אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאקאווע"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:24, 22 נאוועמבער 2022
|
מאַקאווע (אונגאַריש: Makó, רומעניש: Macǎu, דייטש: Makowa, סלאוואקיש: Makov) איז א שטעטל אין טשאנגראדער קאנט אין דרום־מזרח אונגארן. זי ליגט אויפן מאראס טייך, נישט ווייט פון דעם רומענישן גרענעץ.. דאס שטעטל האט א שטח פון 229.3 קוואדראט ק"מ.
היסטאריע
ביז דער ערשטער וועלט מלחמה איז מאקאווע געווען די הויפשטאט פון טשאנאד קאנט, וואס איז היינט טייל אין אונגארן און טייל אין רומעניע.
מאקאווע איז געווען א גרויסער צענטער פון יידישקייט אין אונגארן. אין 1880 האבן געוואוינט דארט 1,447 יידן, און אין 1920 זענען געווען 2,388 יידן. הרב שלמה זלמן אולמאן, דער מחבר פון "יריעות שלמה", איז געווען רב פון מאקאווע אין די יארן תקפ"ב ביז תרכ"ג.
בשעת דער נאצי שלאנג איז דארטן אריינגעקומען האבן דארטן געוואוינט אומגעפער 270 ארטאדאקסישע פאמיליע'ס, וואס איבער 60 פראצענט דערפון האבן איבערגעלעבט דעם קריג.
נאכן קריג האבן זיך אסאך יידן צוריקגעקערט אהין און ווייטער ממשיך געווען צו וואוינען דארט ביז א צען צוואנציג יאר שפעטער.
יידישע ערטער אין מאקאווע
דער יידישער קווארטאל וואו די יידן האבן געוואוינט פאר און נאך דער קריג, איז פארבליבן גאנץ ביז היינט צוטאגס, די הייזער זענען אומבארירט און די גאסן קוקן אויס די זעלבע, נאר די איינוואוינער האבן זיך געטוישט.
די אלטע שטאטישע שול שטייט נאך צוזאמען מיט אלע צוגעהערן דערין. די ארון קודש, בימה, טישן, בענק, שטענדערס, אלעס געפונט זיך דארט אויפן ארגינעלן ארט און עס ווערט נאך פון צייט צו צייט באנוצט דורך יידישע באזוכער. עס איז געווען אין מאקעווע א באזונדערע שול וואו די חסידים פלעגן דאוונען, אבער פון דעם איז נאר פארבליבן די רויע געביידע און פון אינעווייניג איז עס שוין אינגאנצן פארטוישט.
עס זענען דא אין מאקאווע דריי יידישע בתי חיים, איינס איז גאר אלט און היסטאריש נאך פון הונדערטער יארן צוריק. אין די נייע בית החיים איז די אוהל פון ר' משה פארהאנד, דער מחבר ספר אהל משה, רב אין מאקאווע ביזן קריג. אויך איז דארט דער אוהל פון ר חיים יהודה דייטש אב"ד מאקאווע, מחבר ספר באר יהודה.