אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הרב חיים העליר"
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 6: | שורה 6: | ||
| קבורה ארט = מאונט יהודה, רידזשוואוד, קווינס{{ש}}{{coord|40.6909283|-73.8970462|טיפ=primary}} | | קבורה ארט = מאונט יהודה, רידזשוואוד, קווינס{{ש}}{{coord|40.6909283|-73.8970462|טיפ=primary}} | ||
}} | }} | ||
'''רבי חיים העליר''' (תרל"ח–תש"כ) איז געווען א פּראמינענטער | '''רבי חיים העליר''' (תרל"ח–תש"כ) איז געווען א פּראמינענטער פּויליש-געבוירענער אמעריקאנער ארטאדאקסישער תלמיד חכם און פארשער פון תנ"ך איבערזעצונגען, וועלכער האט קאמבינירט בקיאות אין ש"ס ופוסקים מיט עקספּערטיז אין מאדערנער טעקסטואלער פארשונגען<ref name=":1"/>. ער האט פארמאגט א [[דאקטאר|דאָקטאָראַט]] און איז געווען בארימט פאר זיין קענטעניס אין אור-אלטע שפּראכן<ref name=":2"/>. ער האט געוואוינט אין מאנהעטן און איז געווען א ראש ישיבה אין [[ישיבת רבינו יצחק אלחנן]]/ ער איז באקאנט אלס איינער פון די גרעסטע קעמפער קעגן דער מאדערנער "[[ביבל קריטיק]]", ניצנדיג פילאלאגישע מעטאדן צו באווייזן די אמת'דיגקייט און קדושה פון דעם נוסח המסורה. | ||
== ביאגראפיע == | == ביאגראפיע == | ||
| שורה 48: | שורה 48: | ||
סאלאווייטשיק האט געהאט אזא רעספּעקט פאר העליר, אז ער פלעגט איבערברעכן עפנטליכע רעפעראַטן, ווען ער האט געזען אז העליר איז אנגעקומען, אים צו העלפן מיט זיין מאנטל און אים באגלייטן צו זיין זיצפּלאץ{{הערה|שם=:1}}. צום סוף פון זיין לעבן איז העליר'ס שטימע אזוי שוואך געווארן, אז ער האט נישט געקענט פארלערנען פאר גרופּעס אפילו מיט דער הילף פון א מיקראפאן. אנשטאט, פלעגט סאלאווייטשיק זיצן נעבן אים און איבער'חזר'ן זיינע רעפעראטן ווארט-ביי-ווארט פארן עולם{{הערה|1={{Cite book |last=Eleff |first=Zev |url=https://books.google.com/books?id=sa06PAem-SgC |title=Mentor of Generations: Reflections on Rabbi Joseph B. Soloveitchik |date=2008 |publisher=KTAV Publishing House, Inc. |isbn=978-1-60280-011-3 |language=en}}|כיוון=שמאל}}. | סאלאווייטשיק האט געהאט אזא רעספּעקט פאר העליר, אז ער פלעגט איבערברעכן עפנטליכע רעפעראַטן, ווען ער האט געזען אז העליר איז אנגעקומען, אים צו העלפן מיט זיין מאנטל און אים באגלייטן צו זיין זיצפּלאץ{{הערה|שם=:1}}. צום סוף פון זיין לעבן איז העליר'ס שטימע אזוי שוואך געווארן, אז ער האט נישט געקענט פארלערנען פאר גרופּעס אפילו מיט דער הילף פון א מיקראפאן. אנשטאט, פלעגט סאלאווייטשיק זיצן נעבן אים און איבער'חזר'ן זיינע רעפעראטן ווארט-ביי-ווארט פארן עולם{{הערה|1={{Cite book |last=Eleff |first=Zev |url=https://books.google.com/books?id=sa06PAem-SgC |title=Mentor of Generations: Reflections on Rabbi Joseph B. Soloveitchik |date=2008 |publisher=KTAV Publishing House, Inc. |isbn=978-1-60280-011-3 |language=en}}|כיוון=שמאל}}. | ||
הרב העליר האט אייניגע מאל אפגעהאלטן עפנטליכע דרשות וועגן תנ"ך שטודיום און א גרויסער עולם איז געקומען הערן זיינע ווערטער, אזש די גרויסע זאלן זענען געווען איבערגעפילט{{הערה|שם=מסורת}}. זיין סעריע לעקציעס אין 1944 אין "קארנעגי האל" (Carnegie Hall) האט צוגעצויגן טויזנטער מענטשן, סיי רבנים און סיי משכילים. העליר איז געווען בארימט פאר זיין פעאיגקייט צו ברענגען אור־אלטע דערציילונגען צו לעבן. ער איז געווארן באלוינט מיט דעם הרב קוק פּרייז פאר | הרב העליר האט אייניגע מאל אפגעהאלטן עפנטליכע דרשות וועגן תנ"ך שטודיום און א גרויסער עולם איז געקומען הערן זיינע ווערטער, אזש די גרויסע זאלן זענען געווען איבערגעפילט{{הערה|שם=מסורת}}. זיין סעריע לעקציעס אין 1944 אין "קארנעגי האל" (Carnegie Hall) האט צוגעצויגן טויזנטער מענטשן, סיי רבנים און סיי משכילים. העליר איז געווען בארימט פאר זיין פעאיגקייט צו ברענגען אור־אלטע דערציילונגען צו לעבן. ער איז געווארן באלוינט מיט דעם הרב קוק פּרייז פאר תורה-ליטעראטור אין 1947. אייניגע הויכע מדינת ישראל באאמטע האבן מערערע מאל אים איינגעלאַדן זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל און אויסגעהאלטן ווערן פון דער רעגירונג בלויז צו טון זיין אייגענע ארבעט אין תנ"ך און תלמוד{{הערה|שם=ראזמארין}}. | ||
ר' חיים איז נפטר געווארן י"ד ניסן (ערב פסח) תש"כ, אין עלטער פון 81 יאר, איבערלאזנדיג זיין ווייב און דריי טעכטער, מרים (מיטשע) העליר (–תשנ"ה), א יידיש-שפּראך דיכטערין{{הערה|זעט מרים העליר, [https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc207160/heller-miriam-oygn-reydn-lider אויגן ריידן: לידער], פארלאג רמים, תשכ"ג}} וועלכע האט געוואוינט מיט אירע עלטערן; רבקה, ווייב פון ר' יוסף יצחק סינגער; און ווייב פון ר' חיים רעגענסבערג{{הערה|1={{היברובוקס|[[מאיר אמסעל]] (רעדאקטאר)|המאור|27821|page=24|באנד=שנה יא חוברת ח (קד) תמוז תש"כ}}}}. טראץ דעם דרוק פון ערב יום-טוב, זענען הונדערטער רבנים געקומען צו זיין לוי', וואו ר' יוסף דוב סאלאווייטשיק האט אים מספיד געווען מיט גרויס געוויין{{הערה|[http://www.jta.org/1960/04/13/archive/rabbi-chaim-heller-noted-talmudic-scholar-dies-in-new-york Rabbi Chaim Heller, Noted Talmudic Scholar, Dies in New York], ''[[Jewish Telegraphic Agency|JTA]]'', April 13, 1960|שם=:0|כיוון=שמאל}}. ער איז באערדיגט געווארן אין די מאונט יהודה בית עולם אין רידזשוואוד, [[קווינס]]. גאסן אין [[יפו]] און [[גבעת מרדכי]] געגנט אין ירושלים זענען גערופן געווארן נאך אים. | ר' חיים איז נפטר געווארן י"ד ניסן (ערב פסח) תש"כ, אין עלטער פון 81 יאר, איבערלאזנדיג זיין ווייב און דריי טעכטער, מרים (מיטשע) העליר (–תשנ"ה), א יידיש-שפּראך דיכטערין{{הערה|זעט מרים העליר, [https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc207160/heller-miriam-oygn-reydn-lider אויגן ריידן: לידער], פארלאג רמים, תשכ"ג}} וועלכע האט געוואוינט מיט אירע עלטערן; רבקה, ווייב פון ר' יוסף יצחק סינגער; און ווייב פון ר' חיים רעגענסבערג{{הערה|1={{היברובוקס|[[מאיר אמסעל]] (רעדאקטאר)|המאור|27821|page=24|באנד=שנה יא חוברת ח (קד) תמוז תש"כ}}}}. טראץ דעם דרוק פון ערב יום-טוב, זענען הונדערטער רבנים געקומען צו זיין לוי', וואו ר' יוסף דוב סאלאווייטשיק האט אים מספיד געווען מיט גרויס געוויין{{הערה|[http://www.jta.org/1960/04/13/archive/rabbi-chaim-heller-noted-talmudic-scholar-dies-in-new-york Rabbi Chaim Heller, Noted Talmudic Scholar, Dies in New York], ''[[Jewish Telegraphic Agency|JTA]]'', April 13, 1960|שם=:0|כיוון=שמאל}}. ער איז באערדיגט געווארן אין די מאונט יהודה בית עולם אין רידזשוואוד, [[קווינס]]. גאסן אין [[יפו]] און [[גבעת מרדכי]] געגנט אין ירושלים זענען גערופן געווארן נאך אים. | ||
== ווערק == | == ווערק == | ||
ר' חיים האט זיך אפּגעגעבן מיט פילע פארשידענע געביטן פון תנ"ך, תלמוד און הלכה | ר' חיים האט זיך אפּגעגעבן מיט פילע פארשידענע געביטן פון תנ"ך, תלמוד און הלכה. | ||
צווישן זיינע ספרים אין הלכה זענען: | |||
*צוויי בענדער "לחקרי הלכות", טיפע אנאליטישע חקירות אויף חושן משפט (תרפ"ד–תרצ"ב){{הערה|1={{היברובוקס|הלר, חיים, 1879-1960|לחקרי הלכות - כרך א|8621|מקום הוצאה=ברלין|שנת הוצאה=תרפ"ד}}; {{היברובוקס|הלר, חיים, 1879-1960|לחקרי הלכות - כרך ב|8622|מקום הוצאה=פיעטרקוב|שנת הוצאה=תרצ"ב}}}}; "פרי חיים" (שולזינגער אויסגאבע פון רמב"ם'ס יד, תש"ז){{הערה|[https://drive.google.com/file/d/1T2Jo30Odwc8UvH7GXaZyRQ9wjgOD-BDu/view פרי חיים], בעיקר מלוקט מספרו "לחקרי הלכות", נדפס בסוף רמב"ם מהד' שולזינגר}}; | |||
*"קונטרס בהלכות מלוה ולוה" (תש"ו){{הערה|{{היברובוקס|2=קונטרס|3=38184|מקום הוצאה=שיקאגא|שנת הוצאה=תש"ו|סופיקס=יא}}}}. | |||
ער האט אויך געשריבן הערות אויפ'ן "פירוש לכתבי הקדש" פון ר' יונה הספרדי אבן ג'נאח (תרצ"ו){{הערה|{{היברובוקס|ר' יונה אבן גנאח הספרדי|פירוש לכתבי הקדש|34546|מקום הוצאה=תל אביב|שנת הוצאה=תרצ"ו|מלוקט מספריו ומספרי חכמים אחרים ע"י א"ז רבינוביץ. מעמ' 311 - הערות ר' חיים הלר|סופיקס=יא}}}}. | |||
זיין הויפט מיסיע איז געווען צו באקעמפן די ביבל קריטיק. ער האט אויפגעוויזן אז די שינויים וואס מען געפינט אין די אלטע איבערזעצונגען (ווי די סעפטואגינטא, פשיטא און שומרונישע תורה) קומען נישט פון אן אנדערן העברעאישן מקור, נאר זענען אויסדרוקן פון דרשות חז"ל און פרשנות וואס די איבערזעצער האבן אריינגעפלאכטן. אין זיין פארשונג האט ער געזוכט צו אויסקלארן טעקסטן מיט ריכטיגע מאנוסקריפּטן-ליינונגען. אין אלגעמיין איז זיין צוגאנג געווען קאנסערוואטיוו, אבער ער איז נישט אוועקגעשטאנען פון מאדערנע פארשונגען פון אידישע און נישט-אידישע ווערק. ער האט געזען זיינע אויספארשונגען פון די אלטע ביבלישע ווערסיעס ווי א הייליגער מיסיע צו אויפווייזן דאס אינטעגריטעט פון דעם מסורה'דיגן טעקסט{{הערה|1={{צייגט בוך|last=Shapiro|first=Marc B.|url=https://books.google.com/books?id=7m9vEAAAQBAJ|title=Between the Yeshiva World and Modern Orthodoxy|date=17 March 2022|publisher=Liverpool University Press|isbn=978-1-80085-846-6|language=en}}|שם=:2|כיוון=שמאל}}. זיינע ווערק וואס האבן א גרויסן וויסנשאפטליכן ווערט זענען: | |||
*א קריטישע אויסגאבע פון רמב”ם'ס [[ספר המצוות]] (תרע"ד), באזירט אויף מאנוסקריפטן פון צוויי פארשידענע איבערזעצונגען, די אראבישע אריגינאל, און אנדערע כתבי יד, וואס רייניגט אויס דעם טעקסט פון טעותים{{ביאור|דער רמב"ם האט געשריבן דעם ספר אין אראביש, און ר' משה אבן תיבון האט עס איבערזעצט אויף לשון הקודש. דער ערשטער "ספר המצוות" איז געדרוקט געווארן אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל פון א פארגרייזטן כתב יד און די שפּעטערדיגע אויפלאגעס זענען נאך מער פארגרייזט געווארן. ר' חיים האט מיט זיין חריפות און בקיאות ארויסגעגעבן א פארראכטענע אבן תיבון טעקסט פונעם "ספר המצוות", מיט הערות, פארגלייכנדיג עס מיט דעם אראבישן אריגינאל און מיט ר' שלמה בן יוסף אבן איוב'ס איבערזעצונג}}{{הערה|1={{היברובוקס|2=ספר המצוות - הלר|3=38151|מקום הוצאה=פיעטרקוב|שנת הוצאה=תרע"ד}}; {{אוצר החכמה|2=ספר המצות (הערות ר' חיים העליר)|3=155354|שנת הוצאה=תשס"ו|מו"ל=מוסד הרב קוק|4=על פי כתבי יד מינכן ולונדון … בתוספת השגות הרמב"ן על שרש י' וי"א שלא נדפסו מעולם}}}}. דער חפץ חיים האט זיך אויסגעדריקט אז 'אלע ספרים [ספר המצוות אויסגאבעס] אחוץ דער דאזיגער ווערן פאררעכנט אלס א ספר שאינו מוגה'{{הערה|{{היברובוקס|י' אלימלך וואהלגעלערנטער|הפרדס|23562|page=26|קעפל=הרב רבי חיים הליר - 'שר התורה ומושל במכמני המדע'|באנד=חלק ד חוברת ב|שנת הוצאה=תר"צ|עמ=26–30}}}}; | |||
*אַן אנאטירטע אויסגאבע פון דער [[פשיטתא|פשיטא]]-ווערסיע פון בראשית און יציאת מצרים אין לשון קודש בוכשטאבן (תרפ"ז–תרפ"ט){{הערה|1={{היברובוקס|2=פשיטא - התרגום הסורי לתנ"ך|3=37701|באנד=בראשית|מקום הוצאה=ברלין|שנת הוצאה=תרפ"ז|4=מועתק לכתב עברי עם ביאורים מר' חיים הלר}}; {{היברובוקס|2=פשיטא|3=37702|באנד=שמות|מקום הוצאה=ברלין|שנת הוצאה=תרפ"ט|סופיקס=יא}}}}; | |||
*"הנוסח השמרוני של התורה: העתק מתוך נוסח המסורה" (תרפ"ד){{הערה|{{אוצר החכמה|2=הנוסח השמרוני של התורה|3=14037|מקום הוצאה=בערלין|שנת הוצאה=תרפ"ד|סופיקס=יא}}}}; | |||
*"על התרגום הירושלמי לתורה", (געשריבן אין שטאט האָמעל אין די יארן פון דער ערשטער וועלט־מלחמה, און פארעפנטליכט אין ניו־יארק, תרפ"א){{הערה|1={{היברובוקס||על התרגום הירושלמי|34431|מקום הוצאה=נ.י.|שנת הוצאה=תרפ"א}}}}; | |||
*און אויף דער [[סעפטואגינטא|סעפּטואגינטא]], קריטיקע אַנאָטאַציעס צו מאַנדעלקערנ'ס תנ״ך־[[קאנקארדאנציע|קאָנקאָרדאַנציע]] "על תרגום השבעים בקונקורדנציה היכל הקודש" (תש"ד), מיט אַן הקדמה אויף ענגליש{{הערה|1={{היברובוקס||על תרגום השבעים|39261|מקום הוצאה=נ.י.|שנת הוצאה=תש"ד}}}}; | |||
*צוויי קונטרסים וועגן תלמוד ירושלמי, "ע"ד מסורת הש"ס הירושלמי" (תרע"ד) און "המעלות לשלמה" (תר"ע){{הערה|{{היברובוקס||על דבר מסורת הש"ס בירושלמי|34422|מקום הוצאה=ברלין|שנת הוצאה=תרע"ד}}; {{היברובוקס||שני קונטרסים|35294|מקום הוצאה=ברלין|שנת הוצאה=תרפ"ד}}}}. | |||
אויף דייטש האט העליר ארויסגעגעבן "אונטערזיכונגען איבער די פשיטתא" (Untersuchungen ueber die Peshitta), 1{{ר}} (1911; זיין דאקטאר-דיסערטאציע) און "אונטערזיכונגען צו די סעפּטואגינטא" (Untersuchungen zur Septuaginta), 1 {{ר}}(1932). | |||
נאך זיין פטירה איז ארויסגעקומען דורך זיין איידעם הרב סינגער דעם ספר "מסורת התנ"ך", פיר בענדער (תשנ"ז), א פאטאסקען פון העליר'ס פערזענליכע ביבליא העבראיקא, מיט זיינע מראי מקומות צו פּאראלעלע פסוקים{{הערה|[https://tablet.otzar.org/#/exKotar/145020 מסורת התנ"ך], תשנ"ז, אוצר החכמה}}{{הערה|שם=מסורת}}. העליר איז געווען איינער פון די זייער ווייניג מאדערנע תלמידי חכמים, וואס האבן קאמבינירט א ברייטן און טיפן גמרא לערנען פונעם טראדיציאנעלן טיפּ מיט א גרונטליכן קאמפּעטענץ אין די מעטאדן פון טעקסט-פארשונג. ער האט שארף פארטיידיגט דעם טראדיציאנעלער מסורה'דיגן טעקסט קעגן די ביבל קריטיקער. | נאך זיין פטירה איז ארויסגעקומען דורך זיין איידעם הרב סינגער דעם ספר "מסורת התנ"ך", פיר בענדער (תשנ"ז), א פאטאסקען פון העליר'ס פערזענליכע ביבליא העבראיקא, מיט זיינע מראי מקומות צו פּאראלעלע פסוקים{{הערה|[https://tablet.otzar.org/#/exKotar/145020 מסורת התנ"ך], תשנ"ז, אוצר החכמה}}{{הערה|שם=מסורת}}. העליר איז געווען איינער פון די זייער ווייניג מאדערנע תלמידי חכמים, וואס האבן קאמבינירט א ברייטן און טיפן גמרא לערנען פונעם טראדיציאנעלן טיפּ מיט א גרונטליכן קאמפּעטענץ אין די מעטאדן פון טעקסט-פארשונג. ער האט שארף פארטיידיגט דעם טראדיציאנעלער מסורה'דיגן טעקסט קעגן די ביבל קריטיקער. | ||
רעוויזיע פון 19:24, 1 אפריל 2026
| געבורט | כ' תמוז ה'תרל"ח |
|---|---|
| פטירה | י"ד ניסן ה'תש"כ (אלט: 81) |
רבי חיים העליר (תרל"ח–תש"כ) איז געווען א פּראמינענטער פּויליש-געבוירענער אמעריקאנער ארטאדאקסישער תלמיד חכם און פארשער פון תנ"ך איבערזעצונגען, וועלכער האט קאמבינירט בקיאות אין ש"ס ופוסקים מיט עקספּערטיז אין מאדערנער טעקסטואלער פארשונגען[1]. ער האט פארמאגט א דאָקטאָראַט און איז געווען בארימט פאר זיין קענטעניס אין אור-אלטע שפּראכן[2]. ער האט געוואוינט אין מאנהעטן און איז געווען א ראש ישיבה אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן/ ער איז באקאנט אלס איינער פון די גרעסטע קעמפער קעגן דער מאדערנער "ביבל קריטיק", ניצנדיג פילאלאגישע מעטאדן צו באווייזן די אמת'דיגקייט און קדושה פון דעם נוסח המסורה.
ביאגראפיע
נוסח פון זיין מציבה
|
|---|
|
הגאון החסיד |
ר' חיים איז געבוירן געווארן אין ביאַליסטאָק (דעמאלט אין דער רוסישער אימפעריע) אין כ' תמוז תרל"ח[3]. זיין פאטער ר' ישראל ב"ר זאב מאיר (נפ' ה' אב תרנ"ט), "דער פּינסקער עילוי", איז געווען א גרויסער תלמיד חכם וואס האט זיך באשעפטיגט מיט האנדל, און לויט זיין מצבה האט ער געענדיגט ש"ס 70 מאל[4]. ער איז געווען דער אייניקל פון ר' חיים ברודא, מחבר פון 'זרע חיים' (געדרוקט דורך ר' חיים העליר)[5]. העליר איז געווען אן אפשטאמיגער פון דעם "תוספות יום טוב", און האט מקפיד געווען צו שרייבן זיין נאמען ווי דער מחבר פון תוספות יום טוב האט זיך אונטערגעשריבן[6]. העליר'ס עלטערער ברודער איז געווען ר' נחמן העללער, וואס איז שפעטער געווארן א רב אין טשארלסטאן, וועסט ווירדזשיניע.
נאך זיין מוטער'ס פטירה ווען ער איז אלט געווען דריי יאר, איז ר' חיים אויפגעצויגן געווארן אין ווארשע דורך זיין פעטער ר' יעקב יוסף ברודא. ער האט קיינמאל נישט געלערנט אין קיין ישיבה, נאר זיך אליין אויסגעבויט. שוין אלס קינד איז ער געווען באוואוסט אלס "ווארשעווער עילוי"; ביי די 10 יאר האט ער שוין נישט געדארפט קיין מלמדים. דער הויז פון זיין רייכן פעטער אין ווארשע האט געדינט אלס בית ועד פאר די גרעסטע תלמידי חכמים פון יענע יארן ווען זיי האבן געוויילט אין ווארשע, אריינגערעכנט דער "בית הלוי", זיין זון רבי חיים, דער "חפץ חיים"[1], רבי יצחק אלחנן ספּעקטאָר, דער "נצי"ב", און זיין זון רבי חיים בערלין[7], וועלכע פלעגן רעדן מיט דעם יונגן עילוי אין לערנען[8]. אויסער די גרעניצן פון ווארשע, האט ר' חיים געפירט הלכה'דיגע משא ומתן מיט דער 'שדי חמד'[9], דער 'מנחת ברוך', דער 'כלי חמדה', דער אדר"ת, רבי אליעזר גארדאן פון טעלז, רבי אליהו קלאַצקין פון לובלין, רבי יוסף ענגיל, און אנדערע.
אין תמוז תרס"ד[10] האט העליר חתונה געהאט מיט פריידה דער טאכטער פון דעם לאדזשער גביר ר' אלכסנדר סנדר דיסקין.
אויסער זיין תורה-גדלות, האט ר' חיים שטודירט שפראכן און וויסנשאפט אין אייראפּעאישע אוניווערזיטעטן. אין תרס"ז–תרס"ח האט ער שטודירט געזעץ אין סעינט־פּעטערבורג. אין יענער צייט האט ער ארויסגעגעבן דעם קונטרס "פרי חיים", חידושים און ערקלערונגען אויף פארשידענע הלכות אין חושן משפט[11] וועלכע האבן איבערראשט די לומד'ישע וועלט[8]. דעם נאכפאלגנדן יאר איז ער אריבער קיין בערלין, וואו ער האט שטודירט מזרח'דיגע שטודיעס אינעם אוניווערזיטעט (תרס"ט–תר"ע), אריינגערעכנט די סעמיטישע שפראכן אראביש און אראמיש-סיריש (העב'). דארטן האט ער זיך באגעגנט מיט דער 'ביבל קריטיק', און האט אנגעהויבן זיין לעבנס מיסיע וואס האט געדויערט א יובל יארן – פארטיידיגן דאס אריגינאליטעט פון תנ"ך און איר קדושה פון אירע אטאקירער. אין תרע"א איז אין בערלין פארעפנטליכט געווארן זיין דיסערטאציע פארשונג אויף דייטש וועגן דער פשיטא (די סירישע איבערזעצונג פון תנ"ך), א פארשונג וואס האט אים פארדינט א דאקטאראט פונעם אוניווערזיטעט פון ווירצבורג.
אין תר"ע, מיט דעם פטירה פון רבי מלכיאל צבי טענענבוים, מחבר פון שו"ת 'דברי מלכיאל', איז די לאמזשע קהילה געבליבן אן א רב. צוויי יאר שפּעטער האט די קהילה באשלאסן צו ערוועלן ר' חיים אלס רב. ר' חיים איז שוין דעמאלט געווען באקאנט אלס א למדן און שארפער דענקער, וואס איז ווערט צו פארזעצן די קייט פון רבנות אין דער שטאט לאמזשע, וואו גדולי עולם האבן געדינט. כאטש וואס ער איז געווען א שטודירטער דאקטאר, דאך, מיט די השתדלות פון רבי אליהו חיים מייזל וואס האט דארט געדינט אלס רב אין די פארגאנגענהייט, און מיט'ן הסכמה פון גערער רבי'ן איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין דעם עיר ואם בישראל[12]. הרב מייזל האט זיך אויסגעדריקט אויף אים "סוקר את כל הש"ס בסקירה אחת"[13]. טראץ זיין גרויסן כבוד, האט ער נאך בלויז עטליכע חדשים פארלאזט דאס רבנות[14]. אין יאר תרע"ד איז ער ערוועלט געווארן צו דינען אלס רב אין סובאלק[15], אבער דאן האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט קריג און ער איז געצוואונגען געווארן צו אנטלויפן פון דער געגנט.
אין דער מלחמה איז געבוירן געווארן זיין איניציאטיוו צו גרינדן אַן אינסטיטוציע, וואס צילט צו אויסלערנען ערוואקסענע תלמידים אין פארשן תנ"ך ותלמוד, מיט'ן צוזאמענשטעלן לימוד התורה אויפן העכסטן שטאפּל מיט אלגעמיינע לימודים, כדי איינצושטעלן דעם נעקסטן דור די געווער וואס איז נויטיג צו פארטיידיגן אידישקייט. עס איז אים געלונגען צו זאמלען אנשטענדיגע סומעס, אבער מיט דעם נצחון פון די באלשעוויקן, האט מען די געלטער קאנפיסקירט. א קורצער צייט, אין תר"פ, האט ער געפּרואווט פארמירן דעם רבנות־סעמינאר אין ווארשע, אבער ווען ער האט געזען אז די אינסטיטוציע וועט נישט שטיין אינעם געפאדערטן סטאנדארט, האט ער פארלאזט זיין שטעלע. אין חשון תרפ"א איז ר' חיים געפארן קיין ניו יארק[16] אויף צוויי יאר, און האט געקליבן געלט צו גרינדן די ערווארטעטע אינסטיטוציע.
הרב העליר האט זיך דערנאך באזעצט אין בערלין, וואו ער האט אין תרפ"ב געגרינדעט דעם 'בית המדרש העליון' און געפירט סעמינארן, וואס האבן אקאדעמיש געפארשט די תנ"ך און תלמוד. זיינע שיעורים האבן צוגעצויגן א צאל גראדואנטן פון מזרח-אייראפּעאישע ישיבות, ווי שמואל ביאַלאָבאָצקי, ר' יאשע בער סאָלאָווייטשיק, ר' אברהם אהרן פרייס און רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (דער ליובאוויטשער רבי), העליר'ס פריינט[17][18][19]. די ישיבה האט זיך נישט אויסגעארבעט, נישט געפונענדיג גענוג תלמידים וואס קומען נאך אירע סטאנדארטן[1]. אין אמת'ן איז נאך פאר דער גרינדונג פון דער אינסטיטוציע, און אזוי אויך נאך איר פארמאכונג, שטענדיג געווען א קרייז פון פארערער און צוהערער ארום ר' חיים.
אין די קומענדיגע יארן איז ר' חיים געפארן אויף פארשידענע ערטער, אריינגערעכנט צוויי מאל באזוכן ארץ ישראל. אין תרפ"ט האט ער זיך אנגעשלאסן אין די פאקולטעט פונעם רבי יצחק אלחנן טעאלאגישן סעמינאר, ניו יארק. נאך א קורצער אויפהאלט אין ארץ ישראל, האט ער זיך אומגעקערט קיין אמעריקע, וואוינענדיג ערשט אין שיקאגא און דאן ניו־יארק.
אין תרצ"ז, ווען די נאציס זענן אויפגעשטיגן צו דער מאכט, איז ר' חיים אוועק קיין ניו־יארק, וואו ער האט פאָרגעזעצט זיין תורה-אקאדעמישע ארבעט בעת ער האט פארגעלערנט אינעם רבי יצחק אלחנן טעאלאגישן סעמינאַר. די ערשטע יארן אין אמעריקע זענען געווען שווער; ער האט נישט געהאט קיין קבועה'דיגע פרנסה און האט געמוזט פארן פראווען לעקציעס אין פלעצער ווי לאס אנדזשעלעס צו שטיצן זיין פאמיליע. זיין נאענטער פריינד און תלמיד, רבי יוסף דוב סאלאווייטשיק, האט זיך זייער אנגעשטרענגט פאר זיין כבוד און פרנסה, זאמלענדיג געלט פאר אים ווען ער איז קראנק געווארן און שפעטער אים העלפנדיג צו באקומען א העכערונג אין געהאלט[20].
שפעטער איז ער געווארן א פראפעסאר אין דער רעוועל גראדואנט-שולע פון ישיבה אוניווערסיטעט און א מיטגליד אין דעם ועד הסמיכה פון ר' יצחק אלחנן. אין דער רי"א ישיבה האט ער פארגעלערנט תנ"ך, תנ"ך-איבערזעצונגען און מפרשים פאר איין זמן יעדער יאר. ער איז געווען אַן עהרן־פּרעזידענט פון דער OU און דער קאָ־פארזיצער פון דער רבנישער קאונסיל פון אמעריקע'ס הלכה-קאמיסיע[1].
סאלאווייטשיק האט געהאט אזא רעספּעקט פאר העליר, אז ער פלעגט איבערברעכן עפנטליכע רעפעראַטן, ווען ער האט געזען אז העליר איז אנגעקומען, אים צו העלפן מיט זיין מאנטל און אים באגלייטן צו זיין זיצפּלאץ[1]. צום סוף פון זיין לעבן איז העליר'ס שטימע אזוי שוואך געווארן, אז ער האט נישט געקענט פארלערנען פאר גרופּעס אפילו מיט דער הילף פון א מיקראפאן. אנשטאט, פלעגט סאלאווייטשיק זיצן נעבן אים און איבער'חזר'ן זיינע רעפעראטן ווארט-ביי-ווארט פארן עולם[21].
הרב העליר האט אייניגע מאל אפגעהאלטן עפנטליכע דרשות וועגן תנ"ך שטודיום און א גרויסער עולם איז געקומען הערן זיינע ווערטער, אזש די גרויסע זאלן זענען געווען איבערגעפילט[6]. זיין סעריע לעקציעס אין 1944 אין "קארנעגי האל" (Carnegie Hall) האט צוגעצויגן טויזנטער מענטשן, סיי רבנים און סיי משכילים. העליר איז געווען בארימט פאר זיין פעאיגקייט צו ברענגען אור־אלטע דערציילונגען צו לעבן. ער איז געווארן באלוינט מיט דעם הרב קוק פּרייז פאר תורה-ליטעראטור אין 1947. אייניגע הויכע מדינת ישראל באאמטע האבן מערערע מאל אים איינגעלאַדן זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל און אויסגעהאלטן ווערן פון דער רעגירונג בלויז צו טון זיין אייגענע ארבעט אין תנ"ך און תלמוד[8].
ר' חיים איז נפטר געווארן י"ד ניסן (ערב פסח) תש"כ, אין עלטער פון 81 יאר, איבערלאזנדיג זיין ווייב און דריי טעכטער, מרים (מיטשע) העליר (–תשנ"ה), א יידיש-שפּראך דיכטערין[22] וועלכע האט געוואוינט מיט אירע עלטערן; רבקה, ווייב פון ר' יוסף יצחק סינגער; און ווייב פון ר' חיים רעגענסבערג[23]. טראץ דעם דרוק פון ערב יום-טוב, זענען הונדערטער רבנים געקומען צו זיין לוי', וואו ר' יוסף דוב סאלאווייטשיק האט אים מספיד געווען מיט גרויס געוויין[24]. ער איז באערדיגט געווארן אין די מאונט יהודה בית עולם אין רידזשוואוד, קווינס. גאסן אין יפו און גבעת מרדכי געגנט אין ירושלים זענען גערופן געווארן נאך אים.
ווערק
ר' חיים האט זיך אפּגעגעבן מיט פילע פארשידענע געביטן פון תנ"ך, תלמוד און הלכה. צווישן זיינע ספרים אין הלכה זענען:
- צוויי בענדער "לחקרי הלכות", טיפע אנאליטישע חקירות אויף חושן משפט (תרפ"ד–תרצ"ב)[25]; "פרי חיים" (שולזינגער אויסגאבע פון רמב"ם'ס יד, תש"ז)[26];
- "קונטרס בהלכות מלוה ולוה" (תש"ו)[27].
ער האט אויך געשריבן הערות אויפ'ן "פירוש לכתבי הקדש" פון ר' יונה הספרדי אבן ג'נאח (תרצ"ו)[28].
זיין הויפט מיסיע איז געווען צו באקעמפן די ביבל קריטיק. ער האט אויפגעוויזן אז די שינויים וואס מען געפינט אין די אלטע איבערזעצונגען (ווי די סעפטואגינטא, פשיטא און שומרונישע תורה) קומען נישט פון אן אנדערן העברעאישן מקור, נאר זענען אויסדרוקן פון דרשות חז"ל און פרשנות וואס די איבערזעצער האבן אריינגעפלאכטן. אין זיין פארשונג האט ער געזוכט צו אויסקלארן טעקסטן מיט ריכטיגע מאנוסקריפּטן-ליינונגען. אין אלגעמיין איז זיין צוגאנג געווען קאנסערוואטיוו, אבער ער איז נישט אוועקגעשטאנען פון מאדערנע פארשונגען פון אידישע און נישט-אידישע ווערק. ער האט געזען זיינע אויספארשונגען פון די אלטע ביבלישע ווערסיעס ווי א הייליגער מיסיע צו אויפווייזן דאס אינטעגריטעט פון דעם מסורה'דיגן טעקסט[2]. זיינע ווערק וואס האבן א גרויסן וויסנשאפטליכן ווערט זענען:
- א קריטישע אויסגאבע פון רמב”ם'ס ספר המצוות (תרע"ד), באזירט אויף מאנוסקריפטן פון צוויי פארשידענע איבערזעצונגען, די אראבישע אריגינאל, און אנדערע כתבי יד, וואס רייניגט אויס דעם טעקסט פון טעותים[א][29]. דער חפץ חיים האט זיך אויסגעדריקט אז 'אלע ספרים [ספר המצוות אויסגאבעס] אחוץ דער דאזיגער ווערן פאררעכנט אלס א ספר שאינו מוגה'[30];
- אַן אנאטירטע אויסגאבע פון דער פשיטא-ווערסיע פון בראשית און יציאת מצרים אין לשון קודש בוכשטאבן (תרפ"ז–תרפ"ט)[31];
- "הנוסח השמרוני של התורה: העתק מתוך נוסח המסורה" (תרפ"ד)[32];
- "על התרגום הירושלמי לתורה", (געשריבן אין שטאט האָמעל אין די יארן פון דער ערשטער וועלט־מלחמה, און פארעפנטליכט אין ניו־יארק, תרפ"א)[33];
- און אויף דער סעפּטואגינטא, קריטיקע אַנאָטאַציעס צו מאַנדעלקערנ'ס תנ״ך־קאָנקאָרדאַנציע "על תרגום השבעים בקונקורדנציה היכל הקודש" (תש"ד), מיט אַן הקדמה אויף ענגליש[34];
- צוויי קונטרסים וועגן תלמוד ירושלמי, "ע"ד מסורת הש"ס הירושלמי" (תרע"ד) און "המעלות לשלמה" (תר"ע)[35].
אויף דייטש האט העליר ארויסגעגעבן "אונטערזיכונגען איבער די פשיטתא" (Untersuchungen ueber die Peshitta), 1 (1911; זיין דאקטאר-דיסערטאציע) און "אונטערזיכונגען צו די סעפּטואגינטא" (Untersuchungen zur Septuaginta), 1 (1932).
נאך זיין פטירה איז ארויסגעקומען דורך זיין איידעם הרב סינגער דעם ספר "מסורת התנ"ך", פיר בענדער (תשנ"ז), א פאטאסקען פון העליר'ס פערזענליכע ביבליא העבראיקא, מיט זיינע מראי מקומות צו פּאראלעלע פסוקים[36][6]. העליר איז געווען איינער פון די זייער ווייניג מאדערנע תלמידי חכמים, וואס האבן קאמבינירט א ברייטן און טיפן גמרא לערנען פונעם טראדיציאנעלן טיפּ מיט א גרונטליכן קאמפּעטענץ אין די מעטאדן פון טעקסט-פארשונג. ער האט שארף פארטיידיגט דעם טראדיציאנעלער מסורה'דיגן טעקסט קעגן די ביבל קריטיקער.
ביבליאגראפיע
- אוריאל בנר, קווים לדמותו של הגאון ר' חיים הלר, אסיף ח, תשפ"ג, אויף אסיף
- משה דמביצר, "אגרות הרב חיים העליר", חצי גבורים: פליטת סופרים, ט (תשע"ו), עמ' תתקכג-תתקנב
- טוביה פערשל, ביבליוגרפיה של כתבי ר' חיים העליר, אור המזרח ט (א-ב) תשרי תשכ"ב; י (לח) תשרי תשכ"ג
דרויסנדיגע לינקס
- קובץ, "צרור מכתבים מארכיונו של הגאון ר' חיים העליר זצ"ל", תלפיות ט [ג-ד], תש"ל, עמ' 517-544
- דברי הגות והערכה, עמ' 137-162 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), לענגערע הספד דורך ר' יאשע בער סאלאווייטשיק אויף ר' חיים.
- Rabbi Chaim Heller, kevarim.com, דעצעמבער 18, 2007
- חיים הלר (1879-1960), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 1.3 1.4 Rakeffet-Rothkoff, Aaron (1999). The Rav: The World of Rabbi Joseph B. Soloveitchik (in ענגליש). KTAV Publishing House, Inc. ISBN 978-0-88125-614-7.
- ↑ 2.0 2.1 Shapiro, Marc B. (17 March 2022). Between the Yeshiva World and Modern Orthodoxy (in ענגליש). Liverpool University Press. ISBN 978-1-80085-846-6.
- ↑ 10 יולי 1878 אין יוליאנישן קאלענדאר (אוריאל בנר, קווים לדמותו של הגאון ר' חיים הלר, אסיף ח, תשפ"ג, אויף אסיף). אומריכטיגע דאטומען ווערן אנגעגעבן אין פארשידענע קוועלער.
- ↑ פנקס ביאליסטאק: גרונט-מאטעריאלן צו דער געשיכטע פון די יידן אין ביאליסטאק ביז נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה 1, תש"ט, 187, 197, 245.
- ↑ רבי חיים ברודא, זרע חיים, פיעטרקוב, תרס"ז.
- ↑ 6.0 6.1 6.2 טוביה פרעשל, הכרך הראשון של "מסורת התנ"ך" לגר"ח העליר ז"ל, הדואר 10.22.96.
- ↑ רבי חיים בערלין רעפערירט אין אַ תשובה צו "דער דערמאַנונג פון אונזער יוגנט פריינדשאַפט, ווען יחדיו נמתיק סוד אין פילע ענינים אין טיפעניש פון הלכה אין הויז פון [העלער'ס] פעטער". חיים ברלין, שו"ת נשמת חיים - חושן משפט, סי' עב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ 8.0 8.1 8.2 אהרן ראזמארין'ס תנ"ך ענציקלאפעדיע, באנד 1, עמ' עה-עט.
- ↑ רח"ח מדיני, שדי חמד, טו, וורשה תרס"ז, עמ' 289 (=כללים, מערכת מ, כלל קפז); הנ"ל, שם, יז, וורשה תרס"ח, עמ' 473 (= פאת השדה, כללים, מערכת ח, כלל יג); הנ"ל, שם, יח, וורשה תרע"ב, עמ' 280 (= שיורי הפאה, מערכת ה, כלל ח).
- ↑ משה דעמביצער, "הפרק האקדמי בחייו של ר' חיים העליר", מכילתא, ה (תשפ"ד), עמ' 367.
- ↑ קונטרס פרי חיים, פיעטרקוב, תרס"ז, ענדע פון ספר זרע חיים.
- ↑ הסכמת החסידים לרב־דקטור, המצפה, מערץ 29, 1912.
- ↑ ספר זיכרון לקהילת לומז'ה, בעריכת יום טוב לוינסקי, 1952, עמ' 115.
- ↑ אבישי אלבוים, מדוע עזב הרב חיים הליר את רבנות לומז'ה לאחר מספר חודשים?, אויף עם הספר, 18/07/2013.
- ↑ מהנעשה והנשמע, המודיע, יולי 3, 1914.
- ↑ "Dr. Heller, Oriental Expert, Arrives Here to Translate Bible". The American Hebrew & Jewish Messenger. American Hebrew Publishing Company. 1920, November 12, 1920. p. 784.
- ↑ "An Important Historical Discovery From 1868-9: "I Knew Him Personally…"". CrownHeights.info - Chabad News, Crown Heights News, Lubavitch News (in ענגליש). 2022-04-28. Retrieved 2023-06-04.
- ↑ Deutsch, Shaul Shimon (1995). Larger Than Life: The Life and Times of the Lubavitcher Rebbe Rabbi Menachem Mendel Schneerson (in ענגליש). Chasidic Historical Productions. ISBN 978-0-9647243-1-0.
- ↑ חיים הלר, חב"דפדיה.
- ↑ Aviad Hacohen and Menachem Butler, ‘And How Can One Behold a Sefer Torah in Distress?’ On the Relationship between Rabbi Chaim Heller and Rabbi Joseph B. Soloveitchik, The Seforim Blog, April 1, 2026.
- ↑ Eleff, Zev (2008). Mentor of Generations: Reflections on Rabbi Joseph B. Soloveitchik (in ענגליש). KTAV Publishing House, Inc. ISBN 978-1-60280-011-3.
- ↑ זעט מרים העליר, אויגן ריידן: לידער, פארלאג רמים, תשכ"ג.
- ↑ מאיר אמסעל (רעדאקטאר), המאור שנה יא חוברת ח (קד) תמוז תש"כ.
- ↑ Rabbi Chaim Heller, Noted Talmudic Scholar, Dies in New York, JTA, April 13, 1960.
- ↑ הלר, חיים, 1879-1960, לחקרי הלכות - כרך א, ברלין, תרפ"ד; הלר, חיים, 1879-1960, לחקרי הלכות - כרך ב, פיעטרקוב, תרצ"ב.
- ↑ פרי חיים, בעיקר מלוקט מספרו "לחקרי הלכות", נדפס בסוף רמב"ם מהד' שולזינגר.
- ↑ קונטרס, שיקאגא, תש"ו, אויף היברובוקס.
- ↑ ר' יונה אבן גנאח הספרדי, פירוש לכתבי הקדש, תל אביב, תרצ"ו, מלוקט מספריו ומספרי חכמים אחרים ע"י א"ז רבינוביץ. מעמ' 311 - הערות ר' חיים הלר, אויף היברובוקס.
- ↑ ספר המצוות - הלר, פיעטרקוב, תרע"ד; ספר המצות (הערות ר' חיים העליר), מוסד הרב קוק, תשס"ו, על פי כתבי יד מינכן ולונדון … בתוספת השגות הרמב"ן על שרש י' וי"א שלא נדפסו מעולם.
- ↑ י' אלימלך וואהלגעלערנטער, "הרב רבי חיים הליר - 'שר התורה ומושל במכמני המדע'", הפרדס חלק ד חוברת ב, תר"צ, עמ' 26–30.
- ↑ פשיטא - התרגום הסורי לתנ"ך בראשית, ברלין, תרפ"ז, מועתק לכתב עברי עם ביאורים מר' חיים הלר; פשיטא שמות, ברלין, תרפ"ט, אויף היברובוקס.
- ↑ הנוסח השמרוני של התורה, בערלין, תרפ"ד, אויף אוצר החכמה.
- ↑ על התרגום הירושלמי, נ.י., תרפ"א.
- ↑ על תרגום השבעים, נ.י., תש"ד.
- ↑ על דבר מסורת הש"ס בירושלמי, ברלין, תרע"ד; שני קונטרסים, ברלין, תרפ"ד.
- ↑ מסורת התנ"ך, תשנ"ז, אוצר החכמה.
- נאטיצן
- ↑ דער רמב"ם האט געשריבן דעם ספר אין אראביש, און ר' משה אבן תיבון האט עס איבערזעצט אויף לשון הקודש. דער ערשטער "ספר המצוות" איז געדרוקט געווארן אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל פון א פארגרייזטן כתב יד און די שפּעטערדיגע אויפלאגעס זענען נאך מער פארגרייזט געווארן. ר' חיים האט מיט זיין חריפות און בקיאות ארויסגעגעבן א פארראכטענע אבן תיבון טעקסט פונעם "ספר המצוות", מיט הערות, פארגלייכנדיג עס מיט דעם אראבישן אריגינאל און מיט ר' שלמה בן יוסף אבן איוב'ס איבערזעצונג.
