בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,359
רעדאגירונגען
(בס"ד) צייכן: רויע רעדאגירונג |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 9: | שורה 9: | ||
==די רדיפות אין מגנצא (מיינץ)== | ==די רדיפות אין מגנצא (מיינץ)== | ||
דאס עלפטע יארהונדערט האט זיך פאר די אידן אין דייטשלאנד אנגעהויבן מיט רדיפות, וועלכע האבן געשטאמט נישט פונעם פאלק, נאר פון דעם לעצטן זאקסישן קייזער, היינריך דעם צווייטן. די סיבה פון די פארפאלגונגען איז געווען, לויט דער השערה, דאס וואס א באקאנטער גלח, מיטן נאמען וועצעלינוס, האָט אָנגענומען דעם ייִדישן גלויבן (1005) און איז נאָך דערצו עפנטלעך אַרויסגעטראָטן מיט שאַרפע זלזולים קעגן קריסטנטום. וועצעלינוס האָט געשריבן אַ בוך קעגן קריסטנטום, אין וועלכן ער זידלט שטאַרק די קריסטן, אָנווייזנדיג זיי אויף די ווערטער פון נביא: "איך אַליין בין גאָט און איך פאַרענדער זיך ניט". דאָס האָט דעם פרומען קייזער, היינריך דעם צווייטן, שטארק אויפגעבראכט קעגן אידן און ער האט עטליכע יאר דערויף (1012) באפוילן, ארויסצוטרייבן אלע אידן פון מיינץ און נאך אנדערע שטעט. | |||
די | |||
די דאזיגע גזירה האט געצוואונגען א סך אידן, אנצונעמען לפנים דאס קריסטנטום, און צווישן די לעצטע האט זיך געפונען אויך א זון פון דעם גרויסן רבינו גרשום. אבער רבי שמעון בן אבון האט זיך נישט מייאש געווען און אנגעווענדעט גרויסע שתדלנות, לאזנדיג זיך קאסטן פיל געלד, כדי מען זאל די גזירות מבטל מאכן. אין א משך פון א קורצער צייט איז אים טאקע אויך געלונגען צו פּועל'ן, אז מען זאל ערלויבן די ארויסגעטריבענע אידן זיך ווידער צו באזעצן אין מיינץ. די אנוסים האבן זיך דאמאלס צוריקגעקערט צום אידנטום. רבינו גרשום האט דאן ארויסגעגעבן נאך א וויכטיגע תקנה: ער האט אַרויפגעלייגט א חרם אויף די, וואס באַליידיגן א געוועזענעם געצוואונגענעם משומד. רבינו גרשום האט אויך געטרויערט אויף זיין אייגענעם זון וואס איז געשטארבן אלס א קריסט, פּונקט ווי ווען ער וואלט געווען א כשר'ער איד. | |||
רבי שמעון האט אויך געשריבן קינות און סליחות וועגן דער טרויעריגער לאגע פון די אידן אין זיין צייט. אין איינער פון זיינע סליחות צו עשרת ימי תשובה באטרויערט רבי שמעון די טרויעריגע אידישע לאַגע, באשרייבנדיג די רדיפות און די יסורים פון זיין פאלק. | רבי שמעון האט אויך געשריבן קינות און סליחות וועגן דער טרויעריגער לאגע פון די אידן אין זיין צייט. אין איינער פון זיינע סליחות צו עשרת ימי תשובה באטרויערט רבי שמעון די טרויעריגע אידישע לאַגע, באשרייבנדיג די רדיפות און די יסורים פון זיין פאלק. | ||
רעדאגירונגען