אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי מאיר ב"ר יצחק ש"ץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏פּיוטים און ווערק: פארברייטערט)
צייכן: רויע רעדאגירונג
ק (הגהה)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט|שבועות}}
{{דרעפט|שבועות}}
{{דעסקריפציע|שליח ציבור און פייטן אין ווארמס, "בעל אקדמות" (–ד'תתנ"ו)}}
{{דעסקריפציע|שליח ציבור און פייטן אין ווארמס, "בעל אקדמות" (–ד'תתנ"ו)}}
'''רבי מאיר בן יצחק שליח-ציבור''' (אין קורצן "ש"ץ", אויך באקאנט אלס "נהוראי"; נפטר געווארן פאר אדער אין ד'תתנ"ו) איז געווען איינער פון די ערשטע חכמי אשכנז און א גרויסער פייטן. ער איז אויך געווען א חזן – [[שליח ציבור]] און א דרשן אין [[ווארמס]], דייטשלאנד (אשכנז). ער האט געלעבט אין די ד'ת"ת יארן, אין איין צייט מיט [[רש"י]]. ער איז היינט מערסטנס באקאנט אלס דער מחבר פון דעם בארימטן אראמישן פּיוט "[[אקדמות|אקדמות מילין]]", וואס ווערט געזאגט מיט גרויס חשיבות אינעם ערשטן טאג שבועות אין אשכנז'ישע קהילות.
'''רבי מאיר בן יצחק שליח-ציבור''' (אין קורצן "ש"ץ", אויך באקאנט אלס "נהוראי"; נפטר געווארן פאר אדער אין ד'תתנ"ו) איז געווען איינער פון די ערשטע חכמי אשכנז און א גרויסער פייטן. ער איז אויך געווען א חזן – [[שליח ציבור]] און א דרשן אין [[ווארמס]], דייטשלאנד (אשכנז). ער האט געלעבט אין די ד'ת"ת יארן, אין די צייטן פון [[רש"י]]. ער איז היינט מערסטנס באקאנט אלס דער מחבר פון דעם בארימטן אראמישן פּיוט "[[אקדמות|אקדמות מילין]]", וואס ווערט געזאגט מיט גרויס חשיבות אינעם ערשטן טאג שבועות אין אשכנז'ישע קהילות.
וועגן אים איז פארהאן א [[לעגענדע]], אז ער איז געווען ביי די "[[בני משה]]" אויף יענער זייט [[סמבטיון]].
וועגן אים איז פארהאן א [[לעגענדע]], אז ער איז געווען ביי די "[[בני משה]]" אויף יענער זייט [[סמבטיון]].


שורה 7: שורה 7:


==ביאגראפיע==
==ביאגראפיע==
וועגן דעם לעבנסגעשיכטע פון רבי מאיר איז ווייניג באקאנט, און זיין געבורטסארט איז נישט באקאנט. זיין פאטער איז געווען רבי יצחק. רבי מאיר איז געווען טעטיג אין וואָרמס, וועלכע איז געווען איינע פון די חשובע קהילות אין אשכנז. די פוסקים געבן אים א שטארקן סמכות אין ענינים פון נוסח התפילה און מנהגים אין די קהילות פון פראַנקרייך און דייטשלאַנד. ער ווערט אפט דערמאנט און ציטירט מיט רעספעקטדורך די גרעסטע תלמידי-חכמים פון דייטשלאנד און פראנקרייך אין זיין צייט און אין די קומענדיגע דורות.
וועגן דעם לעבנסגעשיכטע פון רבי מאיר איז ווייניג באקאנט, און זיין געבורטסארט איז אויך נישט באקאנט. זיין פאטער איז געווען רבי יצחק. רבי מאיר איז געווען טעטיג אין וואָרמס, וועלכע איז געווען איינע פון די חשובע קהילות אין אשכנז. די פוסקים געבן אים א שטארקן סמכות אין ענינים פון נוסח התפילה און מנהגים אין די קהילות פון פראַנקרייך און דייטשלאַנד. ער ווערט אפט דערמאנט און ציטירט מיט רעספעקט דורך די גרעסטע תלמידי חכמים פון דייטשלאנד און פראנקרייך אין זיין צייט און אין די קומענדיגע דורות{{מקור|עפעס א מלקט וואס ברענגט ארויס די לעצטע נקודות}}.


רבי מאיר האט געהאט צוויי זין, יעקב און יצחק. זיין זון יצחק איז אומגעקומען אין די [[גזרות תתנ"ו|גזירות פון תתנ"ו]], ווי דערמאנט אין פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא{{הערה|<!-- {{היברובוקס|רבי אליעזר בן נתן|קונטרס גזרות תתנ"ו|34838|מקום הוצאה=לייפציג|שנת הוצאה=תרי"ד}} עמוד????; --> {{היברובוקס|אהרן יעללינעק|קונטרס ווירמייזא וקהל ווינא|34866|page=3|מקום הוצאה=וויען|שנת הוצאה=תר"מ|עמ=4}}}}. אין דעם אלטער פנקס פון הזכרת נשמות ([[מעמארבוך|מעמאָרבוך]]) פון שטאט ווירמייזא ווערט דערמאנט "רבינו מאיר בר יצחק שליח ציבור וכו' בעבור שתיקן שבחות למקום"{{הערה|שם=פנקס|{{לינק|אדרעס=https://digital.bodleian.ox.ac.uk/objects/d859aa4f-ecca-4845-96bb-c6931c940647/surfaces/48939344-6093-4a51-8127-64ba4d6c7511/|קעפל=פנקס של קהל ווירמזיי' ממחזור ר"ט|זייטל=[[באדלעיאן ביבליאטעק]] אין [[אקספארד]]|מידע נוסף=fol. 8a}}; {{כתיב|פנקס הזכרת נשמות בקהלת ורמיזא|990000402490205171|עמוד 7}}; {{היברובוקס|אהרן יעללינעק|קונטרס ווירמייזא|34866|page=6|מקום הוצאה=וויען|שנת הוצאה=תר"מ|עמ=7}}}}.
רבי מאיר האט געהאט צוויי זין, יעקב און יצחק. זיין זון יצחק איז אומגעקומען אין די [[גזרות תתנ"ו|גזירות פון תתנ"ו]], ווי דערמאנט אין פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא{{הערה|<!-- {{היברובוקס|רבי אליעזר בן נתן|קונטרס גזרות תתנ"ו|34838|מקום הוצאה=לייפציג|שנת הוצאה=תרי"ד}} עמוד????; --> {{היברובוקס|אהרן יעללינעק|קונטרס ווירמייזא וקהל ווינא|34866|page=3|מקום הוצאה=וויען|שנת הוצאה=תר"מ|עמ=4}}}}. אין דעם אלטער פנקס פון הזכרת נשמות פון שטאט ווירמייזא ווערט דערמאנט "רבינו מאיר בר יצחק שליח ציבור וכו' בעבור שתיקן שבחות למקום"{{הערה|שם=פנקס|{{לינק|אדרעס=https://digital.bodleian.ox.ac.uk/objects/d859aa4f-ecca-4845-96bb-c6931c940647/surfaces/48939344-6093-4a51-8127-64ba4d6c7511/|קעפל=פנקס של קהל ווירמזיי' ממחזור ר"ט|זייטל=[[באדלעיאן ביבליאטעק]] אין [[אקספארד]]|מידע נוסף=fol. 8a}}; {{כתיב|פנקס הזכרת נשמות בקהלת ורמיזא|990000402490205171|עמוד 7}}; {{היברובוקס|אהרן יעללינעק|קונטרס ווירמייזא|34866|page=6|מקום הוצאה=וויען|שנת הוצאה=תר"מ|עמ=7}}}}.


אין ראם פון זיין פּאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין דעם נוסח התפילה (ווי דאס צולייגן "גואלינו ה' צבאות שמו קדוש ישראל" ביים אויספיר פון [[ברכות קריאת שמע]]{{הערה|ספר המנהגים לרבי יצחק אייזיק מטירנא.}}), און פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי אזעלכע וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.
אין ראם פון זיין פּאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין דעם נוסח התפילה (ווי דאס צולייגן "גואלינו ה' צבאות שמו קדוש ישראל" ביים אויספיר פון [[ברכות קריאת שמע]]{{הערה|ספר המנהגים לרבי יצחק אייזיק מטירנא.}}), און פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי אזעלכע וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.


==פּיוטים און ווערק==
==פּיוטים און ווערק==
רבי מאיר האט זיך הויפּטזעכליך באקענט אלס א פּייטן. ער האט געשאפן [[פיוט|פּיוטים]] און [[סליחות]] אין לשון-קודש און אראמיש, און מער ווי 50 פון זיי זענען פארהאן היינט. א טייל פון זיינע פּיוטים פאר די ימים-טובים זענען אנגענומען געווארן אין די קהילות פון אשכנז און פּוילן און זענען געדרוקט געווארן אומצאליגע מאל אין מחזורים און סליחות{{הערה|{{יודאיקה|Abraham David|Meir ben Isaac Sheli'aḥ Ẓibbur|לינק=https://www.encyclopedia.com/religion/encyclopedias-almanacs-transcripts-and-maps/meir-ben-isaac-sheliah-zibbur}}}}. ער איז געווען פון די געציילטע חכמי אשכנז וואס האבן מחבר געווען [[קרובות]] סעריעס פון פיוטים, און דער איינציגסטער פון זיי צו מחבר זיין א [[קרובה#שבעתא|שבעתא]] אויף מוסף פון [[שבת זכור]] און [[שבת פרה]]{{הערה|https://archive.today/20091204054819/http://shituf.piyut.org.il/story/1384}}. געוויסע פיוטים האט ער פארפאסט לויט די מעטער פון תנועות לויט'ן ספרד'ישן שטייגער, א שריט וואס אנדערע אשכנז'ישע פייטנים האבן אנגעהויבן נאכמאכן זינט דאן{{הערה|אזוי ווי דער סליחה "תְּפִלָּה תִקַּח תְּחִנָּה תִבְחַר" אויף ערב ראש השנה, וואס לויפט מיט א מעטער פון 8 זילבעס פער סטאנץ}}.  
רבי מאיר האט זיך הויפּטזעכליך באקענט אלס א פּייטן. ער האט געשאפן [[פיוט|פּיוטים]] און [[סליחות]] אין לשון-קודש און אראמיש, און מער ווי 50 פון זיי זענען פארבליבן ביז היינט. א טייל פון זיינע פּיוטים פאר די ימים טובים זענען אנגענומען געווארן אין די קהילות פון אשכנז און פּוילן און זענען געדרוקט געווארן אומצאליגע מאל אין מחזורים און סליחות{{הערה|{{יודאיקה|Abraham David|Meir ben Isaac Sheli'aḥ Ẓibbur|לינק=https://www.encyclopedia.com/religion/encyclopedias-almanacs-transcripts-and-maps/meir-ben-isaac-sheliah-zibbur}}}}. ער איז געווען פון די געציילטע חכמי אשכנז וואס האבן מחבר געווען [[קרובות]], און דער איינציגסטער פון זיי צו מחבר זיין א [[קרובה#שבעתא|שבעתא]] אויף מוסף פון [[שבת זכור]] און [[שבת פרה]]{{הערה|https://archive.today/20091204054819/http://shituf.piyut.org.il/story/1384}}. געוויסע פיוטים האט ער פארפאסט לויט די מעטער פון תנועות אויפ'ן ספרד'ישן שטייגער, א שריט וואס אנדערע אשכנז'ישע פייטנים האבן אנגעהויבן נאכמאכן זינט דאן{{הערה|אזוי ווי דער סליחה "תְּפִלָּה תִקַּח תְּחִנָּה תִבְחַר" אויף ערב ראש השנה, וואס לויפט מיט א מעטער פון 8 זילבעס פער סטאנץ}}.  


די מערסט באקאנטע פון זיינע פּיוטים איז דער אראמישער פּיוט "[[אקדמות]]". דער פּיוט ווערט געזאגט געווענטליך אין אשכנזישע קהילות אין חג השבועות, אלס אַן איינלייטונג צו די קריאה פון ערשטן טאג שבועות, ווען מען ליינט די [[עשרת הדברות]]. דער מנהג איז צו געווען עס צו זאגן עס נאך דעם ערשטן פּסוק פון קריאת התורה (שמות י"ט, ב'), די סיבה דערצו איז געווען וויבאלד אריגינעל האט דאס געדינס אלס "רשות" פארן מתורגמן וואס האט געזאגט דעם תרגום פון די קריאת התורה - א מנהג איינגעפירט דורך [[עזרא הסופר]] וואס איז שפעטער פארבליבן אין אשכנז און צרפת בלויז אויף געציילטע ימים-טובים {{הערה|שם=רמבםיבי|{{רמב"ם|תפילה|יב|י}}. דער מנהג איז געבליבן ביז היינט ביי די [[תימנים]]}}, שפעטער ווען דער דער מנהג פון מתרגם זיין די תורה איז פארגעסן געווארן, האט די פאקט אז מען זאגט "אקדמות" גלייך נאכן ערשטן פּסוק האט ארויסגערופן פיל דיסקוסיעס און השערות, און האט אויפגעברענגט התנגדות מפסיק צו זיין דערוועגן, און טייל פוסקים האבן איינגעפירט דעם מנהג צו זאגן עס פארן ליינען די תורה.
די מערסט-באקאנטע פּיוט זיינער איז דער אראמישער פּיוט "[[אקדמות]]". דער פּיוט ווערט געזאגט געווענטליך אין אשכנזישע קהילות אין חג השבועות, אלס אַן איינלייטונג צו די קריאה פון ערשטן טאג שבועות, ווען מען ליינט די [[עשרת הדברות]]. דער מנהג איז צו געווען עס צו זאגן עס נאך דעם ערשטן פּסוק פון קריאת התורה (שמות י"ט, ב'), די סיבה דערצו איז געווען וויבאלד אריגינעל האט דאס געדינס אלס "רשות" פארן מתורגמן וואס האט געזאגט דעם תרגום פון די קריאת התורה. תרגום איז א מנהג וואס איז איינגעפירט געווארן דורך [[עזרא הסופר]]{{הערה|שם=רמבםיבי|{{רמב"ם|תפילה|יב|י}}. דער מנהג איז געבליבן ביז היינט ביי די [[תימנים]]}}, און איז שפעטער פארבליבן אין אשכנז און צרפת בלויז אויף געציילטע ימים טובים. שפעטער ווען מ'האט אויפגעהערט מתרגם זיין אויך ביי די פאר ימים טובים, האט דאס אז מען זאגט "אקדמות" גלייך נאכן ערשטן פּסוק האט ארויסגערופן פיל דיסקוסיעס און השערות, און האט אויפגעברענגט התנגדות מפסיק צו זיין די קריאה דערוועגן, און טייל פוסקים האבן איינגעפירט דעם מנהג צו זאגן עס פאר'ן אנהייבן ליינען די תורה.


אנדערע באקאנטע פּיוטים זיינע שליסן איין:
צווישן אנדערע באקאנטע פּיוטים זיינע זענען:
*"אֱלָהָא עָלַם" (אייביגער ג-ט): אַן אראמישער "רשות" פארן סדר "מתורגמן" (אַן איינלייטונג צום תרגום) פון שביעי של פסח. עס ווערט געזאגט נאכן ערשטן פּסוק פון שירת הים.
*"אֱלָהָא עָלַם": אַן אראמישער "רשות" פאר'ן סדר "מתורגמן" (אַן איינלייטונג צום תרגום) פון שביעי של פסח. עס ווערט געזאגט נאכן ערשטן פּסוק פון שירת הים.
*"אֲבוּנָן דְּבִשְׁמַיָּא וּבָרְיַן" (אונזער פאטער אין הימל און אונזער באשעפער): אַן אראמישער פּיוט פארן סדר "מתורגמן" פון שביעי של פסח.
*"אֲבוּנָן דְּבִשְׁמַיָּא וּבָרְיַן": אַן אראמישער פּיוט פאר'ן סדר "מתורגמן" פון שביעי של פסח.
*"אִילּוּ פּוּמֵּי נִימֵי" (ווען אונזערע מיילער וואלטן געווען פאדעם): אַן איינלייטונגס פּיוט פאַרן סדר "מתורגמן" פון שביעי של פסח. עס ווערט געזאגט נאכן ערשטן פּסוק פון דער ערשטער עליה.
*"אִילּוּ פּוּמֵּי נִימֵי": אַן איינלייטונגס פּיוט פאַר'ן סדר "מתורגמן" פון שביעי של פסח. עס ווערט געזאגט נאכ'ן ערשטן פּסוק פון דער ערשטער עליה.
*"חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה": א פּיוט פארן סדר "מתורגמן" פון שבועות. רבי מאיר האט געשריבן א המשך צום אריגינעלן פּיוט וואס האט נאָר געהאט אַן אקראסטיך ביז האלבן אלף-בית. דער פּיוט איז ארויסגעשריבן צו ווערן געזאגט ווי אַן איינלייטונג צום תרגום פון דעם צווייטן געבאט (לא תשא). עס דערציילט די מעשה פון [[חנניה מישאל ועזריה|חנניה, מישאל און עזריה]], וואס האבן בעסער געוואלט ווערן אריינגעווארפן אין א פייערדיגן אויוון איידער דינען אַן עבודה זרה.
*"חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה": א פּיוט פאר'ן סדר "מתורגמן" פון שבועות. רבי מאיר האט געשריבן א המשך צום אריגינעלן פּיוט וואס האט נאָר געהאט אַן אקראסטיך ביז האלבן אלף-בית. דער פּיוט איז ארויסגעשריבן צו ווערן געזאגט ווי אַן איינלייטונג צום תרגום פון דעם צווייטן געבאט (לא תשא). עס דערציילט די מעשה פון [[חנניה מישאל ועזריה|חנניה, מישאל און עזריה]], וואס האבן בעסער געוואלט ווערן אריינגעווארפן אין א פייערדיגן אויוון איידער דינען אַן עבודה זרה.
*"תְּפִלָּה תִקַּח תְּחִנָּה תִבְחַר"{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A1%D7%9C%D7%99%D7%97%D7%95%D7%AA_%D7%9C%D7%99%D7%9E%D7%99_%D7%94%D7%AA%D7%A9%D7%95%D7%91%D7%94/%D7%9E%D7%A0%D7%94%D7%92_%D7%A4%D7%95%D7%9C%D7%99%D7%9F/%D7%A1%D7%9C%D7%99%D7%97%D7%95%D7%AA_%D7%9C%D7%A2%D7%A8%D7%91_%D7%A8%D7%90%D7%A9_%D7%94%D7%A9%D7%A0%D7%94#%D7%A1%D7%9C%D7%99%D7%97%D7%94_%D7%9E%D7%90|שרייבער=נוסח פולין|קעפל=סליחה מא}}}}: א [[סליחות|סליחה]] אויף ערב השנה וואס שילדערט די עבודה פונעם קרבן תמיד, און בעט אז דאס זאגן זאל ווערן גערעכנט אנשטאט מקריב זיין א תמיד. דער פיוט איז געבויט מיט 8 זילבעס פער סטראף און נאכן אקראסטיך פון תשר"ק פארצייכנט עס "מאיר ברבי יצחק חזק ואמץ".  
*"תְּפִלָּה תִקַּח תְּחִנָּה תִבְחַר"{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A1%D7%9C%D7%99%D7%97%D7%95%D7%AA_%D7%9C%D7%99%D7%9E%D7%99_%D7%94%D7%AA%D7%A9%D7%95%D7%91%D7%94/%D7%9E%D7%A0%D7%94%D7%92_%D7%A4%D7%95%D7%9C%D7%99%D7%9F/%D7%A1%D7%9C%D7%99%D7%97%D7%95%D7%AA_%D7%9C%D7%A2%D7%A8%D7%91_%D7%A8%D7%90%D7%A9_%D7%94%D7%A9%D7%A0%D7%94#%D7%A1%D7%9C%D7%99%D7%97%D7%94_%D7%9E%D7%90|שרייבער=נוסח פולין|קעפל=סליחה מא}}}}: א [[סליחות|סליחה]] אויף ערב השנה וואס שילדערט די עבודה פונעם קרבן תמיד, און בעט אז דאס זאגן זאל ווערן גערעכנט אנשטאט מקריב זיין א תמיד. דער פיוט איז געבויט מיט 8 זילבעס פער סטראף און נאכן אקראסטיך פון תשר"ק פארצייכנט עס "מאיר ברבי יצחק חזק ואמץ".  



רעוויזיע פון 00:34, 10 יוני 2025


רבי מאיר בן יצחק שליח-ציבור (אין קורצן "ש"ץ", אויך באקאנט אלס "נהוראי"; נפטר געווארן פאר אדער אין ד'תתנ"ו) איז געווען איינער פון די ערשטע חכמי אשכנז און א גרויסער פייטן. ער איז אויך געווען א חזן – שליח ציבור און א דרשן אין ווארמס, דייטשלאנד (אשכנז). ער האט געלעבט אין די ד'ת"ת יארן, אין די צייטן פון רש"י. ער איז היינט מערסטנס באקאנט אלס דער מחבר פון דעם בארימטן אראמישן פּיוט "אקדמות מילין", וואס ווערט געזאגט מיט גרויס חשיבות אינעם ערשטן טאג שבועות אין אשכנז'ישע קהילות. וועגן אים איז פארהאן א לעגענדע, אז ער איז געווען ביי די "בני משה" אויף יענער זייט סמבטיון.

גרויסע חכמים פון זיין צייט און שפעטערדיגע דורות, ווי רש"י, בעלי התוספות, רבי שמחה פון ויטרי, רבי אברהם בן עזריאל[1], רבי יעקב מולין, ציטירן אים אפט מיט רעספעקט, בעיקר אין באצוג צו ענינים פון דאווענען און מנהגים צווישן די קהילות פון אשכנז און צרפת.

ביאגראפיע

וועגן דעם לעבנסגעשיכטע פון רבי מאיר איז ווייניג באקאנט, און זיין געבורטסארט איז אויך נישט באקאנט. זיין פאטער איז געווען רבי יצחק. רבי מאיר איז געווען טעטיג אין וואָרמס, וועלכע איז געווען איינע פון די חשובע קהילות אין אשכנז. די פוסקים געבן אים א שטארקן סמכות אין ענינים פון נוסח התפילה און מנהגים אין די קהילות פון פראַנקרייך און דייטשלאַנד. ער ווערט אפט דערמאנט און ציטירט מיט רעספעקט דורך די גרעסטע תלמידי חכמים פון דייטשלאנד און פראנקרייך אין זיין צייט און אין די קומענדיגע דורות[מקור פארלאנגט: עפעס א מלקט וואס ברענגט ארויס די לעצטע נקודות].

רבי מאיר האט געהאט צוויי זין, יעקב און יצחק. זיין זון יצחק איז אומגעקומען אין די גזירות פון תתנ"ו, ווי דערמאנט אין פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא[2]. אין דעם אלטער פנקס פון הזכרת נשמות פון שטאט ווירמייזא ווערט דערמאנט "רבינו מאיר בר יצחק שליח ציבור וכו' בעבור שתיקן שבחות למקום"[3].

אין ראם פון זיין פּאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין דעם נוסח התפילה (ווי דאס צולייגן "גואלינו ה' צבאות שמו קדוש ישראל" ביים אויספיר פון ברכות קריאת שמע[4]), און פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי אזעלכע וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.

פּיוטים און ווערק

רבי מאיר האט זיך הויפּטזעכליך באקענט אלס א פּייטן. ער האט געשאפן פּיוטים און סליחות אין לשון-קודש און אראמיש, און מער ווי 50 פון זיי זענען פארבליבן ביז היינט. א טייל פון זיינע פּיוטים פאר די ימים טובים זענען אנגענומען געווארן אין די קהילות פון אשכנז און פּוילן און זענען געדרוקט געווארן אומצאליגע מאל אין מחזורים און סליחות[5]. ער איז געווען פון די געציילטע חכמי אשכנז וואס האבן מחבר געווען קרובות, און דער איינציגסטער פון זיי צו מחבר זיין א שבעתא אויף מוסף פון שבת זכור און שבת פרה[6]. געוויסע פיוטים האט ער פארפאסט לויט די מעטער פון תנועות אויפ'ן ספרד'ישן שטייגער, א שריט וואס אנדערע אשכנז'ישע פייטנים האבן אנגעהויבן נאכמאכן זינט דאן[7].

די מערסט-באקאנטע פּיוט זיינער איז דער אראמישער פּיוט "אקדמות". דער פּיוט ווערט געזאגט געווענטליך אין אשכנזישע קהילות אין חג השבועות, אלס אַן איינלייטונג צו די קריאה פון ערשטן טאג שבועות, ווען מען ליינט די עשרת הדברות. דער מנהג איז צו געווען עס צו זאגן עס נאך דעם ערשטן פּסוק פון קריאת התורה (שמות י"ט, ב'), די סיבה דערצו איז געווען וויבאלד אריגינעל האט דאס געדינס אלס "רשות" פארן מתורגמן וואס האט געזאגט דעם תרגום פון די קריאת התורה. תרגום איז א מנהג וואס איז איינגעפירט געווארן דורך עזרא הסופר[8], און איז שפעטער פארבליבן אין אשכנז און צרפת בלויז אויף געציילטע ימים טובים. שפעטער ווען מ'האט אויפגעהערט מתרגם זיין אויך ביי די פאר ימים טובים, האט דאס אז מען זאגט "אקדמות" גלייך נאכן ערשטן פּסוק האט ארויסגערופן פיל דיסקוסיעס און השערות, און האט אויפגעברענגט התנגדות מפסיק צו זיין די קריאה דערוועגן, און טייל פוסקים האבן איינגעפירט דעם מנהג צו זאגן עס פאר'ן אנהייבן ליינען די תורה.

צווישן אנדערע באקאנטע פּיוטים זיינע זענען:

  • "אֱלָהָא עָלַם": אַן אראמישער "רשות" פאר'ן סדר "מתורגמן" (אַן איינלייטונג צום תרגום) פון שביעי של פסח. עס ווערט געזאגט נאכן ערשטן פּסוק פון שירת הים.
  • "אֲבוּנָן דְּבִשְׁמַיָּא וּבָרְיַן": אַן אראמישער פּיוט פאר'ן סדר "מתורגמן" פון שביעי של פסח.
  • "אִילּוּ פּוּמֵּי נִימֵי": אַן איינלייטונגס פּיוט פאַר'ן סדר "מתורגמן" פון שביעי של פסח. עס ווערט געזאגט נאכ'ן ערשטן פּסוק פון דער ערשטער עליה.
  • "חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה": א פּיוט פאר'ן סדר "מתורגמן" פון שבועות. רבי מאיר האט געשריבן א המשך צום אריגינעלן פּיוט וואס האט נאָר געהאט אַן אקראסטיך ביז האלבן אלף-בית. דער פּיוט איז ארויסגעשריבן צו ווערן געזאגט ווי אַן איינלייטונג צום תרגום פון דעם צווייטן געבאט (לא תשא). עס דערציילט די מעשה פון חנניה, מישאל און עזריה, וואס האבן בעסער געוואלט ווערן אריינגעווארפן אין א פייערדיגן אויוון איידער דינען אַן עבודה זרה.
  • "תְּפִלָּה תִקַּח תְּחִנָּה תִבְחַר"[9]: א סליחה אויף ערב השנה וואס שילדערט די עבודה פונעם קרבן תמיד, און בעט אז דאס זאגן זאל ווערן גערעכנט אנשטאט מקריב זיין א תמיד. דער פיוט איז געבויט מיט 8 זילבעס פער סטראף און נאכן אקראסטיך פון תשר"ק פארצייכנט עס "מאיר ברבי יצחק חזק ואמץ".

רבי מנחם בן חלבו האט געשריבן פּירושים אויף ר' מאיר'ס פּיוטים.

ר' מאיר איז אויך געווען א תנ"ך מפרש און ווערט אייניגע מאל דערמאנט אין פארשידענע ערטער אין פירוש רש"י אויף תנ"ך. רש"י שטיצט זיך אויף זיינע אויסטייטשונגען און טיטולירט ר' מאיר'ן מיט "צדיק" און "חסיד"[10]. רש"י ברענגט אים עטליכע מאל מיט'ן טיטל זצ"ל[11], אבער ער האט אים נאך געקענט ביים לעבן[12].

ווארשיינליך האט ר' מאיר אויך צונויפגעשטעלט א ספר מנהגים פארן גאנצן יאר. דעם ספר מנהגים דערמאנט דער מהרי"ל עטליכע מאל אלס "מנהגי דר' מאיר ש"ץ".

לעגענדעס

Postscript-viewer-blue.svg אקדמות#מעשה בעל אקדמות

עס איז פארהאן א באקאנטער לעגענדע, מיט פארשידענע ווערסיעס, ארום רבי מאיר ש"ץ און דאס שאפונג פון זיין פיוט אקדמות. עס דערציילט וועגן א שליח וואס איז געשיקט געווארן פון די עשרת השבטים וואס זיצן פונעם אנדערן זייט סמבטיון. דער שליח איז געשיקט געווארן צו געפינען א איד וואס זאל קענען קעמפן קעגן א מאנאך אין אשכנז, וואס האט גע'הרג'עט אידן מיט זיין כישוף. אין איין ווערסיע איז ר' מאיר אליין אריבער דעם סמבטיון אין שבת צוליב פּיקוח נפש. צוליב חלול שבת האט ער נישט געקענט צוריקקערן זיך, און איז דארט געבליבן און דארט באגראבן געווארן. ער האט איבערגעלאזט זיין פרוי אַן אייביגע עגונה. אין אַ צווייטער ווערסיע, איז זיין רייזע געווען פאַרקערט, צו העלפן די אידן פונעם אַנדערן זייט סמבטיון וואָס האָבן געליטן פון רדיפות.

די געשיכטעס דערציילן וועגן די מלחמה צווישן דעם גלח און דעם "אויסגעקליבענעם" פון די אידן. אין איינער פון די ווערסיעס, קומט רבי מאיר, וואָס ווערט באַשריבן ווי אַ "קליין הינקעדיג מענטשעלע", זיך באַגעגענען מיטן גלח וואָס האָט אויסגענוצט אַ "צויבער-ראָד" מיט וועלכן ער האָט געקענט טאָן וואָס ער האָט געוואָלט דורך שדים, און דער גלח האָט געהרגעט אַ סך אידן. רבי מאיר באַווייזט מיט נסים און מיט די הילף פון "שמות הקדושים" צו באַזיגן דעם גלח. אין אַ טייל ווערסיעס, געלונגט עס נישט פאר רבי מאיר דעם גלח בייצוקומען, און זיין זון ר' יצחק איז דער וואָס געלונגט צו געווינען מיטן זיין חכמה און אפראטעווען די אידן. לויט אנדערע ווערסיעס איז רבי מאיר פארבליבן געשטראנדעט אויפ'ן אנדערען זייט סמבטיון, און נישט געקענט צוריקקומען צוליב חילול שבת, און ער האט צוריקגעשיקט א אידל פון די בני משה, וואס יענער האט באוויזן די דערמאנטע וואונדער.

די דאטומס וואָס ווערן אנגעגעבן אין די געשיכטעס פאַסן נישט מיט דער היסטאָרישער ווירקליכקייט, ווייל ר' מאיר האָט געלעבט אין 11טן יאָרהונדערט, און די דאַטומס אין די מעשיות זענען שפּעטער. דאָס נעמט זיך מעגליך דערפון, וואָס די מעשה איז פיל שפּעטער אויפגעשריבן געווארן. די מעשה איז געדרוקט אין פאַרשידענע אויסגאַבעס פון מחזורים און "צאינה וראינה" און איז אויך געפונען געווארן אין מאנוסקריפּטן.

מקום קבורה

דער פּינקטליכער מקום קבורה פון ר' מאיר ש"ץ איז נישט באקאנט מיט זיכערקייט און עס זענען פארהאן פארשידענע מסורות איבער דעם. ס'זענען דא וואס ווילן ברענגען א ראי' פון זיין ווערן דערמאנט אינעם פינקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא, אז ער ליגט דארט באגראבן.

עס זענען דא וואס ווילן זאגן אז דער קבר וואס געפינט זיך אין גוש חלב, וואס פריערדיגע מקורות געבן אן אלס מקום קבורה פון רבי מאיר בעל הנס, דאס איז פון רבי מאיר ש"ץ וואס האט זוכה געווען צו נסים. אן אנדערע מסורה געבט אן אז ער ליגט אין לובלין[13]. פון דער אנדערע זייט, ווערט ער דערמאנט דורך איינער פון די ראשונים אין די דורות נאך אים, אלס "רבינו מאיר שליח ציבור מאבילי ירושלים"[14], וואס קען זיין אן אנדייטונג אז ער שטאמט פון ארץ ישראל אדער פון די עשרת השבטים[15].

עס איז דא א מיינונג וואס איז מייחס זיין קבר צו ארץ ישראל. לויט איין טראדיציע געפינט זיך זיין קבר אין גוש חלב (ג'יש), נאנט צו צפת. אנדערע זאגן אז ער איז באגראבן אין דער נאנט פון טבריה, און מייחסן אים צו רבי מאיר בעל הנס. אבער, דאס קבר אין גוש חלב ווערט אויך מייחס צו זיין פאטער, ר' יצחק פון גוש חלב.

רבי ישעיה הלוי הורוויץ (תרמ"ג–תשל"ח), א צפת'ער רב וואס איז אריבער קיין קאנאדע אין תרפ"ב, שרייבט אין זיין ספר 'עדן ציון' אז "די וועלט זאגט" אז דער קבר אין גוש חלב (וואס איז דורך דער ספר סדר הדורות אידענטיפיצירט געווארן אלס אן אומבאקאנטער רבי מאיר בעל הנס[16]) איז רבי מאיר בעל האקדמות[17]. ס'איז אבער מעגליך אז דאס קומט פונעם גאליציאנער משכיל און מסור יוסף פּערל, וואס איז געווען דער ערשטער צו ציען א שטריך פון רבי מאיר בעל הנס צו רבי מאיר בעל אקדמות[18].

דער מקובל רבי מרדכי שרעבי האט געהאלטן אז רבי מאיר וואס איז באערדיגט אין גוש חלב איז דער תנא רבי מאיר וואס ווערט דערמאנט אין משנה, בשעת דער רבי מאיר וואס איז באגראבן ביים אריינגאנג צו טבריה איז רבי מאיר בעל האקדמות, וואָס ווערט אויך גערופן "רבי מאיר בעל הנס"[19].

אנדערע מקורות און דיסקוסיעס צווייפלען שטאַרק אין דעם טענה אַז ר' מאיר בעל האקדמות איז באַגראָבן אין ארץ ישראל. מען שטעלט די פראַגע, ווי אַזוי וואָלט ער צוריקגעקערט נאָכן אַריבערגיין דעם סמבטיון אין שבת, און אויב ער איז באַגראָבן אין ארץ ישראל, ווי קען די סמבטיון מעשה האָבן פּאַסירט?. רבי הערשלע פון קרעטשניף, פלעגט זאָגן א ווערטל אז ר' מאיר בעל הנס, ר' מאיר בעל האקדמות, און ר' מאיר'ל פּרעמישלאנער זענען אַלע איין און דער זעלבער ר' מאיר.

רבי מאיר בן יצחק פון ארליאן

עס איז געווען נאך א פּייטן מיט'ן נאמען רבי מאיר בן יצחק, וועלכער ווערט בטעות צומאל אויסגעמישט מיט'ן בעל אקדמות. רבי מאיר בן יצחק פון אָרליאַן, וועמענס זון אלעזר ווערט ציטירט אין דעם פירוש אויף דברי הימים וואס איז בטעות צוגעשריבן צו רש"י[20]. ער האט פארפאסט עטליכע פיוטים, צווישן זיי זענען "תורה התמימה" (א תחנון מיט פיל אראמישע און תלמודישע ווערטער, וואו ער דריקט אויס זיין שרעק פון שמד), און "אלמנות חיות": א סליחה פאר יום כיפּור. ביידע דער פּיוטים זענען אונטערגעשריבן מיט מאיר און האבן אַן אקראסטיך מיט דעם נאמען "אלעזר". עס איז אויך דא א סליחה וואס הייבט זיך אָן "מי יודע ישוב", וואס באציט זיך אויף א שחיטה פון 3,000 אידן דורך די קרייצציגלער. כאטש דער פּיוט איז אונטערגעשריבן און האט אַן אקראסטיך מיט "אלעזר", ווערט געגלויבט אז ער איז קאמפּאנירט געווארן א יארהונדערט שפּעטער[21].

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. זעט ערוגת הבושם, אפרים אורבאך, חלק א, זז' 197, 210; חלק ג, 96, 322, 385, 389, 423, 446; חלק ד, 46, 59, 85.
  2. אהרן יעללינעק, קונטרס ווירמייזא וקהל ווינא, וויען, תר"מ, עמ' 4.
  3. פנקס של קהל ווירמזיי' ממחזור ר"ט, אויף באדלעיאן ביבליאטעק אין אקספארד, fol. 8a; פנקס הזכרת נשמות בקהלת ורמיזא, עמוד 7, מאנוסקריפט אויף נבמ"י; אהרן יעללינעק, קונטרס ווירמייזא, וויען, תר"מ, עמ' 7.
  4. ספר המנהגים לרבי יצחק אייזיק מטירנא.
  5. Abraham David, "Meir ben Isaac Sheli'aḥ Ẓibbur", Encyclopaedia Judaica, 2007.
  6. https://archive.today/20091204054819/http://shituf.piyut.org.il/story/1384.
  7. אזוי ווי דער סליחה "תְּפִלָּה תִקַּח תְּחִנָּה תִבְחַר" אויף ערב ראש השנה, וואס לויפט מיט א מעטער פון 8 זילבעס פער סטאנץ.
  8. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה י'. דער מנהג איז געבליבן ביז היינט ביי די תימנים.
  9. נוסח פולין, סליחה מא.
  10. Zunz, Zur Geschichte und Literatur (Berlin 1845), 61.
    זע אויך "פיוט אקדמות", ווילנע תרס"ב אין מבוא פון חיים נחמיה שובין, זייט 10–11.
  11. רש"י, הושע ו, ט; עמוס ג, יב; תהלים עג, יב.
  12. זעט סדור רש"י, בערלין: באבער, תרע"ב, עמ' 80: "שמעתי מפי צדיק רבי מאיר ברבי יצחק".
  13. לקורות היהודים בלובלין, עמ' 139.
  14. רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבשם (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  15. רבי נפתלי יעקב הכהן, אוצר הגדולים ו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  16. רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, תנאים ואמוראים, קכט, ע' 'אבטולמס'. זעט ישעיה אשר זעליג מיללער, "על ה'סדר הדורות' מקורותיו ומהדורותיו (ב)", אין קובץ אור ישראל נד, טבת תשס"ט, עמ' רלג–רלו.
  17. ר' ישעיה הורוויץ, עדן ציון, ירושלים, תשט"ז, עמ' פז, הערה א (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע). ועיי"ש עמוד קלד-ה.
  18. י' פערל, "ג' אגרות על דבר הנדבות על נשמת ר' מאיר בעל הנס", כרם חמד, ב (1836), עמ' 29–30. איבער די בריוון זעט: א' רובינשטיין, 'קונטרס "כתית למאור" של יוסף פערל', עלי ספר, ג (תשל"ז) עמ' 140–157. זעט אויך: מוטי בנמלך, ‏"מן הסמבטיון לטבריה: נוסח לא ידוע של 'מעשה אקדמות'", מחקרי ירושלים בפולקלור יהודי, לו (תשפ"ד), עמ' 12–17.
  19. ספר דרך צדיקים חלק ב' עמוד 290.
  20. פירוש וואס איז בטעות מיוחס צו רש"י, דברי הימים א' כט, יא.
  21. צונץ, ליטעראַטורגעשיכטע פון דער סינאַגאָגאַלער פּאָעזיע, ז' 251 (דײַטש); Joseph Jacobs, M. Seligsohn, ‏"Meir ben Isaac of Orleans", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).