אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אייראסטאר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "pא" ב־"פא")
ק (החלפת טקסט – "pו" ב־"פו")
שורה 48: שורה 48:
די צייטן וואס דערשיינען דא זענען די גיכסטע לויטן פאָרפלאן.
די צייטן וואס דערשיינען דא זענען די גיכסטע לויטן פאָרפלאן.
|}
|}
זײַט 9 דעצעמבער [[2007]] האט אייראסטאר 17 באנען יעדן טאג (19 פרייטאג) לאנדאן-פאריז, pון זיי 7 אן אפשטעל, און 10 לאנדאן-בריסל כולל 3 אן אפשטעל.{{הערה|
זײַט 9 דעצעמבער [[2007]] האט אייראסטאר 17 באנען יעדן טאג (19 פרייטאג) לאנדאן-פאריז, פון זיי 7 אן אפשטעל, און 10 לאנדאן-בריסל כולל 3 אן אפשטעל.{{הערה|
{{cite web
{{cite web
|url=http://www.eurostar.com/pdf/timetables/timetables_english.pdf
|url=http://www.eurostar.com/pdf/timetables/timetables_english.pdf

רעוויזיע פון 08:00, 25 נאוועמבער 2022

אייראסטאר סימבאל
אייראסטאר באנען אין וואטערלו אינטערנאציאנאלע סטאנציע
אן אייראסטאר אויפן CTRL פארנדיג אדורך די מעדוויי שטעט

אייראסטאר איז א באן ליניע צווישן לאנדאן און קענט אין בריטאניע מיט פראנקרייך (בעיקר פאריז און ליל) און בריסל אין בעלגיע. די באנען פארן אריבער דעם ענגלישן קאנאל דורך דעם קאנאל טונעל. אין דרום ענגלאנד האט מען אויסגעבויט א נייע באן ליניע צום זעלבן גיך-באן סטאנדארדן ווי אין פראנקרייך. די צווייטע פאזע פון דער נייע ליניע פון דער נייער סט פאנקראס באן סטאנציע האט געעפנט 09:00 אום 14טן נאוועמבער 2007; זי הייסט היי ספיד 1 (ענגליש: High Speed 1).

זייט די ערשטע הכנסה-פארדינענדיגע אייראסטאר באנען זענען געפארן אין נאוועמבער 1994, האט אייראסטאר גענומען א הערשנדיגן חלק פון דעם מארק אויף זיינע רוטען. אום נאוועמבער 2004 האט אייראסטאר געמאלדן אז זיין חלק פון דעם קאמבינירטן באן/לופט מארק געוואקסן ביז 68% פון לאנדאן-פאריז און 63% פון לאנדאן-בריסל. די געזעלשאפט מערקט אן אז דאס רעפרעזענטירט אן איינשפארונג פון 393,000 קורץ-מהלך פליען.

ארבעט וואס מען האלט ביים ענדיגן לעבן בריסל זיד וועט באזארגן א פארבעסערונג פון נאך פיר מינוט פאר אלע באנען קיין בריסל. מיט דער נייער בריטישער באן פארבינדונג איז געווארן מעגלעך א דינסט ביז 8 באנען אין יעדער ריכטונג פון לאנדאן קיין קאנטינענטאל אייראפע.

טייל אייראסטאר דינסטן שטעלן זיך אפ ביי סטאנציעס אונטערוועג קיין בריסל און פאריז. די אונטערוועג סטאנציעס זענען אשפארד אינטערנאציאנאל, און קאלע-pרעטהון און ליל-אייראפע אין צפון פראנקרייך. אייראסטאר האט אויך א טעגלעכע דינסט קיין דיזנילאנד פאריז און (זייט 1טן מיי 2015) קיין ליאן און מארסיי. אין זומער איז פאראן א דינסט קיין אוויניאן און אין ווינטער קיין בורג סט-מאריס, לא פלאניע און מוטיער אין די פראנצויזישע אלפן.

די טיילן פונעם באן נעצווערק אין פראנקרייך און בעלגיע ווערן געטיילט מיט דער Thalys פאריז-בריסל דינסט.

הויפט סטאנציעס

אייראסטאר רוטעס

אייראסטאר רוטע מאפע
BSicon KBHFa.svg 0:00 סט פאנקראס אינטערנאציאנאל אונטערגרונט רונדל
BSicon TUNNEL1.svg
BSicon eHST.svg סטראטפארד אינטערנאציאנאל DLR רונדל
BSicon TUNNEL1.svg
BSicon TUNNEL1W.svg טעמז טייך
BSicon HST.svg 0:14 עבסpליט אינטערנאציאנאל
BSicon leer.svgBSicon eABZg+r.svgBSicon exLSTRq.svg פאקהאם קניפ
BSicon HST.svg 0:29 אשפארד אינטערנאציאנאל
BSicon tSTRa.svg
BSicon tZOLL.svg בריטאניע-פראנקרייך גרענעץ (קאנאל טונעל 0:21 אדורכפארן)
BSicon tSTRe.svg
BSicon HST.svg 0:55 קאלע-pרעטהון
BSicon BHF.svg 1:22 ליל-אייראפע
BSicon STR+r.svgBSicon ABZgl.svgBSicon leer.svg
BSicon GRENZE.svgBSicon STR.svgBSicon leer.svg פראנקרייך-בעלגיע גרענעץ
BSicon KBHFe.svgBSicon ABZgr.svgBSicon STR+l.svg 2:01 בריסל זיד
BSicon STR+r.svgBSicon ABZgl.svgBSicon KBHFe.svg 2:16 פאריז גאר דו נארד
BSicon KHSTe.svgBSicon STR.svgBSicon leer.svg 2:33 Marne-la-Vallée – Chessy (Disneyland)
BSicon leer.svgBSicon ABZgr.svgBSicon STR+l.svg
BSicon leer.svgBSicon STR.svgBSicon INT.svg 4:41 Lyon-Part-Dieu
BSicon leer.svgBSicon STR.svgBSicon HST.svg 5:49 אוויניאן צענטער
BSicon leer.svgBSicon STR.svgBSicon KINTe.svg 6:27 מארסיי-סט-שארל
BSicon HST.svg 7:12 מוטיער (סקי)
BSicon eHST.svg 7:30 Aime la Plagne (סקי: נאר אפשטייגן)
BSicon KHSTe.svg 7:51 Bourg Saint Maurice (סקי)

די צייטן וואס דערשיינען דא זענען די גיכסטע לויטן פאָרפלאן.

זײַט 9 דעצעמבער 2007 האט אייראסטאר 17 באנען יעדן טאג (19 פרייטאג) לאנדאן-פאריז, פון זיי 7 אן אפשטעל, און 10 לאנדאן-בריסל כולל 3 אן אפשטעל.[1] בדרך כלל שטעלן אפ די באנען ביי ליל-אייראפע, קאלע-pרעטהון און עבסpליט אינטערנאציאנאל. דריי באנען א טאג קיין פאריז שטעלן זיך אפ אין אשפארד אינטערנאציאנאל.

רעפערענצן

  1. "Eurostar Service from 9 December 2007 to 5 July 2008" (PDF). Retrieved 2007-12-16.

דרויסנדיקע פארבינדונגען