אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה סופר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
ק (החלפת טקסט – "״" ב־""")
שורה 68: שורה 68:
==תלמידים==
==תלמידים==
דאס איז א טיילווייזע רשימה פון תלמידים זיינע וואס זען געווארן רבנים:
דאס איז א טיילווייזע רשימה פון תלמידים זיינע וואס זען געווארן רבנים:
* הרב [[יהודה אסאד]] (''יהודה יעלה''), (תקנ״ד–תרכ״ו)
* הרב [[יהודה אסאד]] (''יהודה יעלה''), (תקנ"ד–תרכ"ו)
* הרב אהרן דוד דייטש (''גורן דוד''), (תקע״ג–תרל״ח)
* הרב אהרן דוד דייטש (''גורן דוד''), (תקע"ג–תרל"ח)
* הרב [[דוד צבי עהרנפעלד]] (נפ׳ תרכ״א), (איידעם)
* הרב [[דוד צבי עהרנפעלד]] (נפ׳ תרכ"א), (איידעם)
* הרב [[שמואל עהרנפעלד]] (תקצ״ה–תרמ״ג), (''חתן סופר'') (אייניקל)
* הרב [[שמואל עהרנפעלד]] (תקצ"ה–תרמ"ג), (''חתן סופר'') (אייניקל)
* הרב אהרן פריד (''צל הכסף''), (תקע״ג–תקנ״א)
* הרב אהרן פריד (''צל הכסף''), (תקע"ג–תקנ"א)
* הרב [[חיים יוסף גאטליב]] פון [[סטראפקאוו]].
* הרב [[חיים יוסף גאטליב]] פון [[סטראפקאוו]].
* הרב [[מנחם כ״ץ]], (תרנ״ה– תקנ״א)
* הרב [[מנחם כ"ץ]], (תרנ"ה– תקנ"א)
* הרב [[ישראל יצחק לאנדעסבערג]], (תרס״ד–תקל״ט)
* הרב [[ישראל יצחק לאנדעסבערג]], (תרס"ד–תקל"ט)
* הרב [[הלל ליכטנשטיין]] ([[קאלאמיי]]) (''משכיל אל דל''), (תקע״ה–תרנ״א)
* הרב [[הלל ליכטנשטיין]] ([[קאלאמיי]]) (''משכיל אל דל''), (תקע"ה–תרנ"א)
* הרב [[חיים הערש מאנהיימער]], אב"ד אונגוואר.
* הרב [[חיים הערש מאנהיימער]], אב"ד אונגוואר.



רעוויזיע פון 04:04, 23 נאוועמבער 2022

זיין געזיכט

רבי משה סופר זצ"ל (ז' תשרי ה'תקכ"ג - כ"ה תשרי ה'ת"ר) (1762 - 1839), רב אין פרעשבורג, באקאנט אלס דער חת"ם סופר. דער נאמען חת"ם סופר קומט פון די ראשי תיבות פון חדושי תורת משה סופר, און איז דער נאמען פון די ספרים וואס רבי משה סופר האט פארפאסט, און דער נאמען מיט וועלכען ער איז באקאנט היינט צוטאג אויף דער וועלט.

אפשטאם

רבי משה איז געבוירן אין פראנקפורט אם מיין, ערב שבת נאענט צו קבלת שבת, ז' תשרי ה'תקכ"ג, צו זיין פאטער הרב שמואל סופר א זון פון הרב משה סופר, אן אייניקל פון רבי שמעון פראנקפורטער, דער ילקוט שמעוני. און צו זיין מוטער מרת רייזל א טאכטער פון הרב אלחנן חזן.

ערב שבת ווען זיין מוטער האט געהאלטן ביים געבוירן האט זי זיך געזארגט אז איבער איר וועט מען דארפן מחלל שבת זיין, האט זי געשיקט א שליח צום רב, רבי אברהם אביש פראנקפורטער וועלכער איז געווען א באקאנטער גאון און מקובל, און געבעטן ער זאל אויסווארטן מיט קבלת שבת וויפעל ס'איז מעגליך. דער רב האט איר צוליב געטון, און געזאגט "ס'איז ווערט צו ווארטן, די וועלט ווארט שוין אויף אים, דאס קינד וואס ווערט געבוירן וועט באלייכטן די וועלט מיט זיין תורה און ער וועט העלפן יידישע קינדער מיט זיין תפלה.

רבנות

ווען זיין רבי, רבי נתן אדלער, איז גערופן צום רבנות פון באסקוויץ, מעהרן, אין תקמ"ב האט רבי משה סופר אים נאכגעפאלגט. רבי נתן האט אים גע'עצה'ט זיך אריבערציען קיין פראסטיץ, מעהרן.

אין פראסטיץ האט רבי משה געהייראט אין תקמ"ה מרת שרה, טאכטער פונעם פראסטיצער רב, הרב משה יערוויץ (נפ' תקמ"ה). רבי משה איז געווארן א מיטגליד אין דער חברה קדישא[1], און שפעטער איז ער געווארן ראש ישיבה אין פראסטיץ.

אין תקנ"ד האט מען אים באשטימט מיטן רבנות פון דרעזניץ. אין תקנ"ז איז ער געווארן רב פון מאטערסדארף, עסטרייך, איינע פון די "שבע קהילות" פון בורגנלאנד. ער האט דארט אויפגעשטעלט א ישיבה, און אסאך תלמידים זענען געקומען לערנען ביי אים. זיין הויפט תלמיד אין מאטערסדארף איז געווען מאיר אַ"ש מהר"ם אש (תק"ם - תרי"ב), וואס איז שפעטער געווארן רבי אין אונגוואר.

מלחמת קודש

אין ענדע פונעם 18טן יארהונדערט האט זיך אין בערלין אנגעהויבן א באוועגונג צו מאדערניזירן און רעפארמירן דאס יידנטום, אויס פארשידענע מאטיוון:

יידישע אינטעליגענטן - וועלכע זייינען אויפגעצויגן געווארן אין אן אויפגעקלערטן און פרייען גייסט, וואס האבן זיך נישט גערעכנט מיט טראדיציעס און האבן געזוכט אלץ צו באנייען לויטן איינזען פונם אייגענעם פארשטאנד, און האבן די שטרעבונג אנגעווענדט אויך אויפן יידנטום, עס צו באנייען לויט זייערע פארשטענדלעכע באגריפן.

געבילדעטע און אויפגעקלערטע - וועלכע האבן זיך געפילט אין זיייער דערגרייכונג פון בילדונג און אויפקלערונג ווי דער בעסערער נישט-ייד, האבן מער נישט געקענט דולדן די דערנידערנדיקע באציאונג צו זיי פון אויס די רעגירונגען, סיי אין אנבאלאנג פון זייערע רעכט, סיי אין אנבאלאנג פון זייער געזעלשאפטלעכן אנזען. זיי האבן געשטרעבט צו גלייכהייט מיט די אנדערע אין אלע אונזוכטען, און די דאזיקע גלייכהייט האבן זיי געגלויבט צו דערגרייכן דורכדעם, וואס זיי אליין וועלן אויסזען גלייך ווי אנדערע אין שפראך, אין קליידונג און אין שול, און אינאיינעם מיט דער שול דארף מען אויך רעפארמירן דעם סידור, אין איבערהויפט, דארף מען זיך אליין אויך רעפארמירן. נישט בלויז פון סידור דארף מען ארויסווארפן יעדן דערמאנונג אויף א האפענונג אויסגעלייזט צו ווערן, יעדן וואונק אז מיר שטאמען פון ערגעץ אנדערש, און אז מיר ווילן לעבן אנדערש ווי די ארומיקע – נאר אויך פון הארצן דארפן מיר דאס ארויסווארפן. וואו מיר לעבן – צו דער דאזיקער באפעלקערונג געהערן מיר און מיט איר דארפן מיר פארשמאלצן ווערן.

הולטייעניקעס און לייכטזיניקע - איינפאכע שטרעבערס פאר מאדערניזירן דאס יידנטום, וועלכע האבן נישט אזוי טיף געטראכט, זיי האבן נישט געקלערט וועגן רעפארם אדער אמאנציפאציע, נאר זיינען געווען איינפאכע הולטייעניקעס און לייכטזיניקע וועלכע האבן געשריגן ס'איז שוין גענוג מיט דעם בארג פון געזעצן וואס מען האט זיי אנגעהאנגן, ס'איז שווער, און מען מיז שניידן. מיר ווילן די רבנים און מנהיגים זאלן גרינגער מאכן דאס לעבן.

איין געמיינדע נאך דער אנדערער איז אפגעווישט געווארן, ס'איז געווען וואס זיינען איבערנאכט אפגעווישט געווארן און אזעלכע וואס דער קאמף האט גענומען אביסל לענגער. ס'איז געווען אפהענגיק דערפון ווי שטארק אדער שוואך ס'איז געווען דער קראפט פון יענע וועלכע האבן זיך אנטקעגנגעשטעלט דער רעפארם באוועגונג.

די רעפארם-באוועגונג איז דורך געלאפן גאנץ וועסט אייראפע און טיילווייז אויך אסט אייראפע, פון דייטשלאנד קיין עסטרייך, איטאליע, בעמען, מערן, אפילו קיין גאליציע און אונגארן. אויף איין ארט האט די רעפארם זיך באנוגנט מיט אויבערפלעכלעכע מעסיקע ענדערונגען, ערגעץ אנדערש מיט א גרינדלעכער ענדערונג, אלץ איז אפגעהאנגען דערפון וואו שטארק דער קעגנער איז געווען.

און אז די רעפארם-באוועגונג האט זיך באוויזן אין אונגארן, האט זי זיך אנגעשלאגן אין אן אייזערנער וואנט. דאס איז געווען א קאמף וואס האט זיין גלייכן נישט אין דער געשיכטע פון יענער צייט, און ער האט דערגרייכט אומבאשרייבענדע רעזולטאטן.

פון דער רעפארם זייט האט געפירט דער קאמף מרדכי ווייס, אליעזר ליבערמאן, אהרן כארין, און נאך. פון דער ארטאדאקסישער זייט האט געפירט דעם קאמף דער בארימטער גאון און אויטאריטעט רבי משה סופר, ער האט געפירט א קאמף אין זיין לאנד אונגארן. ער האט אויך געפירט א קאמף אין אנדערע לענדער און אין א גרויסן זין דארט אויך געהאט ערפאלג.

הסתלקות

כאטש זיינע יסורים האט רבי משה נאך פאר געלערנט זיינע שיעורים פאר די תלמידים רעגעלמעסיג. דעם לעצטן זומער ה'תקצ"ט האט ער געלערנט מסכת ביצה ביז דער סוגיא פון "מתוך", נאכדעם וואס רבי משה איז נפטר געווארן כ"ה תשרי ה'ת"ר, האט מען געזאגט "אל יפטור אדם אלא מתוך דבר הלכה".

פאמיליע

Postscript-viewer-blue.svg חתם סופר (דינאסטיע)

רבי משה האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שרה א טאכטער פון הרב משה יערוויץ רב אין פראסניץ. זי איז נפטר געווארן אין יאר ה'תקע"ב זי האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

בזיווג שני האט רבי משה געהייראט מרת שרל א טאכטער פון הרב עקיבא גינז אייגער. רב אין פוזנא. זייערע קינדער:

  • הרב יוסף יוזפא סופר.
  • רייזל, זי איז נפטר געווארן אלס קינד.
  • יצחק לייב, ער איז נפטר געווארן אלס קינד.

תלמידים

דאס איז א טיילווייזע רשימה פון תלמידים זיינע וואס זען געווארן רבנים:

זיינע ספרים

  • אור זרוע לצדיק (הוצאת מכון חתם סופר, ירושלים תשמ"ה)
  • חת"ם סופר - חידושי הש"ס
  • חת"ם סופר - סוגיות
  • חת"ם סופר - דרשות (צוויי בענדער)
  • חת"ם סופר - מסכת אבות (הוצאת מכון דעת סופר, ירושלים תשנ"ח)
  • חת"ם סופר - על התורה (צוויי בענדער)
  • חת"ם סופר - שו"ת על ד' חלקי שו"ע (זיבן בענדער)
  • ספר זיכרון - א טאג-בוך פון די צייט ווען פרעשבורג איז געווען באלאגערט דורך פראנקרייך
  • צוואת משה - זיין צוואה
  • שירת משה - פיוטים על דרך הקבלה
  • תורת משה - על התורה

רעפערענצן

  1. שו"ת חתם סופר, יו"ד שכז
  2. אויף צו זען א הספד אויף איר קוקט און חי' ר' יונה צבי