אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישכר בעריש אייכנשטיין (דאלינע)"
ק (אינערליכע פארבינדונגען, הרב>רבי) |
(←פאמיליע: רבי) |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
==פאמיליע== | ==פאמיליע== | ||
'''רבי ישכר בעריש''' האט געהייראט א טאכטער פון '''[[רבי אברהם בראנדוויין|אברהם פון סטרעטין]]'''. זייערע קינדער: | '''רבי ישכר בעריש''' האט געהייראט א טאכטער פון '''[[רבי אברהם בראנדוויין|רבי אברהם פון סטרעטין]]'''. זייערע קינדער: | ||
* '''רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין''' ([[ה'תרי"ח]] - [[י"ב אייר]] [[ה'תרס"ט]]), פון [[דאלינע]]. | * '''רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין''' ([[ה'תרי"ח]] - [[י"ב אייר]] [[ה'תרס"ט]]), פון [[דאלינע]]. | ||
שורה 25: | שורה 25: | ||
* די ווייב פון '''רבי פנחס רוקח''', פון [[קארוב]]. | * די ווייב פון '''רבי פנחס רוקח''', פון [[קארוב]]. | ||
* מרת מרים, ווייב פון '''רבי יצחק יעקב דוד האגער''' ([[ה'תרכ"ו]] <small>(אומגעפער)</small> - [[י"ג אדר]] [[ה'תרצ"ב]]), פון [[סטראזשניץ]], א זון פון [[רבי ברוך האגער]], דער צווייטער וויזשניצער רבי, באקאנט אלס דער אמרי ברוך. | * מרת מרים, ווייב פון '''רבי יצחק יעקב דוד האגער''' ([[ה'תרכ"ו]] <small>(אומגעפער)</small> - [[י"ג אדר]] [[ה'תרצ"ב]]), פון [[סטראזשניץ]], א זון פון [[רבי ברוך האגער]], דער צווייטער וויזשניצער רבי, באקאנט אלס דער אמרי ברוך. | ||
== רעפערענצן== | == רעפערענצן== |
רעוויזיע פון 16:58, 27 נאוועמבער 2022
רבי ישכר בעריש אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקצ"ה - כ"ט שבט ה'תרמ"ו), רבי אין דאלינע, באוואוסט אלס "רבי בעריש דאלינער".
אפשטאם
רבי ישכר בעריש איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ה (אומגעפער), דער דריטער זון צו זיין פאטער, רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער מהרי"א, א זון פון רבי ישכר בעריש אייכנשטיין רב אין זידיטשוב, דער פערטער זון פון יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין.
רבנות
אין יאר ה'תרט"ז איז רבי ישכר בעריש שוין געווען דיין אין זידיטשוב. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תרל"ג איז ער געווארן רב און רבי אין דאלינע
רבי ישכר בעריש איז געווען זייער באליבט ביי די צדיקים פון זיין צייט, און ער האט געהאט א גרויס געפארכטס. ביים צוזאמנקומפט פון דער גרינדונג פון מחזיקי הדת אין לעמבערג איז רבי ישכר בעריש געזעסן אויבן-אן צוזאמען מיט די רביס פון בעלזא, וויזשניץ, און שינאווא.
זיינע תורות זענען אינעם ספר ליקוטי תורה מהר"י.
הסתלקות
רבי ישכר בעריש איז געפארן אויף א שבת קיין ווערעצקי, אונגארן, פרייטאג צו נאכטס האט מען אים איינגעזעצט מיט אן אויסרייד אז זיינע פאפירן זענען נישט אין ארדענונג, זיינע חסידים האבן ערלעדיגט און אים באפרייט, אבער ער האט זיך שטארק איבערגענומען דערפון, און איז באלד נאכדעם נפטר געווארן כ"ט שבט ה'תרמ"ו.
פאמיליע
רבי ישכר בעריש האט געהייראט א טאכטער פון רבי אברהם פון סטרעטין. זייערע קינדער:
- די ווייב פון רבי פנחס רוקח, פון קארוב.
- מרת מרים, ווייב פון רבי יצחק יעקב דוד האגער (ה'תרכ"ו (אומגעפער) - י"ג אדר ה'תרצ"ב), פון סטראזשניץ, א זון פון רבי ברוך האגער, דער צווייטער וויזשניצער רבי, באקאנט אלס דער אמרי ברוך.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר