אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישראל בעלסקי"
ק (החלפת טקסט – "[[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע" ב־"[[פאראייניגטע שטאטן") |
ק (החלפת טקסט – "שולחן" ב־"שלחן") |
||
שורה 16: | שורה 16: | ||
==ספרים== | ==ספרים== | ||
* שו"ת " | * שו"ת "שלחן הלוי" אויף שלחן ערוך | ||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == |
רעוויזיע פון 01:28, 8 דעצעמבער 2022
אמטן | ראש ישיבה |
---|
הרב חיים ישראל הלוי בעלסקי (כ"ה אב תרצ"ח, 22סטן אויגוסט 1938 - אוונט פון י"ט שבט ה'תשע"ו, 28סטן יאנואר 2016) איז געווען ראש ישיבה פון ישיבת תורה ודעת אין ברוקלין, ניו יארק, אן אמעריקאנער רב און א פוסק.
לעבנסגעשיכטע
ישראל בעלסקי איז געבוירן געווארן צו רב בערל בעלסקי און זיין ווייב חנה, טאכטער פון הרב בנימין ווילהעלם, פון די גרינדער פון דער תורה ודעת ישיבה. ער האט געלערנט אין תורה ודעת אין ברוקלין און האט באקומען היתר הוראה פון דער ישיבה אין תשכ"ב, 1962. ער האט אויך געלערנט אין בית מדרש עליון אין מאנסי, און אין תשכ"ה, 1965, האט ער באקומען היתר הוראה אויף פון רבי משה פיינשטיין.
ער איז געווארן א מגיד שיעור אין תורה ודעת, און נאך דער פטירה פון הרב אברהם יעקב פאם איז ער געווארן ראש ישיבה. אויך איז הרב בעלסקי געווען דער רב פון די זומער קעמפס פון אגודת ישראל אין די פאראייניגטע שטאטן.
הרב בעלסקי איז נפטר געווארן די אוונט פון י"ט שבט ה'תשע"ו, דעם 28סטן יאנואר 2016.[1]
זיין טאכטער תמר איז די ווייב פון שלמה יהודה רעכניץ פון לאס אנדזשעלעס.
ספרים
- שו"ת "שלחן הלוי" אויף שלחן ערוך
רעפערענצן
- ↑ ישראל כהן, אבל בעולם התורה: ראש ישיבת "תורה ודעת" הלך לעולמו, אויף כיכר השבת, 29סטן יאנואר 2016
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!