אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אומקער געזעץ"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:40, 22 נאוועמבער 2022
ישראל דער אומקער געזעץ (העברעיש: חוק השבות), איז א געזעץ אין מדינת ישראל וואס גיט רעכט צו יעדן ייד אימיגרירן אין ישראל, און ווערן א בירגער.
דער געזעץ איז באשטעטיגט געווארן אין 1951, דורכן כנסת, און יעדער מענטש וואס לויט די נאצישע נירנבערג געזעצן, איז א ייד. איז בארעכטיגט צו ישראל בירגערשאפט.
צו דעם אלעם קומט אבער צו דער גוט בארימטער פראגע, "ווער איז א ייד", דער ראבינאט אין ישראל אנערקענט בלויז אינעם ארטאדאקסישן ייד, ד"מ איימיצער וואס איז אריבער גירות ביי א רעפארם, אדער קאנסערוואטיוו ראביי, איז נישט קיין ייד.
אין געוויסע פעלער איז פאראן אן אויסנאם פונעם אומקער געזעץ ביי א מענטש וואס איז באשולדיגט מיט שווערע פארברעכן. ווען מאיר לענסקי האט געוואלט אויסניצן דעם אומקער געזעץ אין די 1970ער יארן צו אנטלויפן פון אמעריקע און וואוינען אין ישראל האט מען געניצט דעם אויסנאם און מ'האט אים נישט געגעבן ישראל בירגערשאפט.