רוי:רבי ישראל בעלסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי ישראל בעלסקי
געבורט כ"ה אב תרצ"ח
טויט י"ט שבט ה'תשע"ו (אלט: 77)
אמטן ראש ישיבה

הרב חיים ישראל הלוי בעלסקי (כ"ה אב תרצ"ח, 22סטן אויגוסט 1938 - אוונט פון י"ט שבט ה'תשע"ו, 28סטן יאנואר 2016) איז געווען ראש ישיבה פון ישיבת תורה ודעת אין ברוקלין, ניו יארק, אן אמעריקאנער רב און א פוסק

לעבנסגעשיכטע

ישראל בעלסקי איז געבוירן געווארן צו רב בערל בעלסקי און זיין ווייב חנה, טאכטער פון הרב בנימין ווילהעלם, פון די גרינדער פון דער תורה ודעת ישיבה. ער האט געלערנט אין תורה ודעת אין ברוקלין און האט באקומען היתר הוראה פון דער ישיבה אין  תשכ"ב, 1962. ער האט אויך געלערנט אין בית מדרש עליון אין מאנסי, און אין תשכ"ה, 1965, האט ער באקומען היתר הוראה אויף פון  רבי משה פיינשטיין.

ער איז געווארן א מגיד שיעור אין תורה ודעת, און נאך דער פטירה פון הרב אברהם יעקב פאם איז ער געווארן ראש ישיבה. אויך איז הרב בעלסקי געווען דער רב פון די זומער קעמפס פון אגודת ישראל אין די פאראייניגטע שטאטן.

הרב בעלסקי איז נפטר געווארן די אוונט פון י"ט שבט ה'תשע"ו, דעם 28סטן יאנואר 2016.[1]

זיין טאכטער תמר איז די ווייב פון שלמה יהודה רעכניץ פון לאס אנדזשעלעס.

ספרים

  • שו"ת "שלחן הלוי" אויף שלחן ערוך

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!