אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אליעזר בן הורקנוס"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 175: שורה 175:


[[קאַטעגאָריע:תנאים]]
[[קאַטעגאָריע:תנאים]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 22:34, 27 נאוועמבער 2022

רבי אליעזר בן הורקנוס, איז דער באקאנטער תנא רבי אליעזר הגדול, א תלמיד מובהק פון רבן יוחנן בן זכאי, וואס ווערט דערמאנט צוויי הונדערט און דריי און ניינציג מאל אין משניות.

ער האט געשטאמט פון משה רבינו ווי עס שטייט אין מדרש אז משה רבינו האט געזאגט יהי רצון שיצא זה מחלצי (עיין במדב"ר פי"ט).

רבי אליעזר בן הורקנוס איז געווען פון בית שמאי ("רבי אליעזר שמותי"). זיין בר פלוגתא אין גאנץ ש"ס איז רבי יהושע בן חנניה.

זיין געבונדענשאפט מיט זיין רבי

ר' אליעזר איז געווארן פון די גאר גרויסע תלמידים פן זיין רבי רבי יוחנן בן זכאי, אין גמרא ווערט פארציילט אז בשעת מען האט ארוםגערונגעלט ירושלים ביים צווייטן חורבן בית המקדש איז ער געווען צווישן די פינף גרויסע תלמידים וואס האבן ארויס געטראבן זיין בעט ווען ער האט זיך געמאכט טויט כדי ער זאל קענען רעדן מיט אספיינוס קיסר (גיטין נו.).


וויאזוי ער האט אנגעפאנגן צו לערנען תורה

עס ווערט פארציילט וויאזוי ער האט אנגעהויבן צו לערנען תורה אין די ערשטע צוויי פרקים פון פרקי דרבי אליעזר, און אין אבות דרבי נתן פרק ו'.

די מעשה איז אזוי געווען, זייט טאטע הורקנוס איז געווען א ריזן עושר, געהאט גאר אסאך פעלדער און אסאך געלד, ער האט געארבייט ביין זיין טאטע, ער האט אבער זייער געוואלט לערענן, אבער זיין טאטע האט אים נישט געשקיט לערנען, ווען ער איז אלט געוען צוויי און צוואנציג יאהר (אבדר"נ פ"ו) אדער אכט און צוואנציג יאהר (פרק"א). ער איז געקומען צו זיין טאטע און געזאגט: טאטע איך וויל גיין לערענן תורה, האט אים זיין טאטע געזאגט די מוזט גיין קודם אקערן אין פעלד און דערנאך עפעס עסן, איז ער געגאנען אין פעלד, און פון דארט איז ער גלייך ארויף צו רבי יוחנן בן זכאי.

ווען ער האט געאקערט צוזאמען מיט זיינע ברודער אין פעלד, אינמיטן אקערן האט זיך צובראכן די פיס פון די קי וואס ער האט געאקרט, האט ער געזאגט: לטובתי נשברה רגל פרתי, עס איז מיר געווען א טובה פאר מיר אז די פיס פון די קי האט זיך צובראכן, אצינד וועל איך גיין לערנען תורה.

פון דארט איז ער אנטלאפן צו רבן יוחנן בן זכאי, ער האט זייער פלייסיג געלערנט, די תלמידים זענען געקומען זאגט פאר רבי יוחנן אז עס קומט ארויס זייער א שלעכטן גערוך פון זיין מויל, ווייל ער האט נישט צו עסן, און ער עסט שטיקער ערד, האט אים רבי יוחנן בן זכאי געזאגט אזוי ווי די האסט מיאוס געמאכט דיין מויל כדי די זאלסט קענען לערנען תורה, אזוי וועט די גערויך פון דיין תורה גיין פון איין עק וועלט צו די אנדערע.

ווען ער האט זיך געזאגט פאר רבן יוחנן איינמאל האט רבי יוחנן געשפירט א שלעכטן ריח פון זיין מויל, פרעגט ער אים מיין קינד אליעזר האסט שוין עפעס געגעסן, האט אליעזר גארנישט געענפטערט, פרעגט ער אים ווידער אליעזר האסט שוין געגעסן, אבער ער שווייגט, האט רבי יוחנן געשיקט צו זיין גאסט הויז און געפרעגט צו מען גיט אים דארט צו עסן, זאגן זיי ניין, מיר האבן געמיינט ער עסט ביים רבין, און רבי יוחן האט געמיינט ער עסט ביין זיין גאסט הויז, האט אים רבי יוחנן געבענטש מיט די ברכה אז עס זאל ארויס גיין א גוטען נאמען פון זיין תורה.

זיינע ברידער האבן דאס נישט אויסגעהאלטן, זיי האבן געזאגט פארן אלטן טאטן הורקנוס, קוקט אליעזר האט אייך איבערגעלאזט אצינד ווען איר זענט שוין א אלטער מענטש, אונז פלאגן זיך יעצט מיט די פעלדער, און שפעטער ביים ירש'נען פון אייך וועט ער וועלן האבן דעם זעלבן חלק ווי אונז אלע, עס איז נישט קיין יושר, האט דער טאטע מחליט געווען ער וועט ארויף גיין צו די חכמים אין ישיבה כדי מגלה דעת זיין פאר יעדן אז זיין זוהן אליעזר האט נישט קיין חלק אין זיין פארמעגן.

רבי יוחנן האט געהערט אז דער גרויסער עושר הורקנוס קומט צו אים אין ישיבה, האט ער געזאגט פאר די גבאים פון דער ישיבה אויב אליעזר וועט זיך וועלן זעצן זאלט איהר אים נישט לאזן, אליעזר קומט אריין מען לאזט אים אבער אין ערגעץ זיך נישט זעצן אין ישיבה, האט ער געמוזט ארויף גיין אויבן אהן דארט ווי אלע חשובע אידן זיצן, עס זענען דארט געזעסן די ריזן עשירים די רייכסטע לייט פון דער גאנצער מדינה ווי בן ציצית הכסת און נקדימון בן גוריון, און בן כלבא שבוע. אליעזר האט זייער געציטערט אבער רבי יוחנן האט אים געזאגט היינט איז דיין רייע צו זאגן א דרשה, ער האט זייער מורא געהאט צו רעדן אבער די חבירים האבן אים זייער איבערגערעדט, האט ער אנגעהויבן צו דרש'נען רייד שלא שמעתן אוזן מעולם, אזעלכע תורה וואס מען האט נאך נישט געהערט ביז היינט, האט רבי יוחנן זיין רבי זיך נישט געקענט איינהאלטן און אים געקושט אויף די שטערן.

הורקנוס איז אריין געקומען אין בית המדרש און קוקט זיך גיט אים און זעהט אז דאס איז גאר זיין זוהן, וואס פון א פעלד ארבעטער איז אויסגעוואקסן א תורה ריז, רופט ער זיך אהן, אין בין אהער געקומען צו מאכן א נדר אז דו זאלסט נישט האבן קיין חלק אין מיין פארמעגן, דערווייל מאך איך א פארקערטן נדר, אז מיין גאנץ פארמעגן געהערט פאר דיר, זאגט אים זיין זוהן אליעזר ניין טאטע, איך נעם נישט אייערע פארמעגן, איך וועל האבן א חלק דערין פונקט ווי אלע מיינע אנדערע ברידער (פרקי דר"א פ"א, בר"ר פמ"ב, אדר"נ).

די גמרא זאגט אז ער האט געהאט זייער שיינע קינדער, וויבאלד ער האט זיך געפירט איידל צוזאמען מיט זיין ווייב (נדרים כ:).

ער האט געוואוינט אין דער שטאט לוד, און האט דארט געהאט א בית דין ווי די גמרא זאגט צדק צדק תרדוף יאג זיך נאך א גוטן בית דין אזוי ווי ר' אליעזר האט אין לוד (סנהדרין לב:).

נאך דער פטירה פון רבן יוחנן בן זכאי האט ר' אליעזר פארלאזט בית הלל און איז אריבערגעגאנגען לערנען אין דער ישיבה פון בית שמאי.[1]

זיינע גרויסע מעלות

זיין רבי רבי יוחנן האט אים געלויבט ער איז א "בור סיד שאינו מאבד טיפה" ער איז א פארמאכטער גרוב וואס פארלירט נישט קיין ווארט תורה. ער איז אייביג געווען דער ערשטער אין בית המדרש, קיינער איז נישט געקומען פאר אים אין בית המדרש (מס' מגילה). ער האט קיינמאהל נישט געזאגט א זאך פון זיך אליין, יעדעס ווארט תורה וואס ער האט געזאגט האט ער מקבל געווען פון זיינע רביים (סוכה כז:).

עס איז אמאהל א בת קול פון הימל און געזאגט עס זענען דא צוויי אידן וואס זענען ראוי צו רוח הקודש, האבן די חכמים פארשטאנען אז איינער פון די צוויי מיינט מען רבי אליעזר בן הורקנוס (ירושלמי סוף סוטה).

סתם ווי עס שטייט אין ש"ס רבי אליעזר, איז עס רבי אליעזר הגדול (ספר הליכות עולם).

רבי יהושע איז איינמאהל געקומען אין בית המדרש און געזעהן די שטיין ווי רבי אליעזר זיסט האט ער עס געקושט און געזאגט די שטיין איז ווי די בארג סיני, און דער וואס זיצט דערויף איז ווי דער ארון הברית (שהש"ר עה"פ לריח שמניך).

אגריפס המלך די מלך ביי אידן האט אים איינמאל געפרעגט א שאלה (סוכה כז.).

די גמרא פארציילט אז ער האט איינמאהל געהערט א פשט אין פסוק פון א מין און ער האט הנאה געהאט דערפון, דעריבער איז ער נענש געווארן אין די רעגירונג האט אים געאכפט און געזעצט אין תפיסה (ע"ז טז:).


די חברים שיידן זיך פון אים

רבי אליעזר האט זיך אמאל געקריגט מיט זיינע חברים איבער א אויוון וואס איז געמאכט חוליות חוליות, עס איז צוזאעמען געשטעלט שטיקלעך שטיינער, און מען האט געלייגט זאמד צווישן איין שטיין צום צווייטען אבער עס איז נישט צוזאמגעקלעפט, צו הייסט דאס שוין א כלי און איז מקבל טומאה אדער נישט רבי אלעיזר זאגט ניין עס הייסט נישט קיין כלי און עס איז טהור, און די חכמים האלטן ניין עס איז יא טמא. רבי אליעזר האט זיך גע'טענה'ט א גאנצען טאג אויפצייגן ער איז גערעכנט, אבער די חברים האבן עס נישט מקבל געווען, האט רבי אליעזר געזאגט אויב איך בין גערעכט דאן זאל די באקסער בוים וואס עס שטייט דא אויפצייגן, פלוצלונג האט זיך דער באקסער בוים אויסגעריסן פון איהר פלאץ און האט זיך געריקט הונדערט [פיהר הונדערט] אמה, אבער די חכמים האט געזאגט אין מביאין ראיה מן החרוב, מען ברעגנט נישט קיין ראיה פון א באקסער בוים וויאזוי די הלכה בלייבט, זאגט ווייטער רבי אליעזר דעמאלטס זאל די די וואסער איבערצייגן, האט זיך אויסגעריסן די וואסער פון פלאץ, זאגן די חכמים מען ברענגט נישט קיין ראיה פון א אמת המים, זאגט רבי אליעזר כותלי בית המדרש יוכיחו, זאלן די ווענט פון בית המדרש איבערצייגן, האבן זיך די ווענט געבויגן און געוואלט אראפאלן, האט רבי יהושה געשריגן: אויב תלמידי חכמים קריגן זיך צווישן זיך פארוואס מישט איהר אייך אריין ?, זענען די ווענט נישט אראפ געפאלן צוליב די כבוד פון ר' יהושע, אבער האבן זיך נישט אויפגעהויבן צוליב דעם כבוד פון ר' אליעזר נאר זענען געבליבן איינגעבויגן.

רופט זיך אהן ר' אליעזר אויב די הלכה איז ווי איך זאל מען אויפצייגן פון הימל: איז ארויס א בת קול פון הימל וואס האט איהר צו טועהן מיט ר' אליעזר די הלכה בלייבט ווי ער איבאראל, האט זיך ר' יהושע געשטעלט אויף די פיס און געזאגט ניין מען קען דערפון נישט פסק'ענען, ווייל מיר האבן א כלל: תורה לא בשמים היא, תורה איז נישט אין הימל, מען האט געגעבן די תורה פארן יודישען פאלק און זיי אליין קענען פסקנעןע מיר קוקן נישט אויף א בת קול, ווייל די תורה זאגט אחרי רבים להטות מען גייט נאך רוב, רוב חכמים האלטן נישט ווי ר' אליעזר.

תוס' זאגט פשט כאטש עס זענען דא אסאך מחלוקת צווישן די חכמים, אבער אייביג האט מען געוויסט אז מען גייט נאך רוב, כאטש א איינציגער תלמיד חכם האלט אזוי, מוז ער זיך בייגן צו זיינע חברים וואס גייען נאך רוב ווייל אחרי רבים להטות, אנדערש איז אבער געווען דא וואס רבי אליעזר האט זיך נישט געוואלט בייגן צו זיינע חברים, און ער האט גע'פסק'נט אז למעשה איז ער גערעכנט און נישט די חכמים, דעריבער האבן די חכמים פון יענעם דור געמוזט זיין זייער שטרענג דערקגעגן, ווייל אויב נישט ווערט די תורה בטל.

די גמרא פארציילט אז רבי נתן האט דאן געטראפן אליהו הנביא און אים געפרעגט וואס טוט השי"ת ווען ער זעהט אז ער שיקט א בת קול וואס זאגט אז די הלכה איז ווי רבי אליעזר און די חכמים קוקן נישט דערויף ? זאגט אים אליהו השי"ת איז זייער צופרידן דערפון און זאגט: נצחני בני, מיינע קינדער האבן מיך באזיגט.

יענעם טאג האט מען געברענגט אלע זאכן וואס רבי אליעזר האט געהאלטן עס איז טהור, און מען האט עס פארברנעט אין פייער צו ווייזען אז די הלכה איז נישט ווי אים, די חברים האט אים געשטלעט אין חרם אז מען טאר מיט אים נישט זיצען צוזאמען. האבן די חכמים געוואלט שיקן צו אים איינער וואס זאל אים גיין מודיעה זיין אז ער איז אין חרם, האט רבי עקיבא געזאגט איך וועל גיין נישט קיין צווייטער ווייל אויב מען וועט אים עס נישט זאגן ווי עס דארף צו זיין קען ח"ו חרוב ווערן די וועלט. רבי עקיבא האט זיך דאן אנגעטוהן שווארצע קליידער און געקומען צו רבי אליעזר און זיך געזעצט פיהר איילן ווייט פון אים, האט אים רבי אליעזר געפרעגט עקיבא וואס איז היינט אנדערש ווי יעדער טאג, האט אים רבי עקיבא געענטפעטר עס דוכט זיך מיר אז דיינע חברים האבן זיך אפגעשדייט פון דיר, וויבאלד רבי אליעזר האט דאס געהערט האט ער צוריסן זיינע קליידער, אויסגעטוהן זיין שיך און זיך געזעצט אויף דער ערד און געוויינט.

א דריטען וועלט איז דעמאלטס געשטאראפט געווען מיט זיתים, א דריטען וועלט מיט ווייץ, א דריטען מיט גערשטען, עס איז געווען דאן א חרון אף, ווי רבי אליעזר האט געקוקט איז פארברענגט געווארן.

דעם נשיא אין יענער צייט איז געווען רבי גמליאל הנשיא א שוואגער פון רבי אליעזר, ער איז דאן געפארן אויף א שיף, צוליב דעם גרויסן חרון אף איז געקומען א שטורם ווינט און געוואלט איבערדרייען די שיף, רבי גמליאל האט פארשטאנען פארוואס דאס פאסירט האט ער זיך געשטעלט און געזאגט: רבונו של עולם עס איז וואול אנטלפלעגט פאר דיך, אז איך האב דאס נישט געטועהן צוליב מיין כבוד אודער צבלויב דעם כבוד פון דעם נשיא, נאר צוליב דיין כבוד כדי עס זאל זיך נישט פארמערן מחלוקת צווישן אידן, איז דער וואסער געוואט איינגטשטילט.

זיין פרוי אימא שלום איז גווען א שוועסטער פון רבי גמליאל, זי האט פון יענע מעשה אהן נישט געלאזט אז רבי אליעזר זאל פאלן תחנון, ווייל זי האט מורא געהאט אז ער וועט מתפלל זיין עס זאל שאדן זיין פאר אים ברידוער איינמאהל האט א ארימאל געקלאפט אין ידר איז זיי געגאנגען אים געבן ברויט, ווען זי צוריק געקומען האט זי געזעהן ווי איהר מאן פאלט תחנון, האט זי געזאגט שטיי שויף ווייל די האסט מעניש געוען מיין ברודער אזוי איז טאקע געווען דעמאלטס איז רבי גמליאל נסתלק געווארן (ב"מ נט:).

זיין פטירה פון דער וועלט

ווען עס איז געקומען די צייט ער זאל גיין פון דער וועלט האבן זיך זיינע תלמידים צוזאמענ גענומען אים קומען מבקר חולה זיין. עס זענען געקומען רבי טרפון, רבי יוסי הגלילי, רבי אליעזר בן עזריה, רבי עקיבא. זיין האבן געזעצעט ווייט פון אים פיהר איילן וויבאלד ער איז געווען אין חרם, עס איז דאן געווען ערב שבת, זיין זוהן האט אים געוואלט אויסטועהן די תפילין אבער ער האט נישט געוואלט און ער האט מסביר געווען פארוואס, די אויבענדערמאנטע תלמידים האבן אים געלויבט און אויפגעוויזן זיין גרויסקייט, זיי האבן געזאגט רבי די ביסט בעסער פאר די וועלט ווי דער זיהן, ווי רעגן, ווי א טאטע און א מאמע. ווען רבי עקיבא האט אנגעהובין צו רעדן האט רבי אליעזר געזאגט איך וויל הערן די רייד פון מיין תלמיד רבי עקיבא, דערנאך האט ער געזאגט צו רבי עקיבא דער סוף וועט זיין אז די וועסט נסתלק ווערן מיט א מיתה משונה. (סנהדרין סח).

רבי יהושע האט אים אויסגעטוהן די תפילין און האט אים געקושט און ארום גענומען און געוויינט, ער האט געזאגט: רבי דער נדר פון חרם איז מותר.

פאר זיין שטארבן האט ער געזאגט פאר די ארומיגע איך גיי שטארבן נעמט אוועק אלע כלים כדי עס זאל נישט ווערן טמא, און גרייט אהן א שטול פאר מיין רבי רבי יוחנן בן זכאי, און פאר חזקיהו מלך ישראל (ירושלמי סוטה). מען האט אים געפרעגט א שאלה אין הלכות טומאה און ער האט געענפטערט מיטן ווארט טהור, און ביי די ווארט טהור איז ער נפטר געווארן.

עס איז דאן געווען ערב שבת בין השמשות, ער איז געווען אין די שטאט ֿקסרין מען האט אים געטראגן בערדיגן מוצאי שבת צו די שטאט לוד, אויפן וועג האט אים באגעגענט זיין תלמיד רבי עקיבא און האט ביטער געוויינט, ער האט זיך מצער געווען ביז עס איז גערינען בלוט פון אים ער האט געשריגן "אבי אבי רכב ישראל ופרשיו". ֿמען האט געטראגן זיין בעט פון

זיין משפחה

זיין ווייב האט געהייסן אימא שלום. זי איז געווען דער שוועסטער פון רבן גמליאל דער נשיא (שבת קטז.), ער האט געהאט א זוהן הורקנוס בן אליעזר

אויך ווערט פארציילט אז ער האט אויפגעצויגן א מיידל די טאכטער פון זיין שוועסטער, ווען זי איז עלטער געווארן האט ער מיט איהר חתונה געהאט (אבדר"נ פי"ג).

פון זיינע גרויסע תלמידים

רבי עקיבא, רבי אלעזר בן עזריה, רבי טרפון, רבי יוסי, אונקלוס הגר, רבי אלעאי הזקן,

ער האט געהאלטן אז פרויען טארן נישט לערענן קיין תורה, ווען א חשובע פרוי א קעניגן האט אים איינמאהל געפרעגט א שאלה פון די פסוקים פון די תורה האט ער געענטפערט אין חכמה לאשה אלא בפלך, א פרוי פארשטייט ליבערשט צו נייען קליידער אבער נישט צו תורה (יומא סו:).

נאך ווערט פארציילט עס האט אים איינמאל געפרעגט א פרוי א קשיא פון די תורה, זי איז געווען זייער א רייכע פרוי, זי האט געוואלט געבן פאר ר' אליעזר איהר מעשר, די מעשר פון איהר תבואה האט באטראפען דריי הונדערט כור, אבער ער האט איהר נישט געענפטערט, האט אים זיין זיהן הורקנוס געזאגט: טאטע די האסט פארלוירן יעצט דריי הונדערט כור תבואה, ענטפערט ער פאר זיין זוהן, קינד מיינס עס איז ענדערש צו פארברעענן די רייד פון די תורה ווי איידער צו זאגן תורה פאר פרויען.

אין משניות

סדר זרעים - (פינף און זיבעציג מאל)

  • מסכת ברכות - פינף מאל - פרק א' משנה א' .. פרק א' משנה ב' .. פרק ד' משנה ד' .. פרק ה' משנה ב' .. פרק ז' משנה ה'.
  • מסכת פאה - זעקס מאל - פרק ג' משנה ו' .. פרק ד' משנה ט' .. פרק ה' משנה ב', ד' .. פרק ז' משנה ז' (2 מאל).
  • מסכת דמאי - דריי מאל - פרק ד' משנה ג' .. פרק ה' משנה ט' .. פרק ו' משנה ג'.
  • מסכת כלאים - פינף מאל - פרק ב' משנה י' .. פרק ג' משנה ד' .. פרק ה' משנה ג', ח' .. פרק ו' משנה ב'. [2]
  • מסכת שביעית - צען מאל - פרק ב' משנה ח' .. פרק ה' משנה ג' .. פרק ח' משנה ט' (3 מאל), י' (2 מאל) .. פרק ט' משנה ה', ט' .. פרק י' משנה ז'.
  • מסכת תרומות - ניין און צוואנציג מאל - פרק ב' משנה א' .. פרק ד' משנה ה', ז', ח', ט', י' (2 מאל), י"א .. פרק ה' משנה ב', ד', ה', ו' .. פרק ו' משנה ו' (3 מאל) .. פרק ח' משנה א' (2 מאל), ב' (2 מאל), ג' (2 מאל), ח', ט' (2 מאל), י' (2 מאל), י"א .. פרק י"א משנה ב' (2 מאל).
  • מסכת מעשרות - פיר מאל - פרק ב' משנה ד' .. פרק ד' משנה ג', ה', ו'.
  • מסכת חלה - זיבן מאל - פרק א' משנה ג' .. פרק ב' משנה א', ד', ח' .. פרק ד' משנה ז' (3 מאל).
  • מסכת ערלה - פיר מאל - פרק א' משנה ז' .. פרק ב' משנה א', י"א, י"ג.
  • מסכת ביכורים - צוויי מאל - פרק ב' משנה ו', י'.

סדר מועד - (ניין און פופציג מאל)

  • מסכת שבת - צוועלף מאל - פרק א' משנה י' .. פרק ב' משנה ג' .. פרק ו' משנה ד' .. פרק י' משנה ו' .. פרק י"ב משנה ד' .. פרק י"ג משנה א' .. פרק י"ז משנה ז' .. פרק י"ט משנה א' (2 מאל), ד' .. פרק כ' משנה א' .. פרק כ"ב משנה א'.
  • מסכת עירובין - צוועלף מאל - פרק א' משנה ב' .. פרק ב' משנה ה', ו' .. פרק ג' משנה ג', ו' (2 מאל) .. פרק ד' משנה ה', י"א .. פרק ז' משנה י', י"א .. פרק ט' משנה ב' .. פרק י' משנה י'.
  • מסכת פסחים - פערצן מאל - פרק א' משנה ז' (2 מאל) .. פרק ג' משנה א', ג' .. פרק ה' משנה ט' .. פרק ו' משנה א', ב' (3 מאל), ה' (3 מאל) .. פרק ט' משנה ב' ד'.
  • מסכת שקלים - פינף מאל - פרק ד' משנה ז' (4 מאל) .. פרק ח' משנה ז'.
  • מסכת יומא - דריי מאל - פרק ה' משנה ה' .. פרק ז' משנה ג' .. פרק ח' משנה א'.
  • מסכת סוכה - פינף מאל - פרק א' משנה י"א (2 מאל) .. פרק ב' משנה ו' (2 מאל) .. פרק ד' משנה ה'.
  • מסכת ביצה - צוויי מאל - פרק ד' משנה ו', ז'.
  • מסכת תענית - דריי מאל - פרק א' משנה א' (2 מאל) .. פרק ג' משנה ט'.
  • מסכת מגילה - איין מאל - פרק ד' משנה י'.
  • מסכת מועד קטן - איין מאל - פרק ג' משנה ו'.
  • מסכת חגיגה - איין מאל - פרק ג' משנה ח'.

סדר נשים - (פיר און זעכציג מאל)

  • מסכת יבמות - זעכצן מאל - פרק ג' משנה א' .. פרק ו' משנה ג', ד' .. פרק ח' משנה ד', ו' .. פרק י' משנה א' .. פרק י"ב משנה ב' (2 מאל), ג' (2 מאל) .. פרק י"ג משנה ב', ו' (2 מאל), ז' .. פרק ט"ז משנה ב', ז'.
  • מסכת כתובות - זיבן מאל - פרק א' משנה ו', ז', ח', ט' .. פרק ה' משנה ה', ו' .. פרק ט' משנה ד'.
  • מסכת נדרים - צען מאל - פרק ד' משנה ג' .. פרק ט' משנה א' (2 מאל), ב' (2 מאל) .. פרק י' משנה ה', ו' (2 מאל), ז' (2 מאל).
  • מסכת נזיר - צען מאל - פרק ג' משנה ג', ד' (2 מאל), ה' .. פרק ו' משנה ז', י"א .. פרק ז' משנה א' (2 מאל), ד' (2 מאל).
  • מסכת סוטה - ניין מאל - פרק א' משנה א' .. פרק ג' משנה ד' .. פרק ד' משנה ג' .. פרק ו' משנה א' .. פרק ח' משנה ג' .. פרק ט' משנה ב', ג', ד', ט"ו.
  • מסכת גיטין - זיבן מאל - פרק א' משנה א' .. פרק ד' משנה ז'[3] .. פרק ו' משנה ג', ד' .. פרק ח' משנה ח' .. פרק ט' משנה א', ד'.
  • מסכת קידושין - פינף מאל - פרק א' משנה ד',[3] ט' .. פרק ג' משנה י"ג .. פרק ד' משנה ג',י"ג.

סדר נזיקין - (דריי און פערציג מאל)

  • מסכת בבא קמא - דריי מאל - פרק א' משנה ד' .. פרק ד' משנה ט' ... פרק ו' משנה ד'.
  • מסכת בבא מציעא - איין מאל - פרק ו' משנה ח'.
  • מסכת בבא בתרא - פיר מאל - פרק ג' משנה ח' .. פרק ד' משנה ד', ה' .. פרק ט' משנה ז'.
  • מסכת סנהדרין - פינף מאל - פרק א' משנה ד' .. פרק ו' משנה ד' (2 מאל) .. פרק י' משנה ג' (2 מאל).
  • מסכת מכות - צוויי מאל - פרק ג' משנה ה' (2 מאל).
  • מסכת שבועות - צוויי מאל - פרק ב' משנה ה' .. פרק ה' משנה ג'.
  • מסכת עדיות - פופצען מאל - פרק ב' משנה ז' (2 מאל) .. פרק ה' משנה ד', ה' .. פרק ו' משנה ב', ג' (4 מאל) .. פרק ז' משנה א', ה', ו', ז' (2 מאל) .. פרק ח' משנה ו'.
  • מסכת עבודה זרה - דריי מאל - פרק א' משנה ח' .. פרק ג' משנה ט' (2 מאל).
  • מסכת אבות - זיבן מאל - פרק ב' משנה ח' (4 מאל), ט' (2 מאל), י'.
  • מסכת הוריות - איין מאל - פרק ב' משנה ז'.

סדר קדשים - (צוויי און פופציג מאל)

  • מסכת זבחים - ניינצן מאל - פרק א' משנה א' (2 מאל), ד'[4] .. פרק ג' משנה ג' .. פרק ז' משנה ד' (3 מאל) .. פרק ח' משנה ד', ה', ז', ח', ט', י' (3 מאל), י"א, י"ב .. פרק י"א משנה ג'[5] .. פרק י"ג משנה ד', ו'.
  • מסכת מנחות - דריי מאל - פרק ג' משנה א', ד' .. פרק ז' משנה ג'.
  • מסכת חולין - פינף מאל - פרק ב' משנה ו' (2 מאל), ז' (2 מאל) .. פרק י"ב משנה ז'.
  • מסכת בכורות - זעקס מאל - פרק א' משנה ו' (2 מאל) .. פרק ד' משנה ז' .. פרק ה' משנה ג' .. פרק ז' משנה ו' .. פרק ח' משנה י'.
  • מסכת ערכין - פינף מאל - פרק ג' משנה ב' .. פרק ו' משנה א', ג' .. פרק ז' משנה ד' .. פרק ט' משנה ח'.
  • מסכת תמורה - פינף מאל - פרק ג' משנה א' (2 מאל), ג' (2 מאל) .. פרק ו' משנה ה'.
  • מסכת כריתות - זיבן מאל - פרק ג' משנה ג'[5] .. פרק ד' משנה ב' (2 מאל), ג' (2 מאל) .. פרק ו' משנה א', ג'.
  • מסכת מעילה - צוויי מאל - פרק א' משנה ב', ג'.

סדר טהרות - (זיבן און אכטציג מאל)

  • מסכת כלים - צוויי און צוואנציג מאל - פרק ב' משנה ח' .. פרק ג' משנה ב' .. פרק ה' משנה י' .. פרק ח' משנה א' (2 מאל) .. פרק י' משנה א' .. פרק י"א משנה ה', ח' (2 מאל) .. פרק י"ד משנה א', ז' (2 מאל) .. פרק ט"ו משנה ב' .. פרק י"ז משנה א' .. פרק י"ח משנה ט' .. פרק כ"ו משנה ב', ד', ה' .. פרק כ"ז משנה ה', י"ב .. פרק כ"ח משנה ב'.
  • מסכת אהלות - דרייצן מאל - פרק ב' משנה ב' (2 מאל), ד' .. פרק ו' משנה א' .. פרק ט' משנה ט"ו .. פרק י"א משנה ז' .. פרק י"ב משנה ג', ח' (2 מאל) .. פרק י"ד משנה ד', ה' .. פרק י"ז משנה ב', ה'.
  • מסכת נגעים - זעקס מאל - פרק ו' משנה ז' .. פרק ז' משנה ד', ה' .. פרק ט' משנה ג' .. פרק י"א משנה ז' .. פרק י"ד משנה ט'.
  • מסכת פרה - צוואנציג מאל - פרק א' משנה א' .. פרק ב' משנה א' (2 מאל), ג', ה' .. פרק ד' משנה א' (2 מאל), ג' .. פרק ה' משנה ד' .. פרק ז' משנה י' .. פרק ט' משנה א' (2 מאל), ג', ד' (2 מאל), ז' .. פרק י' משנה א', ג' .. פרק י"א משנה ב', ז'.
  • מסכת טהרות - פיר מאל - פרק ב' משנה ב' .. פרק ח' משנה ז' .. פרק ט' משנה ג' (2 מאל).
  • מסכת מקואות - זעקס מאל - פרק ב' משנה ד', ז', ח', י' .. פרק ח' משנה א' .. פרק ט' משנה ג'
  • מסכת נדה - אכט מאל - פרק א' משנה ג' (2 מאל), ה' .. פרק ד' משנה ד', ו' (2 מאל) .. פרק ה' משנה ט' .. פרק י' משנה ג'.
  • מסכת מכשירין - איין מאל - פרק ו' משנה ו'.
  • מסכת זבים - דריי מאל - פרק ב' משנה ב' .. פרק ה' משנה ג', ז'.
  • מסכת ידים - דריי מאל - פרק ד' משנה ב', ג' (2 מאל).
  • מסכת עוקצין - איין מאל - פרק ג' משנה י'.


מקורות

  1. מלאכת שלמה, מסכת שביעית ט ט
  2. פרק ט' משנה ג' "רבי אלעזר" אוסר, פארהאן א גירסא רבי אליעזר
  3. 3.0 3.1 פארהאן א גירסא "רבי אלעזר"
  4. זעט תוספות חדשים און רע"א
  5. 5.0 5.1 זעט תוספות חדשים


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!