א רציחה לויט'ן 'געזעץ' פון די יודן וכו' וכו'.. פראנאיטיס איז ממשיך מיט די 'דעות' פון אנדערע 'מומחים' ווי עם.. בפרט דערמאנט ער וואס איינער האט אמאל מעיד געווען ביי אן צווייטן משפט אין דעם ענין. דער איינער איז געווען א יוד וואס האט זיך גע'שמד'ט רח"ל. לויט פראנאיטיס איז ער אמאל געווען א 'רב' און יעצט איז ער א גלח.. לויט דעם משומד מעגן יודן עסן געקאכטע בלוט.. ער זאגט אויך אז דאס העלפט פאר קראנקהייטן פון די אויגן.. אפילו לויט פראנאיטיס, האט דער 'גלח' נישט אליין געזען ווי יודן עסן בלוט, ער האט דאס נאר געהערט פון זיין טאטע וועלכע האט עס עם 'מגלה' געווען בסוד סודות, און ער האט עם באשוואוירן אז ער וועט דאס קיינמאל נישט ווייטער זאגן, און ווילאנג ער איז געווען א יוד האט ער דאס איינגעהאלטן.. כנראה, אז ווען ער איז געווארן א גוי האט ער מחליט געווען 'מיטצוטיילן' דעם וויכטיגע 'ידיעה' מיט די גאנצע וועלט... | ||
== | == דער משפט דערנענטערט זיך == | ||
כאילו עס איז נאכנישט גענוג מיט די אלע נארישקייטן, זענען די פאפירן ממשיך דן צו זיין וועגן געוויסע 'עדיות' וועלכע זענען כאילו מעיד אז ר' מענדל איז אריינגעמישט אינ'ם רציחה. איינער פון זיי איז די זון פון טשעביריאק, וועלכע האט 'געזען' 'אינטערסאנטע יודן' 'צדיקים' אינ'ם הויז פון ר' מענדל. וויבאלד דער זון איז אינצווישן שוין אריבער אויף א צווייטן וועלט... איז נישט געווען מעגליך מברר צו זיין דעם אמיתיות פון דעם 'עדות'.. בכל אופן האט זיין שוועסטער אויך צוגעשטימט אז עס איז אזוי געווען. לויט די פאפירן האבן ביידע געזאגט אז זיי זענען געגאנגען צום הויז פון ר' מענדל צו קויפן מילך, און זיי האבן געקוקט דורכ'ן פענסטער. זיי האבן דארט געזען צוויי יודן וועלכע האבן געהאט היטן מיט שווארצע מאנטלען.. זיי האבן צוגעלייגט אז זיי האבן זיך דערשראקן און זענען אנטלאפן. נאך מער ווי דעם האט דאס קינד פארציילט, אז אינ'ם טאג וואס אנדרושה איז נעלם געווארן, האט זי געשפילט מיט עטליכע קינדער אינ'ם חצר פון דעם ציגל פאבריק, און ביילוס איז אנגעקומען און האט זיי פארטריבן. אלע קינדער זענען אנטלאפן אבער זי איז געבליבן זען וואס דא גייט זיין, און דאן האט זי געזען ווי ביילוס, צוזאמען מיט נאך צוויי מענטשן, כאפן אן אנדרושה און שלעפן עם אריין אינ'ם הויז.. צווישן אנדערע סיפורים איז אויך דערמאנט געווארן דעם מעשה פון בריוו וואס ר' מענדל האט ארויסגעשיקט פון תפיסה צו זיין משפחה [ווי אויבן דערמאנט]. ווי עס שטעלט זיך אויס, האט דער שפיאן קוזאטשענקו [וועלכע איז געווען מיט ר' מענדל אין תפיסה און האט געטראגן דעם בריוו צו זיין משפחה] געהאט א שיינע דמיון.. ער האט מעיד געווען אז ר' מענדל האט נישט נאר געשריבן א בריוו, נאר ער האט עם אויך דערציילט אסאך סודות. לויט זיינע רייד האט ר' מענדל עם מציע געווען א גרויסן סכום געלט אויב ער וועט אויספירן א שליחות. דער שליחות איז געווען צו פאר'סמ'ען צוויי פון די עדים.. דער פלאן איז געווען אז געוויסע יודן וועלן עם געבן דעם סם צוזאמען מיט 50 רובל.. ר' מענדל האט עם דערויף צוגעזאגט אז דאס יודישע פאלט וועט עם באצאלן בעין יפה און וועלן עם מפרנס זיין עד סוף ימיו... למסקנא בלייבט אז ר' מענדל האט געפלאנט בכוונה תחלה, צוזאמען מיט אנדערע וועלכע מ'האט ביזדערווייל נישט געטראפן.. צו הרג'נען אנדרושה כדי צו נוצן זיין בלוט פאר זייער רעליגיע.. | כאילו עס איז נאכנישט גענוג מיט די אלע נארישקייטן, זענען די פאפירן ממשיך דן צו זיין וועגן געוויסע 'עדיות' וועלכע זענען כאילו מעיד אז ר' מענדל איז אריינגעמישט אינ'ם רציחה. איינער פון זיי איז די זון פון טשעביריאק, וועלכע האט 'געזען' 'אינטערסאנטע יודן' 'צדיקים' אינ'ם הויז פון ר' מענדל. וויבאלד דער זון איז אינצווישן שוין אריבער אויף א צווייטן וועלט... איז נישט געווען מעגליך מברר צו זיין דעם אמיתיות פון דעם 'עדות'.. בכל אופן האט זיין שוועסטער אויך צוגעשטימט אז עס איז אזוי געווען. לויט די פאפירן האבן ביידע געזאגט אז זיי זענען געגאנגען צום הויז פון ר' מענדל צו קויפן מילך, און זיי האבן געקוקט דורכ'ן פענסטער. זיי האבן דארט געזען צוויי יודן וועלכע האבן געהאט היטן מיט שווארצע מאנטלען.. זיי האבן צוגעלייגט אז זיי האבן זיך דערשראקן און זענען אנטלאפן. נאך מער ווי דעם האט דאס קינד פארציילט, אז אינ'ם טאג וואס אנדרושה איז נעלם געווארן, האט זי געשפילט מיט עטליכע קינדער אינ'ם חצר פון דעם ציגל פאבריק, און ביילוס איז אנגעקומען און האט זיי פארטריבן. אלע קינדער זענען אנטלאפן אבער זי איז געבליבן זען וואס דא גייט זיין, און דאן האט זי געזען ווי ביילוס, צוזאמען מיט נאך צוויי מענטשן, כאפן אן אנדרושה און שלעפן עם אריין אינ'ם הויז.. צווישן אנדערע סיפורים איז אויך דערמאנט געווארן דעם מעשה פון בריוו וואס ר' מענדל האט ארויסגעשיקט פון תפיסה צו זיין משפחה [ווי אויבן דערמאנט]. ווי עס שטעלט זיך אויס, האט דער שפיאן קוזאטשענקו [וועלכע איז געווען מיט ר' מענדל אין תפיסה און האט געטראגן דעם בריוו צו זיין משפחה] געהאט א שיינע דמיון.. ער האט מעיד געווען אז ר' מענדל האט נישט נאר געשריבן א בריוו, נאר ער האט עם אויך דערציילט אסאך סודות. לויט זיינע רייד האט ר' מענדל עם מציע געווען א גרויסן סכום געלט אויב ער וועט אויספירן א שליחות. דער שליחות איז געווען צו פאר'סמ'ען צוויי פון די עדים.. דער פלאן איז געווען אז געוויסע יודן וועלן עם געבן דעם סם צוזאמען מיט 50 רובל.. ר' מענדל האט עם דערויף צוגעזאגט אז דאס יודישע פאלט וועט עם באצאלן בעין יפה און וועלן עם מפרנס זיין עד סוף ימיו... למסקנא בלייבט אז ר' מענדל האט געפלאנט בכוונה תחלה, צוזאמען מיט אנדערע וועלכע מ'האט ביזדערווייל נישט געטראפן.. צו הרג'נען אנדרושה כדי צו נוצן זיין בלוט פאר זייער רעליגיע.. | ||
| שורה 304: | שורה 270: | ||
{{:מנחם מענדל בייליס/כה}} | {{:מנחם מענדל בייליס/כה}} | ||
== | == באשווערן די עדים == | ||
ווען ר' מענדל איז אריין אינ'ם בית המשפט, האט זיך געטון א גרויסע גערודער. מענטשן האבן גערעדט מיט א הויך קול, אנדערע זענען געלאפן אהין און אהער, איינגעשטעלטע מיט זייערע פאפירן וכו'. ווען דער ממונה האט געשריגן "שטיל! די שופטים קומען!" זענען אלע אנוועזנדע אויפגעשטאנען אויף די פוס. נאך איינגעשטעלטע זענען אריין און עס האט באלד געהערשט א שטילקייט. אלע האלטן די אטעם.. | ווען ר' מענדל איז אריין אינ'ם בית המשפט, האט זיך געטון א גרויסע גערודער. מענטשן האבן גערעדט מיט א הויך קול, אנדערע זענען געלאפן אהין און אהער, איינגעשטעלטע מיט זייערע פאפירן וכו'. ווען דער ממונה האט געשריגן "שטיל! די שופטים קומען!" זענען אלע אנוועזנדע אויפגעשטאנען אויף די פוס. נאך איינגעשטעלטע זענען אריין און עס האט באלד געהערשט א שטילקייט. אלע האלטן די אטעם.. | ||
| שורה 323: | שורה 286: | ||
איינער פון די בעלי עגלה האט מעיד געווען: "מיר זענען געווען א גאנצן צייט אינ'ם פאבריק. מיר זענען אפילו געשלאפן דארט. מיר ווייסן אלע אז ביילוס איז א ערליכע מאן". | איינער פון די בעלי עגלה האט מעיד געווען: "מיר זענען געווען א גאנצן צייט אינ'ם פאבריק. מיר זענען אפילו געשלאפן דארט. מיר ווייסן אלע אז ביילוס איז א ערליכע מאן". | ||
== | == וויסימירסקי == | ||
דער נעקסטע האט דערציילט: "בייליס פלעגט אויפשטיין זייער פרי. ווען מיר זענען געקומען צו דער ארבעט איז ער שוין דארט געווען. ער איז געווען א פלייסיגער און באגלייבטער ארבעטער. ער האט אכטונג געגעבן אויף אונז בקפידה אז מיר זאלן אויך אויפשטיין און גיין צו דער ארבעט בזמן. ער פלעגט כסדר דארפן אויפשטיין אינמיטן עסן וכו' כדי צו זען אז אונז זאלן נישט בטל'ן... ער האט נישט געהאט קיין מנוחה פון זיין ארבעט. | דער נעקסטע האט דערציילט: "בייליס פלעגט אויפשטיין זייער פרי. ווען מיר זענען געקומען צו דער ארבעט איז ער שוין דארט געווען. ער איז געווען א פלייסיגער און באגלייבטער ארבעטער. ער האט אכטונג געגעבן אויף אונז בקפידה אז מיר זאלן אויך אויפשטיין און גיין צו דער ארבעט בזמן. ער פלעגט כסדר דארפן אויפשטיין אינמיטן עסן וכו' כדי צו זען אז אונז זאלן נישט בטל'ן... ער האט נישט געהאט קיין מנוחה פון זיין ארבעט. | ||
רעדאגירונגען