אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי עזריאל טויבער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פארבעסערט)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:32, 22 נאוועמבער 2022

ר' עזריאל טויבער (תרצ"ח - י"ד ניסן תשע"ט) איז געווען אן עסקן אין מאנסי וואס איז שטארק עוסק אין קירוב. ער האט געגרינדעט די שלהבת ארגאניזאציע צוזאמען מיט רבי שמשון פינקוס צו בויען אידישקייט איבער דער וועלט דורך מאכן בעלי תשובה. ער פירט שבתים סיי אויף אידיש סיי אויף ענגליש.

ביאגראפיע

ער איז געווען דער עלטסטער ברודער פון אבא חייא טויבער. ער איז געווען אמאל א גרויסער מיליאנער פון דיאמאנטן אין נאכדעם אומבאוועגלעכע גיטער. אבער האט זיך אריינגעלאזט אין עסקנות צו בויען אידישקייט און האט אלץ פארלוירן און אנגעזעצט, היינט איז ער שוין נישט דער גרויסער גביר.

ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע פון עסקנות און פילאנטראפיע אין מוסדת וויזשניץ מאנסי, דערנאך איז ער געווארן גרויס אין סקווירא, ער איז געפלויגן פון ביידע פלעצער ווען ער האט צופיל איינגעטיילט פאר די אדמורי"ם, און ער האט גענומען זיין עשירות אויפצובויען אייגענע מוסדות, אונטערן נאמען מכון להוראה האט ער געגרינדעט א ישיבה און כולל. דער כולל איז היינט צוטאגס אן אנערקענטער בית דין אין מאנסי אונטער דער אנפירערשאפט פון זיין אינגסטער ברודער ר' יחיאל טויבער. און די ישיבה איז געגאנגען צום מנהל ר' אשר זעליג גרינבערגער ז"ל אין מאנסי. מיט איר נייעם נאמען שערי אפרים אויפן נאמען פון ר' אפרים אשרי ז"ל דער רב פון בית המדרש הגדול וואס ער איז דער שווער פון גרינבערגער.

אבער זיין איין איינציגער מפעל שלהבת שטייט נאך דאס האט ער געגרינדעט צו בויען אידישקייט איבער די וועלט דורך מאכן בעלי תשובה.

שלהבת האט א בית המדרש אין מאנסי, און ארגאנאזירט שבתון'ס איבעראל.

ער האט געשריבן פיל ספרים אויף דער ענגלישער שפראך אויפן סטיל פון זיין רבי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל און באזירט אויפן מהר״ל מפראג, דאס איז שוין איבערגעטייטשט אויף פילע שפראכן, און דאס צינד כסדר אונטער אסאך אידן דורכאויס די וועלט צו אידישקייט.

היינט איז ארויסגעקומען שוין מער ווי זעקס בענדער פין אלע מינע השקפה ספרים אין לשה"ק, און עס איז אזוי אויפגעכאפט אז מען האט עטליכע פון די ספרים שוין איבער געדריקט.

היינט צוטאגס איז ער פארנומען ארום צו שפרייזן אין אלע מקומות הנדחים אוואו עס געפינען זיך נאר אפ א קבוצה אידן, איבערהויפט אין ארץ ישראל זיי צו מקרב זיין צו תורה ומצוות, ער איז א פייערדיגער רעדנער וואס קען רעדן זעקס זיבן שעה און א ציה און האלטן צוגעשמידט דעם עולם צוהערער מיט דראמאטישע עמאצינאלע מעשיות און משלים מיט פלאם פייערדיגע רעיונות.

זיין איידעם איז הרב ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש פון מאנסי. און האט א שטוב מיט קינדער אלעס שוין חתונה געמאכט וואס זענען רבנים און גרויסע גבירים.

ר' עזריאל איז קודם געווען אין סקווירא, שפעטער איז ער אנגעקומען קיין מאנסי, למעשה איז ער פיל עוסק אין קירוב רחוקים, ווי אויך אין קירוב קרובים, ווי ער איז מקרב צובראכענע נשמות צו אידישקייט, ער באווייזט אותות ומפותים אין דעם פעלד, בעיקר מיט זיינע שבתים אויף אידיש און אויף ענגליש.

ר' עזריאל איז נפטר געווארן י"ד ניסן תשע"ט אין עלטער פון 81 יאר, נאכן זיך מיטשענען מיט די ביטערע מחלה.

וועבלינקען

בעלי תשובה און קירוב רחוקים ארגאניזאציעס און פערזענליכקייטן                       
Maurycy Gottlieb - Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

מוסדות: AJOP | ערכים | אש התורה | ישיבת אור שמח | הנני | חב"ד | לב לאחים | עורה | שופר | זשואיש ווארלד רעוויאו | זשוס פאר זשודאיזם | אור יקר | הלל

אקטיווע פערזענליכקייטן: רבי אורי זוהר | הרב אמנון יצחק | אסתר יונגרייז | זאב וואלפסאן | רבי יצחק דוד גראסמאן | משה גרילאק | הערמאן וואק | דניאל לאפין | רבי עזריאל טויבער | מרדכי נויגראשל | שלמה רענן | שעלדאן איידלסאן