אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פידל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 23: שורה 23:


[[קאַטעגאָריע:מוזיק אינסטרומענטן]]
[[קאַטעגאָריע:מוזיק אינסטרומענטן]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 22:04, 27 נאוועמבער 2022

Violin.JPG

דער פידל ווערט פאררעכנט װי דער קעניג פון די מוזיק אינסטרומענטן, צוליב די הארציקע מעלאדיעס וואס ער גיט ארויס און וואס מאַכן אים א יחיד במינו צװישן אלע אינסטרומענטן אין די ארקעסטערס.

דער פידל געהערט צו דער פאַמיליע פון די סטרונע אינסטרומענטן. מע שפילט דעם פידל מיט א שטעקעלע אױף װאס עס זענען געשפּאַנט פערדהאָר און װאָס מע רופט אָן דעם סמיטשעק. דער פידלער פירט דעם סמיטשיק ארויף און אראפ אויף די פידלבענדלעך (די סטרונעס). די רײַבונג פון די פערדהאָר אױף די סטרונעס איז גורם װיבראַציעס װאָס ברענגען אַרױס פון די פאַרשײדן גראָבע סטרונעס פאַרשײדן הױכע טענער. װאָס גרעבער די סטרונע, װאָס טיפער דער טאָן. אַז מע זאָל פון די פיר סטרונעס פונעם פידל אַרױסברענגען מער װי פיר טענער, קען דער פידלער די סטרונע װאָס ער שפּילט אָן מיטן סמיטשיק פאַרקירצן דורך אַרױפלײגן אַ פינגער אױף דער סטרונע. װאָס קירצער דער חלק פון דער סטרונע װאָס קען װיברירן, װאָס העכער דער געשאַפענער טאָן. בשעת'ן שפילן מיטן פידל, דריקט מען צו דעם קלאַנגקערפּער פונעם פידל צווישן דעם האלז און די אקסל. מיט איין האנט האלט מען דעם פידל און פאַרקירצט די סטרונעס, מיט דער אַנדערער באַװעגט מען דעם סמיטשיק.

אין דער פידל־פאמיליע זענען פאראן עטליכע ערליי.

  1. דער קאנטראבאס גיט ארויס די נידריגסטע קלאנגען (באס). מע שפּילט אים געװײנטלעך שטײענדיק.
  2. דער טשעלא גיט אַרױס מיטעלע טענער און װערט אַװעקגעשטעלט אױף דער פּאָדלאָגע, נאָר דער טשעליסט שפּילט זיצנדיק.
  3. די װיאלע איז קלענער פון טשעלאָ און גרעסער פון פידל און מע שפּילט זי פּונקט װי דער פידל.

די פרייזן פאר א פידל זענען איינגעטיילט לויט די ווערט פונעם האלץ און לויטן נאמען פון פארביצירער. דער אונטערשייד איז אז די ביליקע פילדעך זענען קלעצער, די צווייטער קאטעגאריע פון $800 און העכער זענען געמאכט פון אזעלכע סארטן האלץ וואס פארשענערן דעם קול װאָס מער װאָס עלטער עס ווערט.

איבער דער וועלט

אין מעקסיקא ניצט מען א פידל אין מאריאטשי מוזיק.


יידישקייט

אין תלמוד שטייט אז דוד המלך האט געהאט א הארף העכער זיין בעט וואס פלעגט אים וועקן יעדע נאכט ביי חצות, דורך א ווינטל וואס פלעגט בלאזן דערויף.

אין תלמוד שטייט אז שפילן אויף א פידל איז א קלוגשאפט און נישט א מלאכה. געוויסע חסידישע אדמור"ים וו.צ.ב. ר' מרדכ'לע נאדווערנער פלעגן שפילן אויפן פידל.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!